ישיבת פונביז (פאנעוויעטש)

שפן הסופר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2025
מעסעדזשעס
326
רעאקציע ראטע
1,556
פונקטן
213
ארץ ישראל דרייט זיך איבער מיט די פסק-דין בנוגע די הנהלה פון פאנעוויטשער ישיבה.

ס'טאקע נישט חסידישע נייעס, ס'איז אבער נישטא קיין אפטיילונג פאר ליטווישע נייעס לייג איך עס דא.
 
בייגעלייגטע פיילס

איך מיין עס איז די סאמע לענגסטע אנגייענדיגע דין תורה ביים חרדישן אידענטום.
 
איך מיין עס איז די סאמע לענגסטע אנגייענדיגע דין תורה ביים חרדישן אידענטום.
ביי באבוב, האט מען כאטש פאר די אנדערע זייט גיגעבן רשות צו דער נאהמען באבוב 45 ,דא האט
מארקאוויטש, אונגאנצען פארלוירן ער טאהר זיך
נישט רופען פוניבז,אפילו מיט א כינוי , עס איז א חידוש, ער איז דאך אן איידעם, אבער א פסק פון ארביטרעישען, איז גזירה היא מלפני אין לך רשות להרהר אחריה ,
 
נישט נאר דעם, נאר די רענט פון צען מיליאן שקל, צוזאמן מיט די קנס פארן נישט פאלגן די פריערדיגע פסק, מיינט אז הרב מרקוביץ קען נישט עפענן קיין אייגענם ישיבה אויף זיין נאמן.

די לעקציע איז, סוף גנב לתלייה. הרב מרקוביץ' מענטשן האבן געמיינט אז זיי קענן דורכשטופן זייער אדזשענדע דורך געוואלד, און צייטווייליג איז עס זיי געלונגן. ביז דער ריכטער האט גענומן זייער מעשים און זיי געפאטשט אין פנים פאר דעם.

(דער ענין פון א נאמן האט ווייניג צוטון מיט חסדישיע פייטס. עס איז אן אנדערע מציאות, פונקט אזוי נאריש.)
 
איז דאס די זעלבע מארקאוויטש פון די גט פרשה?

מארקאוויטש, ראבינאוויטש, רובין, פריעדלענדער.

מיין קאפ דרייט זיך שוין. 😉
 
איינער קען דא דערציילן די היסטאריע בקיצור?
 
איינער קען דא דערציילן די היסטאריע בקיצור?
נישט בקיצור נאר באריכות. די מחלוקת אין פאנאוויטש איז א יסוד פאר גאר אסאך אנדערע מחלוקת אין די עולם הליטא און ס'איז לכאורה נאך אזוי אינטערסאנט ווי די מחלוקת אין סאטמאר. איינער וואס קען אריינקומען מסביר זיין פון אלף וואלט געווען א געוואלדיגע זאך
 
טאר מען ניט אונטערשאצן דער באדייטונג פון אזא פסק דין. טא ליגט א טויט קלאפ צום וויזיע פון הרב שאך פאר'ן חרידישע וועלט - וואס קען האבן אן גרויס השפעה אויף דער חסידישע וועלט אויך.
 
טאר מען ניט אונטערשאצן דער באדייטונג פון אזא פסק דין. טא ליגט א טויט קלאפ צום וויזיע פון הרב שאך פאר'ן חרידישע וועלט - וואס קען האבן אן גרויס השפעה אויף דער חסידישע וועלט אויך.
נא אדרבה פתח פיך ויאירו דבריך. זיי מסביר
 
נא אדרבה פתח פיך ויאירו דבריך. זיי מסביר
אויב סלאזט זיך די צייט שפעטער קען איך דערקלערן מער באריכות, אבער לפי פשוטו איז די פראגע געווען צו הרב שך האט געהאט א זכות ממנה צו זיין רב מרקוביץ אלס ראש ישיבה. הרב כהנמן האט געטענהט אז וויבאלד זיין טאטע האט געגרינדעט דער ישיבה ער זאל האבן דעם זכות מעלדן, און ניט הרב שך.

אבער דער מחלוקות צווישן הרב שך מיט הרב פוברסקי און הרב כהנמן האט שוין אנגעהויבן פריער, מיט וואס הרב שך האט זיך מפריש געווען פון אגודה און געגרינדעט דגל התורה. די היינטיגע שפאלט צווישן דגל התורה און פלג הירושלמי איז א המשך פונעם זעלבע מחלוקות.
 
דא האסט די באבוב 45 דרשה רעספאנס פון הרב מארקאוויטש
 
בייגעלייגטע פיילס

הרב שך קומט דא נישט אריין. ער האט נישט ממנה געווען הרב מרקוביץ און הרב שך האט גארנישט צו טון מיט אים. אדרבא, איך געדענק אז די ערשטע שיעור כללי פון הרב מרקוביץ איז געווען א וואך פאר, אדער נאך, ווען הרב שך איז אוועק, און מענטשן האבן געטענהט דעמאלס, חצי בבדיחה, אז הרב שך האט אים קיינמאל נישט געוואלט.
און דאס איז זיכער אז מיט די הנהגת הציבור האט די גאנצע מעשה גארנישט, און הרב מרקוביץ האט נישט קיין דעה בהנהגת הציבור.

הרב מרקוביץ איז געווען א באמבע מנעוריו, און ווען ער האט חתונה געהאט מיט בת הרב אברהם כהנמן ז"ל, טענהט ער אז דאס איז געווען בתנאי אז די פאסטן פון ראש ישיבה איז זיינס.

אזוי טענהט ער.

זיין שוואגער טענהט אז ער האט גארנישט בכתב, און ווען זיין פאטער וואלט אים עפעס געוואלט געבן, וואלט ער עס געגעבן.

אין בי"ד האט ער געוואנן אז ער האט א דריטל זכות אין זיין ראש ישיבה, וואס דאס מיינט אז די אנדערע דארפן זיך רעכענן מיט אים. הרב אליעזר האט געהאלטן אז דאס איז אן אוממעגליכע שותפות, און ער איז געגאנגן אין קאורט מבטל צו זיין די פסק. עס איז מסתמא דא נאך פרטים ווייל קיינער האט נישט געהאלטן אז ער האט געטון אן עוולה דעמאלס.
שוין, הרב מרקוביץ און זיין מענטשן האבן זיך געשלאגן כסדר, און די ישיבה איז שוין געווען צוטיילט אין צוויי, ביז צו די יעצטיגע פסק.
 
@אלטע שרייבער

וואס האט פאסירט למעשה ווייס איך ניט, נאר וואס די שיטות האלטן. איך האב געלערנט ביי הרב מרקביץ און אזוי איז געווען די נאראטיוו.

וואס איז בעיקר וויכטיג צו פארשטיין איז אז סייווי וואס האט טאקע פאסירט, פון דעסטוועגן דער שפאלט אינעם עולם התורה דריקט זיך אויס מיט אזא סארט alignment אין די אלע מחלוקת'ן. ביים דגל בתורה איז געווען הרב שך און הרב אלישיב אנטקעגן משפחת בריסק און משפחת קניאבסקי/קרליץ, און דער גירושין פון הרב קוטלר איז געווען דעם זעלבן שפאלט. די תומכים פון הרב מרקוביץ זענען אויך געווען הרב אלישיב און הרב שמואל אויערבאך אנטקעגן הרב ניסים קרליץ און הרב שטיינמאן.
 
דגל התורה איז געווען קעגן משפחת קניאבסקי קרליץ????!!!!
און איין גאט ווייסט וויאזוי מלכיאלס פראבלעמן האבן עפעס צוטון מיט הרב אלישיב, הרב חיים, אדער הרב ניסים קרליץ.

אז מ'וויל קען מען שלעפן א פאר לשיטתיהס, אבער נישט דארט ליגן די שפאלטן.
 
Back
Top