יוזל'ס צייטלאזע מוסר רייד

איך מיין אז דאס וואס יוסף דערמאנט דאס פארשטיינערן ישוע'ס ברודער יעקב איז אנגענומען ביי כמעט יעדן אלס ארגינאל.

אגב איז די באקאנטע שערוריה איבער די גלוסקמאות (ביינער קעסטל) וואס מען האט געטראפן אין תלפיות געגנט אין ירושלים מיטן אויפשריפט ישוע בן יוסף, יהודא און מרים. געווען ערנסטע וויכוחים אז דאס איז ישוע און זיין פאמיליע. ווי אויך איז געווען א קינד דארט, משמע אז ישוע האט חתונה געהאט און געהאט א קינד. ווי אויך אז די באקאנטע יעקב אח יוסף וואס מען האט געטראפן יארן צוריק איז געווען א חלק פונעם תלפיות פאמיליע. איך האב געזען דאס ישוע גלוסקמא דא אין מאנהעטן עטליכע יאר צוריק אויף אן אויסשטעלונג.
The Lost Tomb of Jesus - Wikipedia
הגם איך האב עס נישט שטודירט בעומק, דערמאנט עס אבער פון פירקאוויץ מיט זיינע מציבות. אדער די חרסון גניזה. איך האב נישט געזען אז איין קרעדיבל אינסטיטוט זאל דאס אנערקענען.
 
איי סנהדרין האט שוין נישט דן געווען דיני נפשות?
ס'שטימט נישט מיט נאך זאכן למשל אז מען האט אים דן געווען ביינאכט.
באמת איז דאס א חלק פון די נעראטיוו אין די גאספעלס פון ישו'ס טויט וואס איז קלאר בייעסד קעגן אידן און סימפאטיש צו די רוימער. איך האלט אינמיטן ליינען דערוועגן: אסאך היסטאריקער האלטן אז די סנהדרין האט אים בכלל נישט דן געווען למיתה
 
לויט אלע שטרעמונגען פון קריסטנטום איז דאס דברי כפירה ממש.
 
למאי נפק"מ? איך רעד פון א *היסטארישע* בליק
פיין. איינע פון די סיבות פארוואס די היסטאריקער נעמען אן אזוי איז טאקע דאס אז די סנהדרין איז שוין נישט געווען אין ירושלים.
למעשה, זיינע תלמידים שרייבן קלאר אנדערש. קומט אויס, אז אדער האט ער געלעבט פריער ווי אנגעגעבן און זיינע תלמידים האבן אים נישט געקענט. אדער האט ער געלעבט אין די אנגעגעבענע צייט וואס אויב אזוי האבן די תלמידים געוואוסט אז די סנהדרין הרגעט נישט, פארוואס האבן זיי דאס אויפגעמאכט?
דאס איז איינע פון די סיבות וואס ברענגט מיך צו זאגן אז לא היה ולא נברא. עט וואן פוינט האבן עטליכע קריסטן מחליט געווען אז זיי האבן אים געקענט ממש למטה מעשרה טפחים און אז ער איז געווען איינע פון די פילע אידן וועלכע די רוימער האבן געהרגעט. איינער פון די לעגענדעס פון די רעליגיע איז געווען אז די סנהדרין האט אים געהרגעט. ממתיק צו זיין האבן געזאגט אז די סנהדרין האט דאס איבערגעבן צו די רוימער. למעשה אבער, ווען די אפאסטאלן האבן זיך צוזאמגענומען, איז יאשקע שוין געווען א לעגענדע.
 
לויט אלע שטרעמונגען פון קריסטנטום איז דאס דברי כפירה ממש.
לויט ווי איך פארשטיי האבן אים די סנהדרין דן געווען אדער געזאגט אז עס וואלט זיך אים געקומען מיתה, אבער די רוימער האבן אים גע'הרג'ט. וואו איז דאס א סתירה צו די גמרא אז מ'האט שוין נישט דן געווען דיני נפשות? און אויב איז דאס א סתירה, ווער זאגט אז די גמרא איז ריכטיג? די גאספעלס זענען געשריבן געווארן סאך נענטער צו יענע תקופה. און די גמרא אליינס איז דאס נאר אן הגהה פון ר' נחמן בר יצחק אויף די ברייתא.
 
די סנהדרין האבן בכלל נישט דן געווען דיני נפשות. לויט ווי איך געדענק איז דאס מוסכם אפילו דורך סעקולערע מקורות.
 
די מקור פון דעם איז די גמרא אין עבו"ז ח:, אין סעקולארע מקורות איז די מיינונג אז זיי האבן נישט געהאט די אויטאריטעט אויסצופירן דיני נפשות נאר געדארפט רשות פון די רוימער, וואס איז בכלל נישט קיין סתירה צו די מעשה.

30AD איז גראדע פונקט 40 יאר פארן חורבן, און 33AD איז אביסל ווייניגער, קען מען גראדע פארענפערן אז די גמרא זאגט א בערך'דיגע נומער און נישט פונקטליך.
 
פיין. איינע פון די סיבות פארוואס די היסטאריקער נעמען אן אזוי איז טאקע דאס אז די סנהדרין איז שוין נישט געווען אין ירושלים.
למעשה, זיינע תלמידים שרייבן קלאר אנדערש. קומט אויס, אז אדער האט ער געלעבט פריער ווי אנגעגעבן און זיינע תלמידים האבן אים נישט געקענט. אדער האט ער געלעבט אין די אנגעגעבענע צייט וואס אויב אזוי האבן די תלמידים געוואוסט אז די סנהדרין הרגעט נישט, פארוואס האבן זיי דאס אויפגעמאכט?
זיינע תלמידים האבן נישט געשריבן גארנישט. די גאספעלס זענען געשריבן געווארן 40-60 יאר נאך זיין טויט אין רוים. עס איז א געמיש פון פריערדיגע מקורות, ארעל טראדישענס און אייגענע געבעקסן און ציפוצונגען פון די מחברים כל אחד לפי זיינע צרכים בזמן ההוא. ענדליך צו תנ"ך. דארף מען נאכגיין פארזיכטיג וואס איז היסטאריש און וואס איז צוגעלייגט אדער פארדרייט.

היסטאריש האבן די סנהדרין לכאורה געהאט א חלק אין די מעשה. זיי האבן אים אפגעהאלטן חוקר געווען און אפשר אויך איבערגעבן צו די רוימער אבער נישט דן געווען למיתה. די גאנצע טויט חלק איז געקומען מצד די רוימער. די ווערסיע איז שפעטער בעארבעט געווארן דורך די מחברים וואס האבן פראבירט צו פארברייטערן די ראלע פון די אידן און פארמינרן די ראלע פון די רוימער עס זאל שטימען מיט די דעמאלט'דיגע פאליטישע מצב.
 
דאס איז אלס מיט די הנחה אז ער האט עקזיסטירט. איך בין נאך נישט איבערצייגט אז עס איז בכלל געווען אזא מענטש. איך האלט אל בזמן יהושע בן פרחיה איז געווען איינער עפעס א ישו. זיינע חסידים האבן געדרשנט איבער אים.עס איז געווען איינס פון פילע חסידותער וועלכע האבן איבערגענומען כלל ישראל עט דעט טיים. די איסיים האבן מעגליך געהאט עפעס אן השפעה פון אים, אדער נישט. בערך 250 יאר נאך זיין טויט האט עטליכע הייסע חסידים איבערגעארבעט די רעליגע. יאשקע׳ן האט מען אריבערגעריקט שפעטער. עטליכע אפסטעלס האט מען אוועקגעשטעלט אז זיי האבן אים זיכער געקענט. איבערגעארבעט די מעשה, געבלעימד די אידעלעך, און פראנט! עס איז דא א יאשקע מיט פאנטיאוס פילעט! מיר קוקט אויס אז דער היסטארישער יוזל האט קיינמאל עקזיסטירט. מען האט גענומען דעם יוזל פון יהושע בן פרחיה, אבער למעשה אפי Mathew און Andrew האבן אים קיינמאל געקענט.
 
דו פארסט אהין און צוריק איך כאפ נישט ווי איך שטיי מיט דיר. דו האסט געפרעגט א קשיא איבער די עונש מוות דורך סנהדרין וואס דאס איז געווען איינער פון די סיבות פארוואס דו האלטס אז ישו האט נישט עקזיסטירט. כ'האב דיך גענטפערט אויף דעם?
 
האסט עס פארענפערט נישט געענפערט.
 
@דאקטאר-ראבינער וואס ברענט אייך צו זאגן אז לא היה ולא נברא?
איך האב עס אמאל דורכגעטון. איך האב אפילו געפרעגט עטליכע קריסטליכע שטרעמונגען איבער די סתירות. איך קען דעם פייל בשו”א נישט טרעפן. אבער איך געדענק אז ווען איך האב אנגעפרעגט דעם אפיס פונעם ניו יארקער ארציבישאף, איז דער ענפער געווען בערך אז
we believe that Jesus transcends times. Therefore, finding him through several generations is expected. איך האב נישט די פונקטליכע ווערטער, אבער דאס איז געווען די געדאנק.
איך האף עס צו טרעפן און פאוסטן, אבער מיין זכרון זאגט מיר אז די מסקנה איז געווען אז ”עפעס” איז געווען בימי יהושע בן פרחיה; דער היסטארישער יוזל פון וואס זיי רעדן איז דא צופיל קושיות.
אויך געדענק איך אז דער גריכישער טשורטש איז געווען די אייציגסטע מיט עפעס א מהלך צו מאכן זאכן שטימען
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top