- זיך איינגעשריבן
- יוני 17, 2024
- מעסעדזשעס
- 583
- רעאקציע ראטע
- 1,385
יא
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
יא
גראדע פונקט היינט געזעהן אזא פרוי, אבער איך האב געטראכט אז עס איז אלס געוועהן אזוי. געוויסע איז עס נישט אנגעגאנגן, און געוויסע האבן זיך ארום געבינדען מיט צניעות שטריק.כ'האב לעצטנס באמערקט אן אויפשטייג פון אויסגעשניטעעע האלז ביי טאפס. נאך איינער האט עס באמערקט?
יא, א גאר שטארקע אויפשטייג, בעיקר צוליב דעם וואס מ'גייט שעללס, וואס איז זייער א ציעדיגע סחורה און אויב איז דאס נישט צוזאמגעבינדן מיט א ראבער איז עס אויטאמאטיש אביסל אויסגעשניטן, אבער לעצטנס זעהט מען מער היבש נידריגערע שטאפלען אין די שניט.כ'האב לעצטנס באמערקט אן אויפשטייג פון אויסגעשניטעעע האלז ביי טאפס. נאך איינער האט עס באמערקט?
אה ענדליך ווען דיין ווייב זאגסטו גלייבסטו אבער ווען איך האב עס געזאגט האסטו זיך נאך גע'יושב'ט...פונקט די וואך זאגט מיך מיין ווייב אז זי האט באמערקט אז היימישע חסידישע (סאטמאר - וויליאמסבורג) פרוי (גייט א שפיצל מיט א טיכל) מיט פינקע נעיל פאליש
סא יא, ביי די היימישע גייט מען שוין!
נישט וועגן דעם ווייל דאס איז א זאך וואס מען ענדערש דולדן ווי געפארבטע אויגן ליפן (וכו') דאס איז שוין אפילו דער ראש ישיבה האט א ניגון אויף דעם..שווער אנצוקומען צו די מאמע/שוויגער אין שטוב מיט אראפגצויגענע ערמל....
ניין פון די הענט
שוין פאר דעם ברויכן מקווה לעידיס שרייבן אין קאווע שטיבל.... דאס איז אלס וויץ אבער באמת ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פרויען וואס גייען מיט אייגענע האר און אזוי ווייטער זענען נישט אזוי בולט ווי די מענער אן בארד און פיאות און אן קאפלעך ...מענער וואס פיצען זיך די בארד זעט מען אסאך ווייניגער ווייל דאס איז אין פובליק, פרויען וואס שערען נישט ווערט מער און מער,פרעג דיך נאך ביי דיינע חבירים וואס זענען אינטערסירט מיטציטיילען מיט דיר וועסטו ווערן שאקירט.
פרעג נאר די מקווה לעידיס
די חידוש פון די גאנצע שנירל דא איז אז למשל ביי פרויען צו טוען די זאכן איז אנדערש ווי ביי מענערפונקט די וואך זאגט מיך מיין ווייב אז זי האט באמערקט אז היימישע חסידישע (סאטמאר - וויליאמסבורג) פרוי (גייט א שפיצל מיט א טיכל) מיט פינקע נעיל פאליש
סא יא, ביי די היימישע גייט מען שוין!
צוויי שאלות בדבראיך בין אין מיטן א שידוך מיט מיין טאכטער און די אנדערע זייט וויל אז מיין טאכטער זאל טוישן פון שווארצע טייץ צו בייזש טייץ,
איז דאס א נארמאלע בקשה?
מיינסט די גוי'אישע ....לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון גאר פרומע שווארצע שטרימפ, נישט די ליטווישע שווארצע שטרימפ.
איך בין אם עם הארץ אבער ווי רעדט די שלחן ערוך פון דעם?דרך אגב, כ'מיין אז די הלכה אין שו"ע איז בלויז פאר די ביין אויף די רוקן, אבער נישט אויף אין פארנט, ווי מען זעהט טאקע ביי די ליטווישע וואס די שניט גייט היבש טיף..