ישראלים און פאלעסטינער - היסטארישע תביעות אויף ארץ ישראל (אפגעטיילט)

עס איז דא א ביסל א חילוק ציווישן די אלע מדינות מיט מדינת ישראל די אלע מדינות האבן מלחמה געהאלטן מיט די גאנצע וועלט ווייל יעדער האט געוואלט וועלטיגן אויף די גאנצע וועלט מילא יעדע מדינה וואס מהאט איינגענומען איז געווארן זייערס
מה שאין כן מדינת ישראל וואס עס האבן זיך צאמגעקליבן א גרופע פון מענטשן פון כל קצוות תבל און טענה׳ן שלי הוא פארוואס ווייל אונז אלע האמיר בשותף׳סטיגע זיידעס וואס האבן געלעבט דא מיט 2 טאזנט יאהר צוריק קאמאן עס הערט דיר אויס נארמאל ???
איך כאפ נישט וואס דאס דארף צו מיינען, ווען געוועלטיגער פון אנדערע קאנטינענטן קומען איינעמען לענדער פון אנדערע קאנטינענטן ארויסצושלעפן שטייערן און צו נעמען קנעכט, דעמאלטס קען מען עס הערן, פארוואס ווייס איך נאכנישט פונקטלעך דו געבסט נישט קיין סברה, משא"כ טאמער די סיבה איז ווייל מ'האט געהאט זיידעס דארט, און מ'האט אנגעהאלטן א אנוועזנהייט דורכאויס רוב צייט דאן איז עס נישט אזוי פארשטענדלעך?

ועוד, וואס איז די נפקא מינא פאר וועלכע סיבה מ'קומט עס איינעמען, יעדער מעג מעגן זיי אויך, וואס זענען זיי אנדערש פון רוסלאנד וואס האט איינגענומען קריימיע און רוב וועלט האלט עס אינמיטן אראפשלונגען?

די נפקא מינא איז וואס די סיבה וואס ס'ליגט אין יענעמס קאפ אז ס'זאל ווערן בארעכטיגט? ווייל ס'הערט זיך דיר נישט נארמאל מעג מען נישט?
 
איך כאפ נישט וואס דאס דארף צו מיינען, ווען געוועלטיגער פון אנדערע קאנטינענטן קומען איינעמען לענדער פון אנדערע קאנטינענטן ארויסצושלעפן שטייערן און צו נעמען קנעכט, דעמאלטס קען מען עס הערן, פארוואס ווייס איך נאכנישט פונקטלעך דו געבסט נישט קיין סברה, משא"כ טאמער די סיבה איז ווייל מ'האט געהאט זיידעס דארט, און מ'האט אנגעהאלטן א אנוועזנהייט דורכאויס רוב צייט דאן איז עס נישט אזוי פארשטענדלעך?
אז יענע צייטן איז געווען א נארמאלע זאך אז יעדער וויל אנעמען די גאנצע וועלט
היינט יעדע מדינה זיצט ביי איר גרעניץ און משלאגט זיך נישט פאר דעם האט מען אויפגעשטעלט די UN
ועוד, וואס איז די נפקא מינא פאר וועלכע סיבה מ'קומט עס איינעמען, יעדער מעג מעגן זיי אויך, וואס זענען זיי אנדערש פון רוסלאנד וואס האט איינגענומען קריימיע און רוב וועלט האלט עס אינמיטן אראפשלונגען?
פארקערט אזוי ווי רוסלאנד'ס איינעמען קריימיע, איז נישט ריכטיג און אויסגהאלטען, און פונקט ווי מהעלפט היינט ארויס אוקראיינע מיט געווער א קעגן רוסלאנד וואס איז אריין איו נישט א ריכטיגע קריג הה"ד הכי.
 
אז יענע צייטן איז געווען א נארמאלע זאך אז יעדער וויל אנעמען די גאנצע וועלט
היינט יעדע מדינה זיצט ביי איר גרעניץ און משלאגט זיך נישט פאר דעם האט מען אויפגעשטעלט די UN
מ'קען דן זיין אין די טענה, אבער דאס איז שוין א פרישע טענה וואס דו האסט נישט לכתחילה געשריבן, דו האסט קודם געמאכט א חילוק צווישן מענטשן וואס קומען קלעימען א פלאץ פון זייערע זיידעס און וועלטס לענדער וואס קומען איינעמען אנדערע לענדער, יעצט מאכסטו א חילוק וועגן אמאל און היינט.

דאס זאג איך דיר, די וועלט האט אפיציעל געברויזט ווען ער האט עס געטון, און יעצט שרייעט שוין האלב עולם אז מ'זאל אויפגעבן דונבאס און לוהאנסק, געב עס נאך אביסל צייט, און יעדער פארגעסט און מ'לאזט אוקראינע פייפן.

זיבעציג יאר ארום גייט מען נישט געדענקען אז קריימיע האט אמאל געהערט פאר אוקראינע, מיט מדינת ישראל האט זיך די וועלט ארויפגעזעצט דרייען א קאפ, און זיי האלטן נישט ביים אפטרעטן.
 
איך האב זיך נישט גוט מסביר געווען, עס איז איין טענה.
ווען מדינת ישראל שטעלט זיך אויך מיט 30 יאהר פריער, וואלט איך קיין טענות נישט גיהאט דאס איז סדר העולם, משא"כ היינטיגע צייטן

קיינער גייט נישט פארגעסן אזוי ווי קיינער פארגעסט נישט אז אמאל האט עקזעסטירט א גאליציע אויפן וועלט און אז פוילין איז געווען א אימפעריע היסטאריע פארגעסט גארנישט.

דאס איז שוין א צוויטע טענה
אז אויב ביזט מוחל רוסלאנד זיי מוחל ישראל אויך, און מיט דעם ביזטו גערעכט
אבער דאס מאכט נאכנישט רוסלאנד גערעכט

און אגב איך בין נישט די פארזאגער פון די וועלט, איך בין פארזאגער פון איין מענטש, דער וואס באהלט זיך אונטער מיין ניק.... (דו ווייסט ווער, אמת?)
 
עס איז דא א ביסל א חילוק ציווישן די אלע מדינות מיט מדינת ישראל די אלע מדינות האבן מלחמה געהאלטן מיט די גאנצע וועלט .....
..... מה שאין כן מדינת ישראל .....
..... און טענה׳ן שלי הוא פארוואס ווייל אונז אלע האמיר בשותף׳סטיגע זיידעס וואס האבן געלעבט דא מיט 2 טאזנט יאהר צוריק קאמאן עס הערט דיר אויס נארמאל ???
יא, עס הערט זיך היפש נארמאל. דאס איז מחלוקת 101. אוודאי, אז די לייגסט עס אראפ אזוי טריקן הערט זיך עס זייער אומלאגיש. נאכמער, עס איז זיכער מער לאגיש ווי ענגלאנד זאל וועלן געוועלטיגן אויף די גאנצע וועלט, טערקיי זאל וועלן געוועלטיגן אויף די גאנצע וועלט, היטלער זאל וועלן, אלכסנדר מוקדין זאל וועלן, רוסלאנד, נאפאליאן און אא"וו.

אבער, איך מיין אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן. אמאל איז עס געווען נארמאל און היינט איז עס נישט. אט די נקודה ברענג איך טאקע ארויס. אויב פארשטייסט אז היינט, לפי די אנגענומענע כללים איז נישט נארמאל צו נעמען שטח "ווייל מיין זיידע האט". איז די כללים פונקט אזוי רעלעוואנט פארן פאלעסטינער.

דהיינו, היינט איז נישט אנגענומען אלס נארמאל צו סעטלן א סקאר פון 75 יאר צוריק דורך בלוט. מען מאכט א פשרה און מען ווישט זיך אפ די נאז. דאס איז געווען מיין נקודה, דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן.
זיי האבן דאך געזאגט 2 מדינות פאר צווי פעלקער
און פארוואס טאקע איז עס נישט אזוי? לאמיך זעך דערמאנען, אה יא, ווייל איין זייט האט געזאגט יא און די אנדערע זייט א הילכיגן ניין.
ביי א מחלוקת פון זה אומר עולה שלי וזה אומר כולה שלי וועט קיינער נישט ארויס גיין א צופרעדענע
חוץ טאמער איינער איז מצליח צו כאפן די גאנצע. אין וועלכן פאל דער אנדערער, אויב האט ער געהאט די מעגליכקייט פון א פשרה וואס איז געווען מער פון וויפיל ער האט יעצט און ער האט עס אפגעווארפן, האט ער גענומען א געמבל וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט. קענסט האבן טענות צו דיר אליין.
 
אבער, איך מיין אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן. אמאל איז עס געווען נארמאל און היינט איז עס נישט. אט די נקודה ברענג איך טאקע ארויס. אויב פארשטייסט אז היינט, לפי די אנגענומענע כללים איז נישט נארמאל צו נעמען שטח "ווייל מיין זיידע האט". איז די כללים פונקט אזוי רעלעוואנט פארן פאלעסטינער
אז יענע צייטן איז געווען א נארמאלע זאך אז יעדער וויל אנעמען די גאנצע וועלט
היינט יעדע מדינה זיצט ביי איר גרעניץ און משלאגט זיך נישט פאר דעם האט מען אויפגעשטעלט די UN
איך האב זיך נישט גוט מסביר געווען, עס איז איין טענה.
ווען מדינת ישראל שטעלט זיך אויך מיט 30 יאהר פריער, וואלט איך קיין טענות נישט גיהאט דאס איז סדר העולם, משא"כ היינטיגע צייטן
יעצט זעה אז דו ברענגסט זיך טאקע בעסער ארויס.
 
קיינער גייט נישט פארגעסן אזוי ווי קיינער פארגעסט נישט אז אמאל האט עקזעסטירט א גאליציע אויפן וועלט און אז פוילין איז געווען א אימפעריע היסטאריע פארגעסט גארנישט.
נישט די סארט געדענקען רעד איך, די היסטאריקער ווייסן ווער ס'איז גערעכט אין יעדע קאנפליקט פון 2 טויזנט יאר צוריק, קיינעם גייט עס נישט אן, די פראבלעם איז ווען דו האסט א דעת הקהל איבער די וועלט וואס פארפירט און לייגט פרעשור אויף פאליטיקאנט וואס עקטן דערויף.

און אפגערעדט אז די היסטאריקער קענען איבערשרייבן היסטאריע ביודעים ובלא יודעים, ווי באוויסט אז היסטאריע ווערט געשריבן דורך די געווינערס.
 
יא, עס הערט זיך היפש נארמאל. דאס איז מחלוקת 101. אוודאי, אז די לייגסט עס אראפ אזוי טריקן הערט זיך עס זייער אומלאגיש. נאכמער, עס איז זיכער מער לאגיש ווי ענגלאנד זאל וועלן געוועלטיגן אויף די גאנצע וועלט, טערקיי זאל וועלן געוועלטיגן אויף די גאנצע וועלט, היטלער זאל וועלן, אלכסנדר מוקדין זאל וועלן, רוסלאנד, נאפאליאן און אא"וו.

אבער, איך מיין אז איך פארשטיי וואס דו ווילסט זאגן. אמאל איז עס געווען נארמאל און היינט איז עס נישט. אט די נקודה ברענג איך טאקע ארויס. אויב פארשטייסט אז היינט, לפי די אנגענומענע כללים איז נישט נארמאל צו נעמען שטח "ווייל מיין זיידע האט". איז די כללים פונקט אזוי רעלעוואנט פארן פאלעסטינער.

דהיינו, היינט איז נישט אנגענומען אלס נארמאל צו סעטלן א סקאר פון 75 יאר צוריק דורך בלוט. מען מאכט א פשרה און מען ווישט זיך אפ די נאז. דאס איז געווען מיין נקודה, דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן.

און פארוואס טאקע איז עס נישט אזוי? לאמיך זעך דערמאנען, אה יא, ווייל איין זייט האט געזאגט יא און די אנדערע זייט א הילכיגן ניין.

חוץ טאמער איינער איז מצליח צו כאפן די גאנצע. אין וועלכן פאל דער אנדערער, אויב האט ער געהאט די מעגליכקייט פון א פשרה וואס איז געווען מער פון וויפיל ער האט יעצט און ער האט עס אפגעווארפן, האט ער גענומען א געמבל וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט. קענסט האבן טענות צו דיר אליין.
75 יאהר צוריק איז שוין היינטיגע צייטן, און די נייע וועלט נאך די התייסדות פון די UN
איין זייט האט געזאגט יא? ווען?

איינער האט דא מצליח געווען כאפן די גאנצע?
די ארבער האט דאך קיינמאל נישט אראפ געלייגט די געווער, ער האלט נאך אין איין זיך שלאגן שוין 75 יאהר
 
נישט די סארט געדענקען רעד איך, די היסטאריקער ווייסן ווער ס'איז גערעכט אין יעדע קאנפליקט פון 2 טויזנט יאר צוריק, קיינעם גייט עס נישט אן, די פראבלעם איז ווען דו האסט א דעת הקהל איבער די וועלט וואס פארפירט און לייגט פרעשור אויף פאליטיקאנט וואס עקטן דערויף.

און אפגערעדט אז די היסטאריקער קענען איבערשרייבן היסטאריע ביודעים ובלא יודעים, ווי באוויסט אז היסטאריע ווערט געשריבן דורך די געווינערס.
אמת, אבער עס מאכט נאכנישט מדינת ישראל גערעכט, אמת אז די מדינות וועלן עס פארגעסן אבער עס מאכט עס נאכנישט גערעכט וכנ"ל
 
@חוקר ודורש איך פארשטיי נישט ווי די מיספארשטענדעניש דא איז. איך מיין אז איך האב שוין ארויסגעברענגט די נקודות. אבער לאמיר פרובירן נאכאמאל.

גערעכט, היינטיגע צייטן טוט מען עס מער נישט (צו כאפן לאנד). ווער, ווען האט מען דאס איינגעפירט? די UN. א חלק פון די נייע וועלט סדר וואס מען האט איינגעפירט איז אז מחלוקת גייט מען מפשר זיין. די זעלבע UN האט באשלאסן ביי די מחלוקה אז די בעסטע פשרה איז צו צעטיילן דאס לאנד לויט וויאזוי זיי האבן געזען פאר ריכטיג.

ביז אהער זעמיר איינשטימיג?

יעצט, קיינער האט נישט מצליח געווען צו "כאפן". נאכן הערן די פארגעשלאגענע פשרה, האט איין זייט געזאגט אקעי, די אנדערע זייט האט געזאגט ניין און זיי זענען געגאנגען אין קריג, וואס זיי האבן פארלוירן.

דו זאגט אבער אז די קריג גייט נאך אן, שוין פאר 75 יאר. אקעי, מסכים. איז ממש נפשך, וויל מען א פשרה ווייל היינטיגע צייטן קריגט מען זיך מער נישט, איז שוין געווען מערערע פשרות אויפן טיש. ווילסטו פירן קריג ווייל דו האלטן אז דו גייסט איין טאג זיגן, איז וואס ווילסטו יושר? דו ביסטו אין קריג, דו גייסט זיגן און דאס איז וויאזוי קריג גייט צו.

א קריג איז נישט גערעכט. א קריג זיגט מען.
 
@חוקר ודורש איך פארשטיי נישט ווי די מיספארשטענדעניש דא איז. איך מיין אז איך האב שוין ארויסגעברענגט די נקודות. אבער לאמיר פרובירן נאכאמאל.

גערעכט, היינטיגע צייטן טוט מען עס מער נישט (צו כאפן לאנד). ווער, ווען האט מען דאס איינגעפירט? די UN. א חלק פון די נייע וועלט סדר וואס מען האט איינגעפירט איז אז מחלוקת גייט מען מפשר זיין. די זעלבע UN האט באשלאסן ביי די מחלוקה אז די בעסטע פשרה איז צו צעטיילן דאס לאנד לויט וויאזוי זיי האבן געזען פאר ריכטיג.

ביז אהער זעמיר איינשטימיג?
יא
יעצט, קיינער האט נישט מצליח געווען צו "כאפן". נאכן הערן די פארגעשלאגענע פשרה, האט איין זייט געזאגט אקעי, די אנדערע זייט האט געזאגט ניין און זיי זענען געגאנגען אין קריג, וואס זיי האבן פארלוירן.
אמת
דו זאגט אבער אז די קריג גייט נאך אן, שוין פאר 75 יאר. אקעי, מסכים. איז ממש נפשך, וויל מען א פשרה ווייל היינטיגע צייטןקריגט מען זיך מער נישט, איז שוין געווען מערערע פשרות אויפן טיש. ווילסטו פירן קריג ווייל דו האלטן אז דו גייסט איין טאג זיגן, איז וואס ווילסטו יושר? דו ביסטו אין קריג, דו גייסט זיגן און דאס איז וויאזוי קריג גייט צו.

א קריג איז נישט גערעכט. א קריג זיגט מען.
איך בין נישט א זייט אין די מחלוקה כלל - איך בין נישט קיין פאלעסטיני און אויך נישט קיין ציוני.
איך זאג וואס איך האלט אז מדארף טוהן נישט וואס עס האט זיך געטוהן
די פאלעסטינע האבן קיינמאל אראפ גענומען די געווער און מצידם זענען זיי אין א קריג
די ציונים זענען איינגערעדט אז זיי האבן געוואנען

און יעצט וויל קיין איין צד נעמען די פשרה
 
איך נעם אויך נישט קיין זייט. מערק אן ווי איך האב קיין איין מאל נישט געזאגט אונז אדער אידן.

איך האב די גאנצע צייט נישט גערעדט פון וואס מען זאל טון אויף למעשה. לאמיר צוריקגיין צו מיין אריגינעלע פראגע.

דו האסט געזאגט:
גערעכט זענען די ארעבער וואס טענען אז מהאט זיי פאטריבן פון דא ווען זיי זענען די וואס האבן דא פריער געוואינט
האב איך געפרעגט:
דאס איז גראדע איינע פון מיינע גרעסטע קשיות אויף די וואס האלטן אז די פאלעסטינער זענען באקריוודעט געווארן. אויב קענסטו מיר עס מסביר זיין וואלט איך אפרישיעטעד.
וואס איז די תירוץ אויף די פראגע. מיט וואס זענען די אראבער באעוולט געווארן?

פאר די UN איז כל דאלים גבר נאך די UN זענען זיי די מכריע.
 
איך נעם אויך נישט קיין זייט. מערק אן ווי איך האב קיין איין מאל נישט געזאגט אונז אדער אידן.

איך האב די גאנצע צייט נישט גערעדט פון וואס מען זאל טון אויף למעשה. לאמיר צוריקגיין צו מיין אריגינעלע פראגע.

דו האסט געזאגט:

האב איך געפרעגט:

וואס איז די תירוץ אויף די פראגע. מיט וואס זענען די אראבער באעוולט געווארן?

פאר די UN איז כל דאלים גבר נאך די UN זענען זיי די מכריע.
אויב נעמסטו אן בלינד אז די UN איז די מכריע דאן איז איזראעל א פאשיסטישע, אפארטהייד סטעיט... נאר וואס דען? ווען מען זאגט UN מיינט מען די מאדערנע וועלט ארדער, נישט ווער עס זיצט צופעליג יעצט ביים טיש אין מאנהעטן.

לגבי וואס די טענה איז, לכאורה זייער שטערקסטע טענה איז די מאסן עליות וואס די ציונים (איך נוץ דעם לשון ווייל די עליות האבן זיך אנגעהויבן נאך בעפאר עס איז געווארן א יודישע מדינה) האבן דורכגעפירט אויף פארשידענע לעגאלע און אומלעגאלע וועגן מיטן ציל צו מאכן די יודן פאר א מערהייט אין פאלעסטינע, אויב איז ווען דא וואלן אין 1930 וואלט די פאלעסטינער לכאורה געווינען מיט א שטארקע מערהייט, אין אנדערע ווערטער: די פאניק וואס מען האט יעצט אז די "מוסולמענער נעמען איבער אייראפע" איז וואס איז באמת געשען צו די מוסולמענער-מערהייט באפעלקערונג אין פאלעסטינע, פאר זיי איז עס אן עוולה וואס איז נאך ביז היינט נישט פארראכטן, דערצו קומט נאך צו דער פאקט אז נישט נאר וואס מען האט זיי איבערגעוועלטיגט מיט געוואלט נאר מיליאנען פאלעסטינער וואס וואוינען אין די מערב באנק, לבנון, ירדן און עזה וואס וואלטן געקענט איבערוועגן די יודן אין איזראעל (אדער ווייניגסטנס זיין א שטארקע מינאריטעט) האבן בכלל נישט קיין שטים רעכטן (דאס איז נישט דער עיקר טענה אבער עס לייגט צו זאלץ אויף זייערע וואונדן).

און נאכאמאל, אפילו אויב רוסלאנד שטארקט זיך איבער אוקריינע קען די מלחמה אנגיין פאר נאך 70 יאר (אפשר מיט א פייער אפשטעל ווי אין קארעא) אפילו אויב די גרעניצן רוקן זיך נישט
 
די פראבלעם איז ווען דו האסט א דעת הקהל איבער די וועלט וואס פארפירט און לייגט פרעשור אויף פאליטיקאנט וואס עקטן דערויף.
וועגן דעם וועל איך צוברענגען וואס איך האב געשריבן אונטער מיין facebook ניק נאך די Eurovision 2024
1732293711081.png
1732293758526.png
 
איך נעם אויך נישט קיין זייט. מערק אן ווי איך האב קיין איין מאל נישט געזאגט אונז אדער אידן.

איך האב די גאנצע צייט נישט גערעדט פון וואס מען זאל טון אויף למעשה. לאמיר צוריקגיין צו מיין אריגינעלע פראגע.

דו האסט געזאגט:

האב איך געפרעגט:

וואס איז די תירוץ אויף די פראגע. מיט וואס זענען די אראבער באעוולט געווארן?

פאר די UN איז כל דאלים גבר נאך די UN זענען זיי די מכריע.
און דאס מיינט צווי מענטשען וואס דונגען זיך און הער נישט איינער דעם אנדערן ווייל יעדער שרייט.
 
איך האב נישט קיין אנונג וואס דו ענטפערט.

איך האב נישט געשריגן; מיין שרייבן איז זייער רוהיג און, איך מיין אז איך האב געהערט און אדרעסירט יעדע נקודה וואס דו האסט געשריבן.

אויב שפירסטו ווי דו שרייסט, דאן זיי מוחל שרייב שטילער.
 
איך האב געמיינט די מליצה נישט די עברי טייטש
מיט דיר שרייב איך זייער רוהיג
בייזערייט שרייב איך אויף אנדערע
 
דער שנירל דא. שוין געשריבן א לאנגער צייט צוריק וועט עטוואס געבן אן איבער בליק אויף די לעצטערע אר''י היסטאריע.
 
Back
Top