ייש"כ!

איך ווייס נישט ווי אזוי עס צי זאגן און אידיש..
I really appreciate it
איי רילי אפרישיעט איט. אזוי זאגט מען דאס אין אידיש. קענסט מאכן א קאט קאפי פעיסט א יעדעס מאל וואס די ווילסט עס ניצן.
 
מזל טוב צו ידידינו החביב @מר שושני
פארן אריינגיין אינעם פינעף טויזענט לייקס ברעקעט!!!

און מיט דעם לאז איך איבער מיט עהרע און כבוד דעם פלאץ פון צווייטער מיט די מערסטע לייקס פאר דיר!

כ'האב דיר איבערגעלאזט א בריוול אינעם לעדל מיטן ברכה אז זאלסט פירן דאס לאנד מיט חסד ורחמים...

דאס מיינט אז 5,000 מאל האט איינער געליינט אייערס א תגובה און הנאה געהאט.

אין מיינע אויגן, און אין די אויגן פון אלע קרעמלער, האט איר דערגרייכט צו סעלעבריטי סטעטוס.

יישר כחכם פארן אונז אלע מהנה זיין.
-

כ'וועל צוענדיגן מיטן מעשהלע פונעם חסיד וואס האט איבערגענימען זיין רבין פאר איין טאג און האט דערנאך געזאגט אז מ'קען נישט משיג זיין די כוחות וואס א רבי באקומט מיטן אמט.

היות כ'בין שוין דארט געווען אמאל קען איך אויך מעיד זיין אז ווען מ'שטייט אזוי הויעך אין לייקס באקומט מען ספעציעלע כוחות פון קאנפידענס אז ס'לוינט זיך.

דאס לעבן ווערט נישט בעסער אדער גרינגער דערמיט, אבער פארט...

אויב מ'האט נישט קיין גרייצער צו באצאלן דעם קרעדיט קארטל - הע, ווייסט ווי סאך לייקס איך האב! כ'בין א סעלעב!

אויב די ווייב בלאזט פאר אפאר שעה - יא, אבער איך בין דאך אזוי גרויס אין לייקס!

מ'שטייט אויף מיט דעם, מ'גייט שלאפן מיט דעם, מ'טרעפט חברים פון קרעמל מיט דעם. - איך בין דער פאפולערער באלייקטער ניק!

כ'קוק צוריק און כ'זעה ס'געווען מיין בעסטע אינוועסטמענט אין מיין לעבן. 🥰

יהי רצון אז פינעף טויזענט לייקס זאל ווערן א נחלת הכלל!!!
 
יישר כח און מזל טוב פאר @גרשון עהרליך און @דוד הלוי כהן פאר אייער ערשטער מעסעדש אויף קרעמל.
און נאך אזעלכע שיינע און קלארע נאכדערצו...
איינס בעסער פונעם צווייטן.

איר האט געמאכט מיין טאג.
 
יישר כח @שפרה לאווען פארן באשיינען קרעמל מיט דיין אויטענטישקיייט, און פאר'ן אריינקומען אייביג אזוי געשמאק אויף א היימישע זאפטיגע אידיש.
 
Back
Top