- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 84
- רעאקציע ראטע
- 629
האסט אמאל געטראכט וויאזוי וואלט געשפירט א חופה וואס האט א צווייטער טאג? צומארגנס פונעם חופה, ביסט שוין אחתונה געהאטער, אבער מען גייט היינט נאכאמאל צום חופה, דער קבלת פנים גראמער ווידער מיטן ״חתן איידער דו גייסט אונטער די חופה שטאנגען״, ווידער א מי בן שיח, דעם קיטל, וחיל ורעדה יואחזון, מען וויינט, די ווייבער שטייען ווידער מיט נאסע אויגן איבער די פארשמינקטע הלני המלכה׳דיגע פנים׳ער, נאכאמאל כיבודים פאר אלע ר״ר צאץ׳ן, מען ברעכט טעלער, און די באטייליגטע פרייליך ברעכן אויס אין א מרוגש׳דיגע מזל טוב…
וואס איז? ספיקא דיומא!… א מעשה א געשעפט, צוויי טויזנט יאר צוריק האבן ליצים גענארט חתנים פון ארם נהריים מיט פאלטשע פאקלען און פאלטשע כלות, און ס׳איז געקומען לידי תקלה, פון דענסמאל מאכט מען צוויי חופות בגולה זיכער צו מאכן אז ס׳איז רחל און נישט לאה… ומנהג אבותינו בידנו
יו געט טהע פוינט… טייערע אידן, דער נמשל איז דאך מובן מאליו…
פסח, מ׳האט זיך שוין אפגעהייליגט, כאילו יצא ממצרים געווען, געטרערט ביי די חזרת, גע׳מח׳ט ביים כזית, זיך גע׳חרות׳ט ביי די כוסות, געבליבן וואך עד שיחטפנו שינה… געליינט אסטראפאלערס בריוו וועגן דצ״ך עד״ש באח״ב, צופרי א קארג געשלאפענער אפגעדאוונט א סקארבאווער פארצויגענער שחרית מיטן ברכת טל מיטן פארכטיגן ניגון… ס׳קומט אוונט, די נשמה יתירה קלייבט זיך שוין צו פּאַקן זיינע זיבן סוועטשקעס און זאגן אווידערזעהן, זאגט מען אים ווארט! ״וואסי? פרעגט ער - ״ס׳נישט מוצאי? זאגט מען אים - סדר נאכט!
סדר נאכט? ס׳דאך שוין נעכטן געווען?
אמת, אבער היינט ווידעראמאל?
אזויווי נעכטן אודך כי עניתנו? דו קענסט עס נישט מיינען ערנסט… הא לחמא עניא, קערה, כוסות, לפיכך אנחנו חייבים, די גאנצע חאמערייקע, הכל בכל?…
יא זאגט מען אים, נו. ס׳ווערט שפעט געגאנגען!….
און איך שלעפ דעם נשמה יתרה׳לע ביי די אויערן און כ״זעץ אים ווידער אוועק אויפן פסח שטיל גרייטן דעם קערה…
אויך ראש השנה איז זיך נישט ווייניגער ווערט דאס געלט, א רשעות׳דיגער גזירה קעגן שלאפן האבן מקובלים ארויפגעלייגט, און אז מען וויל נישט פארשלאפן דעם מזל You better stay awake
מנחה זעהט שוין אויס ווי אט אט זעהט מען זיך ארויס פון די גראטעס, אבער ווי גלייך ס׳וואלט ווידער געווען דעם ערשטן קלאפ פון נייעם לוח השנה, א שעה קלה נאכן שערן, א סעקונדע נאך תחל שנה וברכותיה… נאר דאס מאל מיט די גע׳פויעל׳ אלץ גוטס איכלו משמנים אין בויך פון נאכן היינטיגן מוסף׳דיגן קדיש צו וואס נשמה יתירה האט נעבעך אזוי פרייליך צו געטאנצן מיט גרויס עקסטאז…
נאר אז ס׳קלאפט רבינו תם נעמט אן ערנסטע מינע די שענדעליערס פונעם סופיט, דער פארכטיגער מאגן-כאפעדיגער ניגון הילכט אפ אונטער די שענדעליערס ביז ארויס די פענסטער אז דזשאק פעטיער דער פראנצויז מיט די באקסערס קומט צו לויפן מיט סאלסא זיין הונטל צום פענסטער, ובכן וואס איז היינט ווידער מיט הללו די מענטשן…
א ברכה נאר מען איז היינט נאכט פטור פון לשנה טובה זאגן פאר אלע שבעה קרובים, פטור פון ברעכן זיך די ציינער ביים פראבירן זאגן בלשון נקיבה כאילו מען וואלט נאכאמאל געזאגט הרי את מקודשת לי… מ׳איז פריי פון שנהיה לראש ולא לזנב און פונעם גאנצן סימנא מלתא הוא… היינט מיטל-נאכט זארגט מען זיך וויפיל קערנדלעך דער רימון פארמאגט… און צו שרה׳לע האט איינגעהאנדלט אין סופערמארקעט א זיסע צו א זויערע, א פעטע צו א מאגערע… אזא מיט רויטע באקן צו חלשות…
נאר אז מען האלט ביים אריינווארפן די מידע ביינער אין בעט ליל שני ready to sign out, כאפט דעם נשמה יתרה אן איצטמכא, פאָק… זאגט ער, מארגן נאכאמאל אדון עולם מיטן ניגון, נאכאמאל דער גאנצער תקועת שופר, ונתנה תוקף? גאטעניו וואס וועט זיין…
מען פארזיכערט אים אז מארגן איז נישט אזוי געפערליך ווי היינט בייטאג, ס׳איז דניא רפיא, מען זאגט נאר די זאפטיגע שטיקלעך, און מען לאזט אויס דעם גרויסן לאנגן יוצר פון פאר קדושה…
קען מען שלאפן פארטאגס For God sake אין קומען נאך ברוך שאמר?… ס׳דניא רפיא זאגסטו…
ניין דאס נישט, די מזל… הארטע מזל ווייכע מזל, מזל איז מזל!…
״פאָק מזל!… מאכט יתרה א טענטראם
״אבער נאכמיטאג א שעה פאר מנחה וועט דיר מלאך סנדלפוֹ״ן נישט קיצלען אין אויער אז דו פאלסט א שינה איבערן תהילים…
אבער דער נשמה יתרה ברויזט, געוואלט האט ער שוין זינגען המבדיל און וואטשן א מאווי…. טוט מען אים ווידעראמאל אן פעפעטע הויזן…
וועגן שבועות איז אזוי, כבר העריכו בזה יודעי חן, נאר בקוצר אמורים, דעם צווייטן טאג שבועות אז מען הייסט נישט איבערזאגן תיקון, מען הייסט נישט איינעמען שתיקה ביז כתר, מהייסט נישט נאכאמאל זינגען אקדמות בחיל ורעדה און נאכאמאל שטיין מיט ציטער ביי משה ידבר והאלוקים יעננו בקול… מען הייסט אפילו נישט איבער מאכן די זאך מיט ווארטן דעם האלבן שעה, חסד עשה הקב״ה איתנו, איז דערפאר דער צווייטער טאג שבע ברכות, און דער נשמה יתירה איז גערן א בעלן פאר נאך א טאג. דער חידוש איז אז דוקא מוצאי שבועות אנדערש פון אנדערע ימים טובים קען ער נאך באשטיין צו בלייבן - ״וואו איז חול המועד? פרעגט ער, ״מאכסט מיר יום טוב׳ן צוויי טעג און גיסט נישט קיין חול המועד?… ניין! קריגט ער אן ענטפער, ס׳אינדערוואכן פון דער פינסטערער גלות! און ער לויפט ארויס מיט א שטינקט נישט און שמעקט נישט מינע אן אפילו זאגן גוטן זומער;
אחרון של פסח אויף דער נאכט נעמט מען אויף א ניי גאסט אין שטוב, ערעב קניידל, העיירה לובשת חג, א שמחה יונג און אלט, כלל ישראל איז זיך צוריק מתאחד כאיש אחד ולב אחד בסעודתו של קניידלתן, מען לויפט אהיים, און מיט מטורף׳דיגע עקסטאז מאכט מען נאס מצה, און אלצדינג וואס מ׳קען נאס מאכן… מען עסט איינע פון אנדערנס מויל ארויס, אפילו פון מיקראבן (דזשערמס בלע״ז) האט מען אין דעם נאכט נישט מורא, מעיים שימורים היא לשם… די וואס האבן זיך מתנזר געווען פון בישולי חוץ לויפן ווי מוצאי שני הרעב צום טשאקאלאד, צום מאקאראני, אלץ וואס פארמאגט א שיעור גרוגרת פון טשאקאלאדע, און די גרעסטע תענוגים וואס א מענטש קען נאר האבן שפירט מען, און ס׳א פרייליכער טאג לשם אלוקכם…

לעצט רעדאגירט: