יוזל'ס צייטלאזע מוסר רייד

ר' יעקב עמדין האט געשריבן אין א בריוו איבער די פראנקיסטן אן אריכות איבערן נוצרי ותלמידיו, וואו ער טענה'ט אז זיי זענען געווען פרומע אידן און האבן נאר געוואלט מחדש זיין די שבע מצוות בני נח פאר די גוים. ער האט עס לכתחילה געדריקט אין זיין ספר סדר עולם רבה וזוטא, און שפעטער מיט הוספות ושינויים אין די מיטלסטע חלק פון זיין ספר השמוש גערופן "מתג לחמור", וואס האט אן הקדמה צו די מאמר, און די מאמר אליינס האט באקומען די נאמען "רסן מתעה". לעצטנס איז די "רסן מתעה" שיין איבערגעדרוקט געווארן דורך ליאור גוטליב, עס איז כדי צו עס דורכליינען און זעהן ווי ער איז מפלפל אינעם ברית החדשה בבקיאות גדול. איך וועל נאר נאך ברענגען אפאר ציטאטן פאר א טעימה.




פארשטייט זיך אז ר' יונתן'ס צד האט נישט ארויסגעלאזט די געלעגנהייט צו שרייען אז מינות נזרקה בו, ווי די יעב"ץ אליינס באשרייבט עס אין די אויבנדערמאנטע מתג לחמור (א שאד אז דאס איז נישט געדרוקט אין א קלארע פארמאט עס צו קענען אהערברענגען), און אויך אין זיין אויטאביאגראפיע "מגילת ספר":
'והנה בבוא הספר לידו ומצא קוצים בעיניו וירא כי לא יכול לי; אז התחיל להוציא עלי שם רע וכתב למקומות אחרים, לקהילות ישראל, שנזרקה בי מינות להחזיק ידי אמונת הנוצרים; עם שאינו, וכתב מהר לכל המקומות הרחוקות, אשר ידע שאין אפשרות להגיע ספרי לשם כל כך מהר, ביחוד לאמשטרדם ... הוציאו עלי הקול על הספר בטרם הראותו ופעלו בעצתו שפחדו כל העם שם מלהביט בו, אף לראותו וכל שכן לקנותו. על כן כששלחתיו לשם אח"כ מיד החזירוהו לידי ... ואף הוא פער פיו על הספר מאוד בפני מאהביו הפתאים המאמינים לכל דברי מהתולותיו; אעפ"כ המה לא נמנעו מלקנותו, אדרבה חשקו לראותו. אכן כראותם כיסתה כלימה פניהם, כי ראו שיצאתי להלחם מלחמת ה' והשלכתי נפשי מנגד להוכיח מספרי נוצרים עצמם שהיהודי קשור בעבותות חזקים בתורת משה רבנו ע"ה שאין לה ביטול עולמית; ושאומות העולם חייבים בשבע מצוות לא זולת ... ובראותם כי כן יותר ראוי לשבח אותי וספרי החדש אז משכו ידיהם מן הספר ונאלמו. גם נקבע בגאזעט באלטונא להודיע טיב ספרי החדש הלז וקצת שבחו. רשע יראה וכעס. מה עשה? קנה הרבה מהדפים הללו לאבדם ולכלותם מן העולם, אבל מ"מ נתפשטו ג"כ למקומות אחרים'.
הרה"ג ר שמואל בוטח אין זיין ספר "כשר יאשקע" איז זיך סומך אויף דעם
 
לויט רבי יעקב עמדין וואס איז פשט אז מען האט מתקן געווען א גאנצע ברכה ולמלשינים ווי מען שעלט אריין דארטן.
וואס איז אז מען דארף זיי אויסמעקן און אויסרייסן תעקר ותשבר ותמגר ותכלם.
 
לויט רבי יעקב עמדין וואס איז פשט אז מען האט מתקן געווען א גאנצע ברכה ולמלשינים ווי מען שעלט אריין דארטן.
וואס איז אז מען דארף זיי אויסמעקן און אויסרייסן תעקר ותשבר ותמגר ותכלם.
קען זיין ווען שמואל הקטן האט עס מתקן געווען זענען געווען אנדערע כיתות ביי אידן וועלכע זענען געווען מינים מיט מלשינים, מוז בכלל נישט זיין אז ס'געווען די גרופע וועם מיר אינדענטיפיצירן היינצוטאגס אלץ יוזל'ס תלמידים
 
לויט רבי יעקב עמדין וואס איז פשט אז מען האט מתקן געווען א גאנצע ברכה ולמלשינים ווי מען שעלט אריין דארטן.
וואס איז אז מען דארף זיי אויסמעקן און אויסרייסן תעקר ותשבר ותמגר ותכלם.
מעגליך דאס איז לאחר מותו(?) ווען די רעליגיע האט זיך געטוישט
(סאיז אפשר מסתבר אזוי ווייל בחייו (הראשון?) איז זיין באוועגונג לאו דווקא געווען אזוי גרויס)
 
יכול להיות אבער אויף משה איז טאקע נישט דא קיין ראיות חוץ מן התורה אבער קיין ראיות אז נישט איז נישט דא קיין סאך משא"כ יאשקע איז מעגליך אז סאיז געבויט אויף אן איש שהיה אבער די גאנצע התנהגות און זיין נשיאות איז דא מער ראיות אז להד"ם
וואס זענען די ראיות אז להד"ם?
 
לעצט רעדאגירט:
ר' יעקב עמדין האט געשריבן אין א בריוו איבער די פראנקיסטן אן אריכות איבערן נוצרי ותלמידיו, וואו ער טענה'ט אז זיי זענען געווען פרומע אידן און האבן נאר געוואלט מחדש זיין די שבע מצוות בני נח פאר די גוים. ער האט עס לכתחילה געדריקט אין זיין ספר סדר עולם רבה וזוטא, און שפעטער מיט הוספות ושינויים אין די מיטלסטע חלק פון זיין ספר השמוש גערופן "מתג לחמור", וואס האט אן הקדמה צו די מאמר, און די מאמר אליינס האט באקומען די נאמען "רסן מתעה". לעצטנס איז די "רסן מתעה" שיין איבערגעדרוקט געווארן דורך ליאור גוטליב, עס איז כדי צו עס דורכליינען און זעהן ווי ער איז מפלפל אינעם ברית החדשה בבקיאות גדול. איך וועל נאר נאך ברענגען אפאר ציטאטן פאר א טעימה.




פארשטייט זיך אז ר' יונתן'ס צד האט נישט ארויסגעלאזט די געלעגנהייט צו שרייען אז מינות נזרקה בו, ווי די יעב"ץ אליינס באשרייבט עס אין די אויבנדערמאנטע מתג לחמור (א שאד אז דאס איז נישט געדרוקט אין א קלארע פארמאט עס צו קענען אהערברענגען), און אויך אין זיין אויטאביאגראפיע "מגילת ספר":
'והנה בבוא הספר לידו ומצא קוצים בעיניו וירא כי לא יכול לי; אז התחיל להוציא עלי שם רע וכתב למקומות אחרים, לקהילות ישראל, שנזרקה בי מינות להחזיק ידי אמונת הנוצרים; עם שאינו, וכתב מהר לכל המקומות הרחוקות, אשר ידע שאין אפשרות להגיע ספרי לשם כל כך מהר, ביחוד לאמשטרדם ... הוציאו עלי הקול על הספר בטרם הראותו ופעלו בעצתו שפחדו כל העם שם מלהביט בו, אף לראותו וכל שכן לקנותו. על כן כששלחתיו לשם אח"כ מיד החזירוהו לידי ... ואף הוא פער פיו על הספר מאוד בפני מאהביו הפתאים המאמינים לכל דברי מהתולותיו; אעפ"כ המה לא נמנעו מלקנותו, אדרבה חשקו לראותו. אכן כראותם כיסתה כלימה פניהם, כי ראו שיצאתי להלחם מלחמת ה' והשלכתי נפשי מנגד להוכיח מספרי נוצרים עצמם שהיהודי קשור בעבותות חזקים בתורת משה רבנו ע"ה שאין לה ביטול עולמית; ושאומות העולם חייבים בשבע מצוות לא זולת ... ובראותם כי כן יותר ראוי לשבח אותי וספרי החדש אז משכו ידיהם מן הספר ונאלמו. גם נקבע בגאזעט באלטונא להודיע טיב ספרי החדש הלז וקצת שבחו. רשע יראה וכעס. מה עשה? קנה הרבה מהדפים הללו לאבדם ולכלותם מן העולם, אבל מ"מ נתפשטו ג"כ למקומות אחרים'.
עס איז אבסורד צו זאגן אז יוזל איז געקומען מייסד זיין א דת פאר אומות העולם. אפי' לויט די ברית החדשה בחייו האט ער נישט געהאט קיין קשר צו נישט-אידן, אפילו מופתים האט ער נישט געמאכט פאר זיי. זיינע פעולות און Preaching איז געווען נאר צווישן אידן
 
איך האב ערגעץ ווי פיל חומר דערויף, איך האב עס נישט מצליח געווען צו טרעפן. איך וועל שרייבן פון זיכרון.
א. עס זענען נישטא קיין פרטים איבער זיין פערזענליכע לעבן פון די ערשטע מחברים. נאר וואס ווייטער די מחברים פון ספרים זענען פון אים, אלס מער פרטים ווייסן זיי. אפי׳ און חז”ל זעהט מען אז ער איז געווען בתורת לעגענדע און זיי אליינס זענען לוטה בערפל. (דאכצעך אז הרב חיים שלמה רוטטנבערג האט אן אריכות איבער דעם.)
ב. די קריסטליכע דאקטארינע האט אלע יארן געזאגט אז חורבן הבית איז געווען 40 יאר נאכ׳ן הרגענען יוזל און פאנטיאוס פיילעט איז געווען דער רוימישער גאווערנאר וועלכער האט אים געקרייציגט און די אידישע חכמים האבן אים איבערגעגעבן למיתה. לויטן גאספעל איז דאס געשען צוליב דעם וואס חז”ל האבן נישט געקענט טרעפן צוויי כשר׳ע עדים. לויט דעם איז שווער א׳ פארוואס האבן זיי אים טאקע געהרגעט. און ב׳ און יענע תקופה האבן די סנהדרין בכלל נישט דן געווען דיני נפשות! זיי זענען שוין ארויס פונעם לכת הגזית כדי נישט צו דארפן טויטן אזויפיל אידן!
ג.נאכן אנדעקונג פון מגילות ים המלח, האט די קאטוילישער קירכע געמאלדן אז זיי האבן קלארע באוויזן אז יוזל האט געלעבט צוויי הונדערט יאר פריער, ד”ה אין די צייטן פון יהשע בן פרחיה. נו אויב אזוי, וויאזוי האט אים פאנטיאוס פילעט געהרגעט צוויי הונדערט יאר פארן געבוירן ווערן?
ד. עס איז א ווערטל אבער פארט אמת. אויב איך קום אהיים און איך טרעף מיין ווייב טראגעדיג טראצ׳ן איר נישט בועל זיין און זי טענה׳ט עס איז פון גאט וואלט איך איר געגלייבט?
ה. סעריעסלי, איז מרים געבליבן א בתולה? אפי׳ נאכן געבוירן א קינד? און ווער האט דאס בודק געווען? איז די הייבאם אייגענטליך געזעצן נאכן געבורט מיט א פלעשלייט בודק צו זיין אירע בתולים? פארוואס דערמאנט קיינער נישט דעם שטוינענדער פענאמענאן? פליני וואלט עס געמעגט דערמאנען צווישן אלע אנדערע שטותים וואס ער ברענגט.
ו. די אלע מופתים וואס ער האט באוויזן האבן נישט באאיינפלוסט דאס אידישע פאלק, פארוואס נישט? פארוואס האט דאס אידישע פאלק זיך צוזאמגענומען ארום אים, און געטראפן די חכמים. מ’שטיינס? תחיית המתים? נאך פארנט פון פינף הונדערט מענער און פינף הונדערט פרויען? עס וואלט געדארפט צושאקלען די אידשע וועלט?
 
אנעמען אז יוזל האט עקזיסטירט מיינט נישט אנעמען אלעס וואס שטייט אין די גאספעלס יעדער פרט אלץ אמת לאמיתה. עס איז נישט קיין פעקידזש דיעל. מען קען זיין סקעפטיקעל צו די סיפורי צדיקים וואס שטייט אין די גאספעלס און צו די נעראטיווס און דאקטרינעס און פארט אנעמען מיט היבש זיכערקייט אז עס האט עקזיסטירט אזא דמות
 
קען זיין אז עס איז געווען א מענטש יושע בן יוסף. ווען האט ער געלעבט? ווער איז ער געווען? ווער האט געוואוסט פון אים בחייו? איז ער געווען גרעסער פון באניע אדער קלענער?האט מען אים געהאלטן אלס ממזר אדער כשר קינד? וכו׳ דאס הייסט. אז דאס אז עס קען זיין אז עס איז געווען איינער א שטיקל קולט פירער יושע, מיינט נאך נישט אז דער איז דער היסטארישער יוזל.
בכלל לויט די קריסטליכער דאקטארינע, און איך מיין אז אלע שטרעמונגען גלויבן דאס, זענען צוויי גנבים געהאנגען געווארן צוזאמען מיט אים איינער האט מקבל געווען סאלוועישן און געראטעוועט געווארן איינער נישט און טאקע געשטארבן. די רומיים האבן גענוצט טוט שטראף אזוי אפט ווי אמעריקע פי”ס און פיינ”ס. פארוואס איז דער סגולה בדוק ומנוסה נישט געווארן פארשפרייט אינסטענטעניעסלי איבער’ן רוימישער אימפעריע? דאס וואלט דאך אינטערגעברענגט די באצווינגער?
 
איינער האט מקבל געווען סאלוועישן און געראטעוועט געווארן איינער נישט און טאקע געשטארבן
ביידע זענען געשטארבן איינס איז געראטעוועט פון שאול תחתית (גענוי וואס סאלוועישן מיינט איז א מח' הגלחים)
(אבער לפי סברת המקשה קען טאקע זיין אז פארדעם האט זיך קריסטענדום פארשפרייט און רוים)
 
Back
Top