ירידת הדורות אין ווייבער שול

כ'האב לעצטנס באמערקט אן אויפשטייג פון אויסגעשניטעעע האלז ביי טאפס. נאך איינער האט עס באמערקט?
גראדע פונקט היינט געזעהן אזא פרוי, אבער איך האב געטראכט אז עס איז אלס געוועהן אזוי. געוויסע איז עס נישט אנגעגאנגן, און געוויסע האבן זיך ארום געבינדען מיט צניעות שטריק.
 
כ'האב לעצטנס באמערקט אן אויפשטייג פון אויסגעשניטעעע האלז ביי טאפס. נאך איינער האט עס באמערקט?
יא, א גאר שטארקע אויפשטייג, בעיקר צוליב דעם וואס מ'גייט שעללס, וואס איז זייער א ציעדיגע סחורה און אויב איז דאס נישט צוזאמגעבינדן מיט א ראבער איז עס אויטאמאטיש אביסל אויסגעשניטן, אבער לעצטנס זעהט מען מער היבש נידריגערע שטאפלען אין די שניט.
דרך אגב, כ'מיין אז די הלכה אין שו"ע איז בלויז פאר די ביין אויף די רוקן, אבער נישט אויף אין פארנט, ווי מען זעהט טאקע ביי די ליטווישע וואס די שניט גייט היבש טיף..
 
פונקט די וואך זאגט מיך מיין ווייב אז זי האט באמערקט אז היימישע חסידישע (סאטמאר - וויליאמסבורג) פרוי (גייט א שפיצל מיט א טיכל) מיט פינקע נעיל פאליש

סא יא, ביי די היימישע גייט מען שוין!
אה ענדליך ווען דיין ווייב זאגסטו גלייבסטו אבער ווען איך האב עס געזאגט האסטו זיך נאך גע'יושב'ט...
 
שווער אנצוקומען צו די מאמע/שוויגער אין שטוב מיט אראפגצויגענע ערמל....
נישט וועגן דעם ווייל דאס איז א זאך וואס מען ענדערש דולדן ווי געפארבטע אויגן ליפן (וכו') דאס איז שוין אפילו דער ראש ישיבה האט א ניגון אויף דעם..
 
מענער וואס פיצען זיך די בארד זעט מען אסאך ווייניגער ווייל דאס איז אין פובליק, פרויען וואס שערען נישט ווערט מער און מער,פרעג דיך נאך ביי דיינע חבירים וואס זענען אינטערסירט מיטציטיילען מיט דיר וועסטו ווערן שאקירט.
פרעג נאר די מקווה לעידיס
שוין פאר דעם ברויכן מקווה לעידיס שרייבן אין קאווע שטיבל.... דאס איז אלס וויץ אבער באמת ברויך מען נעמען אין באטראכט אז פרויען וואס גייען מיט אייגענע האר און אזוי ווייטער זענען נישט אזוי בולט ווי די מענער אן בארד און פיאות און אן קאפלעך ...
 
פונקט די וואך זאגט מיך מיין ווייב אז זי האט באמערקט אז היימישע חסידישע (סאטמאר - וויליאמסבורג) פרוי (גייט א שפיצל מיט א טיכל) מיט פינקע נעיל פאליש

סא יא, ביי די היימישע גייט מען שוין!
די חידוש פון די גאנצע שנירל דא איז אז למשל ביי פרויען צו טוען די זאכן איז אנדערש ווי ביי מענער
ביי זיי איז סטיגמע פיל העכער און מער סענסיטיוו ווי ביי מענער...
געדענק נישט אלע פרויען מיט שפיצלעך אדער כמעט קאווערד שייטלעך פאלישן די נעגל אבער עס איז שוין מער און מער נארמאל...
גיב א מיט א יאר צענדליג צוריק איך האב דעמאלט געטוען אין שידוכים עס איז כמעט נישט געווען אזא זאך
ווער יא איז עס געווען זייער אויפפאלנד...
 
איך בין אין מיטן א שידוך מיט מיין טאכטער און די אנדערע זייט וויל אז מיין טאכטער זאל טוישן פון שווארצע טייץ צו בייזש טייץ,
איז דאס א נארמאלע בקשה?
צוויי שאלות בדבר
1. ווי אזוי איז די מהלך פון די גאנצע שידוך ?
א. איז דאס אלד סקול בעשוי ערענדזשד מערידזש וואס ביידע עלטערן אראנדזשירן אלעס און ווען זיי באשלוסן זעצט מען דער בחור און די מיידל צו רעדן און א דיינינג רום פאר טאפס א שעה?
2. אדער דו ערלויבסט דיין טאכטער צו פארברענגען מיטן בחור עטליעסט מיט וויפיל זי איז ערלויבט צו שמועסן מיט איר קלעס מעיט בעסט פרענד .....?
נאכן ענטפערן אויף די שאלה וועל איך ענטפערן וועגן די טייץ ...
 
דרך אגב, כ'מיין אז די הלכה אין שו"ע איז בלויז פאר די ביין אויף די רוקן, אבער נישט אויף אין פארנט, ווי מען זעהט טאקע ביי די ליטווישע וואס די שניט גייט היבש טיף..
איך בין אם עם הארץ אבער ווי רעדט די שלחן ערוך פון דעם?
 
כ'האב לעצטנס באמערקט אן אויפשטייג פון אויסגעשניטעעע האלז ביי טאפס. נאך איינער האט עס באמערקט?
עס איז דא צוויי סארט אויסגעשניטענע טאפס וואס פרויען באשיינען זיך לעצטנס, איינס איז די פּשוט'ע רינדעכיגע שעלל וואס קומט אראפ אביסל נידעריגער ווי די האלדז חלק, דאן איז דא טאפס אויסגעשניטן ווי א V מיט א שפיץ אויף אראפ ווי צו זאגן 'קוק דא'... יעדער מיט זיין טעיסט,
עס קומט אריין מער און שטערקער אפילו ביי די פרומערע סארטן קודם ביי די פענסי העטס, אבער מ'זעהט שוין פלענטי פשוט'ע העטס מער אנטבלויזן אביסל פון די נאטורליכע שיינקייט, ווי עס שטייט אין פסוק 'הוד יפיה'...
 
דארט ביי גחזי וואו עס שטייט אין פסוק טייטשט דאס די בריסטן...
 
איך וואלט געפרעגט א גוטע איד (רבי)
דו מיינסט chatGpT אדער google?
א חבר דערציילט מיר לעצטנס אז ביי אים אין שטוב זאגט מען מ׳דארף פרעגן די ״רבי״ יעדע מאל מ׳האט א שאלה און מ׳פרעגט טאקע ר׳ גוגל

(I guess כדי צו באהאלטן פון די קינדער זיי זאלן נישט דערציילן אין סקול דערוועגן)
 
איך בין פריער געווען אין א געוויסע חסידישע פלאץ זע איך דארט פלאקאטן קעגן שייטלעך.....
 
Back
Top