איך לייען דא א תגובה נאך א תגובה און די קאפ שווינדלט מיר מער און מער...
אלזא 'על איך אראפלייגן מיין מיינונג און העלפטס ארויס וואו/אויב איך גיי ערגעץ נישט ריכטיג:
1. כהיום איז דא א לאנד וואס ווערט אנגערופן מדינת ישראל.
2. דאס לאנד איז א דעמאקראטישע לאנד מיט גלייכע וואלן רעכטן פאר אלע בירגער.
3. די כסדר'דיגע וואלן אין מדינת ישראל ווייזט אז דאס באפעלקערונג וויל אז דאס לאנד זאל ווייטער בלייבן שטיין.
4. מדינת ישראל איז באשאפן געווארן אויף א שטח וואס האט נישט באלאנגט פאר קיין שום אנדערע לאנד.
5. ווען מדינת ישראל איז באשאפן געווארן האבן רוב איינוואוינער אין איר שטח געוואלט עס זאל באשאפן ווערן (די חלק וואס די יו-ען האט צוגעטיילט פאר די אידן האט געהאט א אידישע רוב).
6. בעפאר די באשאפונג פון די מדינה איז די הערשאפט אין דעם געגנט צוגעגאנגען אויף דעם אלטן באקאנטן כל דאלים גבר אן זיך בכלל רעכענען מיט וואס די לאקאלע איינוואוינער האבן געוואלט (דערפאר איז די הערשאפט געווען ביי די ענגלענדער, טערקן וכו וכו).
7. די נארמע פון כל דאלים גבר איז עפעס וואס איז געווען איינגעפירט פאר טויזנטער יארן, און רוב פון די היינטיגע מדינות/קולטורן זענען געבוירן געווארן בלויז ווייל זיי האבן בעסער געקענט די מלאכה פון הארגענען און אונטער דריקן (אריינגערעכנט די אראבישע קולטור וואס הערשט אין דעם ראיאן בלויז צוליב די שטערקערע כח הרציחה וואס די אראבער האבן פארמאגט אין זייער תקופה)
8. היוצא לנו מזה: די באשאפונג פון מדינת ישראל איז מיט גארנישט ווייניגער "גערעכט" ווי די באשאפונג פון די פאראייניגטע שטאטן, און נאך צענדליגע אנדערע לענדער.
9. רעליגיעזע מענטשן וואס האלטן אז לענדער און הערשאפט ווערט צוגעטיילט לויט ("אונזער") גאט, די קענען האבן א פראבלעם מיט מדינת ישראל אדער סיי וועלכע אנדערע לאנד.
10. סעקולארע מענטשן וואס האלטן פון סעלף דעטערמינעישן דארפן צו אנערקענען אין די גערעכטיקייט פון די היינטיגע עקזיסטענץ פון מדינת ישראל אין דעם זעלבן וועג וויאזוי זיי באטראכטן די גערעכטיגקייט פון די עקזיסטענץ פון אלע אנדערע דעמאקראטישע מדינות.
הוספה:
11. דאס אז פאר צענדליגע יארן בעפאר די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל איז געווען שטארקע דעבאטעס איבער אימיגראציע פון אידן (וואס איז אגב געווען אין א לעגאלן פארמאט פאר די איבערוועגנדע מערהייט פון אידישע אימיגראנטן -לויט טשעט-דזשי-פי-טי-), איז בכלל נישט נוגע צו אונזער שמועס, וויבאלד רוב היינטיגע לענדער געפינען זיך אויף שטחים וואס זענען בעפאר געווען באוואוינט מיט אנדערע פעלקער. און דער סדר העולם איז אז איינמאל א שטח איז באזעצט מיט א פאלק ווערן זיי באטראכט ווי דער לאקאלער פאלק און זיי האבן די רעכטן פאר סעלף דעטערמינעישן.
איך וואלט מיך זייער געפרייט אויב די וואס האבן גענומען א חלק אין די דעבאטע ביז אהער קענען מיר אנווייזן וועלכע פון די נקודות מיינע זיי דינגען זיך (אויב זיי דינגען זיך...), און פארוואס.