ירושלים להט"ב מארש

אין קאווע שטיבל איז געווען א גאנצע אשכול וועגן איר הערליכע ביכל, אבער איך טרעף עס נישט (האט מען עס פארמעקט?)
היינט געבט זי אן אינטערוויו אויף די באוואוסטע טשענעל וואס רעדט ארום וועגן אלע סארט סעקטעס און קולטס
זייער heartfelt

View: https://www.youtube.com/watch?v=r4ZEkjtuWrc
 
כ׳האב זיך אנגעשטויסן אין דעם פּאדקעסט Conversations with people who hate me

און ס׳איז מיר געווען שפאנענד אויסצוהערן די דריי חלקים סעריע פון א קרבן וואס רעדט מיט איינע פון די פירער פון א conversion therapy צענטער. בפרט אז ס׳האט מיר דערמאנט די געשיכטע פון חיים לעווין קלאגע קעגן יונה וועלכע כ׳האב נאכגעפאלגט א צייט צוריק

אבער די פאלגנדע שמועס איז אסך מער עקסטרעם. ס׳זייער שטוינענד אז א גלויביגע מאמע זאל זיך אזוי דראסטיש טוישן מיט איר מהלך המחשבה לגבי טרענס

View: https://youtu.be/8nH3uW7FY5A?si=PqyWyIku6mW-MgqR
 
די גלויבן האט גארנישט קעגן טראנס

עס איז בסך הכל א "קאנסערוואטיזם" אין פולן זין פון ווארט
 
מערקווירדיג וויפיל זאכן זענען ענדליך אין אנדערע שטרענגע רעליגיעס

נאכ׳ן הערן פון חיים לעווין׳ס ביטערע סאַגאַ מיט JONAH און די עביוז פון ’’conversion “therapy
וואס ווערט געשילדערט אביסל אינ׳ם דאקומענטערי
בין איך ערשטוינט צו זעהן די אינטערוויוס וואס קולטס טו קאנשעסנעס האט מיט gay סערווייווערס

View: https://youtu.be/kMwuW-0HevA
 
א תשובה פון הרב רפאל יונתן פוליסוק א ארטדאקסישער געי רב, צו מתיר מאכן נישואים חד מיניים

שו״ת חתנות חד-מיניות - סופי.pdf

און א תשובה אויף די תשובה פון הרב מיכאל אברהם

זוגיות הומוסקסואלית בהלכה (טור 754)
מען דארף קלאהר ארויס זאגען וואס ער זאגט דארט
ער זאגט קלאהר אז משכב זכור איז אסור און לעסביניזם איז אויך אסור , וואס ער איז מחדש איז אז מען קען מאכען א טקס,ווי א מחזה פון קידושין ווי די פאהר איז זיך מחייב נישט צו האבען אינטימע שייכות אינדרויעסען פון זייער באונד אף מערידש,
און דאס קען מען זיך מחייב זיין על פי הלכה און מאכען א סדר פון א טקס, ער איז ממליץ אז דאס איז א מצוה פון לא טוב היות האדם לבדו, און עס איז בכלל וקנה לך חבר , דער רב דער מסדר מיינט נישט מתיר צוזיין רילעישענס וואס זענען אסור, נאר פשוט צו אנערקענען אז זיי וואוינען אונטער איין דאך,און אפילו אז מען פארשטייט אז עס וועלן זיין עווענטועל רילעישענס, איז עס נישט זיין קאנסערן ער איז נישט גאט׳ס פאליציי
ער טראכט גוט - וראה בטוב ירושלים .
 
איך האב איבערגעליינט די אינטערסאנטע דיון אין די ערשטע בלעטער פון די אשכול איבער תורה און לגבט ועדיין לא הבנתי א איד וואס גלייבט סיי אין תורה משמיים און סיי אין ליבעראלע רעכטן פאר לגבט וויאזוי איז ער מסביר אז די תורה וואס דארף צו זיין א פערפעקטע פרעזענטאציע פון געטליכע מאראל - וואס איז ריכטיג פאר אלע דורות ריגארדלעס די פארצייטישע מאראלישע השקפה פון א געוויסע תקופה - פארדאמט האמאסעקסואליטי און גיבט אויף דעם נישט ווייניגער ווי טויט שטראף. וויאזוי קען מען דאס פארענטפערן אן קיין פשעטלעך?

פארדעם האב איך געטענה'ט (וכן @צדיק הדור) אז ס'קוקט אויס א גניבת דעת ווען מען פראבירט צו משלב זיין ביידע. דאס איז איז מיין רושם בכלל פון ליבעראלע אידן וואס ליבעראליזירן די תורה און פארהוילן זיך פון אפענע פסוקים. חסידישע אידן זענען כאטש קאנסיסטענט אין דעם הינזיכט
 
לעצט רעדאגירט:

100%

דער משוגעת פון נוצן די תורה אלס אזא swiss knife קרדום וואס מ'געט אזא שלעפ ארויס ווען אימער מ'האט א צורך לחפור בו, איז א מין עוולה וואס נעמט מיר ארויס פון די גלייזן.

לדעתי, איז דאס די העכסטע פארמאט פון גניבות דעת, וויבאלד עס נעמט נישט נאר אריין בארויבן דעת אין א ספעציפישע נידון, נאר עס איז די אלטימע צו ברעכונג פון דעת בכללות!

עס ענדלט שטארק צו די ערשיינונג וואס מ'זעהט אין געוויסע פאליטישע קרייזן ווי פשוטע װערטער און מציאות'ער זענען געווארן אזוי מען פארדרייט, ביז צו פארלירן יעדער שפיר פון באדייט.
 
100%

דער משוגעת פון נוצן די תורה אלס אזא swiss knife קרדום וואס מ'געט אזא שלעפ ארויס ווען אימער מ'האט א צורך לחפור בו, איז א מין עוולה וואס נעמט מיר ארויס פון די גלייזן.

לדעתי, איז דאס די העכסטע פארום פון גניבות דעת, וויבאלד עס נעמט נישט נאר אריין בארויבן דעת אין א ספעציפישע נידון, נאר עס איז די אלטימע צוברעכונג פון דעת בככלות!

עס ענדלט שטארק צו די ערשיינונג וואס מ'זעהט אין געוויסע פאליטישע קרייזן ווי פשוטע װערטער און מציאות'ן זענען געווארן אזוי מען פארדרייט, ביז צו פארלירן יעדער שפיר פון באדייט.
וועלכע קרייזען רעפערירסט צו??
 
איך האב איבערגעליינט די אינטערסאנטע דיון אין די ערשטע בלעטער פון די אשכול איבער תורה און לגבט ועדיין לא הבנתי א איד וואס גלייבט סיי אין תורה משמיים און סיי אין ליבעראלע רעכטן פאר לגבט וויאזוי איז ער מסביר אז די תורה וואס דארף צו זיין א פערפעקטע פרעזענטאציע פון געטליכע מאראל - וואס איז ריכטיג פאר אלע דורות ריגארדלעס די פארצייטישע מאראלישע השקפה פון א געוויסע תקופה - פארדאמט האמאסעקסואליטי און גיבט אויף דעם נישט ווייניגער ווי טויט שטראף. וויאזוי קען מען דאס פארענטפערן אן קיין פשעטלעך?

פארדעם האב איך געטענה'ט (וכן @צדיק הדור) אז ס'קוקט אויס א גניבת דעת ווען מען פראבירט צו משלב זיין ביידע. דאס איז איז מיין רושם בכלל פון ליבעראלע אידן וואס ליבעראליזירן די תורה און פארהוילן זיך פון אפענע פסוקים. חסידישע אידן זענען כאטש קאנסיסטענט אין דעם הינזיכט
די א.ג. גניבת דעת איז שוין אלט מאז היתה ישראל לגוי, אנגעהויבן פון חז"ל וואס האבן אפגעלערנט פסוקים אנדערש פונעם פשוט'ן מובן, און ווייטער מיטן רמב"ם וואס האט אפגעלערנט גאט אנדערש פונעם טראדיציאנאלע פארשטאנד
 
די א.ג. גניבת דעת איז שוין אלט מאז היתה ישראל לגוי, אנגעהויבן פון חז"ל וואס האבן אפגעלערנט פסוקים אנדערש פונעם פשוט'ן מובן, און ווייטער מיטן רמב"ם וואס אפגעלערנט גאט אנדערש פונעם טראדיציאנאלע פארשטאנד
ביי יעדער דור לויט זיין מצב, מאכען זיך נייע מהלכים און עס דעוועלאפען זיך שאלות און מען זוכט עפעס אין די פריערדיגע, און מען בויעט אויף דעם.די הלכה,גייט אדורך עוואליושען, און עס ווערן נולד הלכות און דאגמעס, עס איז באקאנט אז דער חזון אי״ש איז גיוועהן קעגן אזא מושג פון התפתחות בהלכה,נאר אלעס איז אזוי ווי אריגינאל
אבער למעשה האט ער גימאכט די גרעסטע שינוי
מיט זיין השקפה,אז נאך די שואה - האלאוקאסט -
איז אנדערש די הלכה אז דער מאן דארף ברענגען מזונות און די פרוי איז כל כבודה בת מלך פנימה- זי דארף זיצען אינדערהיים און מחנך זיין די בנים ובנות, און ער האט איינגעפירט אז די פרוי דארף נאך ארויס גיין אין שאפען פרנסה אז דער מאן זאל זיין א יושב אוהלים, ער האט מצליח גיוועהן מער ווי ער האט זיך גיקענט פאהרשטעלן, עס איז היינט צוטאג דא אין ארץ ישראל מער בני ישיבות און יושבי אוהלים ווי אינדערצייט פון רבי יוחנן דער אמורא, קען זיין אז עס איז שוין צייט צוריק צו גיין צו די סדר פון הא לן והא להו .
 
איך האב איבערגעליינט די אינטערסאנטע דיון אין די ערשטע בלעטער פון די אשכול איבער תורה און לגבט ועדיין לא הבנתי א איד וואס גלייבט סיי אין תורה משמיים און סיי אין ליבעראלע רעכטן פאר לגבט וויאזוי איז ער מסביר אז די תורה וואס דארף צו זיין א פערפעקטע פרעזענטאציע פון געטליכע מאראל - וואס איז ריכטיג פאר אלע דורות ריגארדלעס די פארצייטישע מאראלישע השקפה פון א געוויסע תקופה - פארדאמט האמאסעקסואליטי און גיבט אויף דעם נישט ווייניגער ווי טויט שטראף. וויאזוי קען מען דאס פארענטפערן אן קיין פשעטלעך?

פארדעם האב איך געטענה'ט (וכן @צדיק הדור) אז ס'קוקט אויס א גניבת דעת ווען מען פראבירט צו משלב זיין ביידע. דאס איז איז מיין רושם בכלל פון ליבעראלע אידן וואס ליבעראליזירן די תורה און פארהוילן זיך פון אפענע פסוקים. חסידישע אידן זענען כאטש קאנסיסטענט אין דעם הינזיכט
סאו לפי דיר, איז קנעכט היינט זייער מאראליש, אזוי אויך רעיפן א מיינער א עולה פאר די טאטע, וכן הלאה?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top