ייש"כ!

@אין הכי טאקע
דיין טאלאנט ברעכט אויף ווענט און עפענט נייע שערים! מלא חידוש! מלא מתיקות!
כ'בין שוין שטאלץ צו זיין אן אינגארישער און כ'קען שוין קוים ווארטן אויפן ברוך שהתיר לנו לזנות ברצונה...

😍
 
יישר כח פאר @ספרא פאר די לענגערע סעריע איבער מיליטערישע עראפלאנען.

עס דערמאנט מיר די רוהיגע שרייבעריי פון שמעון ראלניצקי אין שטערן/שפאקטיוו. נישט קיין קאנטראווערסיע, נישט קיין דראמא, פלעין אביסל ידיעות איבער אונזער וועלטל.

אויך דערמאנט מיר עס די בוך מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן, "ענציקלאפעדיע פאר יוגנט".
1000455688.webp
 
יישר כח פאר @ספרא פאר די לענגערע סעריע איבער מיליטערישע עראפלאנען.

עס דערמאנט מיר די רוהיגע שרייבעריי פון שמעון ראלניצקי אין שטערן/שפאקטיוו. נישט קיין קאנטראווערסיע, נישט קיין דראמא, פלעין אביסל ידיעות איבער אונזער וועלטל.

אויך דערמאנט מיר עס די בוך מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן, "ענציקלאפעדיע פאר יוגנט".
View attachment 8737

אוי דערמאנסטו מיר יעדע וואך האט מען נאכאמאל באטראכט דער זעלבער נערישער טוּנָה פיש און דער שנאבל פונעם רויב פויגל, און מען האט זיך געשטיפט צי ווערן פארגאפט, כמעט אזוי שטארק ווי דער יפה בעטו (מערקט אן דעם עטו מיטן טי״ת אזוי שרייבעריש געשטימט) יעדע וואך מיט זיין שימפאנזעס.
 
לעצט רעדאגירט:
א ש'כח פאר @ספרים פּאקער פארן פאקן די ספרים/שנירלעך אין די פאסיגע שאפע'ס אזוי געטריי!!!!!

רבותי! דער פאקער איז א איד! ביטע צוריקלייגן די ספרים אויפן ריכטיגן פלאץ!!!!;)
 
כ'ליין דעם שנירל און א בענקשאפט נעמט מיר ארום! כ'פלעג באדאנקן און הויעך הנאה האבן! לעצטענס בינעך עפעס צו ערענסט געווארן און צו דען איז דאס לעבן מער געשמאק אזוי? בכלל נישט!

לאמיר זיך צוריקנעמען צום באדאנקן! ס'מאכט מענטשן שפירן גוט און אנערקענט!

אפשר האב איך געשפירט אז מיינע שכוח'ס ווערן שוין באררינג. אבער איז דען נישט דאס לעבן בארינג? צו דען ווילעך זיכן עפעס עקסייטינג פון אינדערויסן? כ'וויל דאך דוקא אט די פשוטקייט פונעם לעבן, כ'וויל פשוט זיין מער מיינדפול!

לאמיר אנהייבן מיט א דאנק פאר דיר טייערע ליינער וואס מיט דיינע ליינען שפיר איך מער קאננעקשאן מיט נאך הומאן'ס, ס'טוט גוט פאר מיר, ס'מאכט מיר שפירן ווי כ'קען עפעס אפפערן צו אנדערע און דאס איז די גרעסטע פארגעניגען!

א דאנק פאר דיר ליינער וואס דו שרייבסט צומאל, שטעל זיך פאר דו שרייבסט נישט, וואס וואלט איך געליינט?

כ'בין דאנקבאר פאר די חברים וואס נעמען קעיר פון די בעיסיקס, די לייטס אין קרעמל זאלן זיין אפן.

א דאנק אייך אלע!
🥰🥰🥰
 
@שעפטאל דו ביסט קרעמל און קרעמל איז מיר
לאמיר מאכן א לחיים אויף א גלעזל ביר
איך וויל אויך נישט זיין ערנסט און זיין א לאסט
איך בענק מיר צו די צייטן פון זיין א גאסט

איך וויל קוואָוטען א רמב"ם און יעדער זאל שטוינען
דער שושני קען לערנען?, ממש ווי די קאנאָונען!
איך האב נישט קיין נערווען צו זיין דער טאַפּ-ניק
נאך יעדע תגובה זיך זארגן פאר קריטיק

לאמיר אנהייבן פון ניי און באגריסן און זיך בוקען
יישר כח פאר יעדן און איך האף אייך צו דערקוויקן


יישר כח שעפטי פאר די פאזיטיווע אינספיראציע. 😏
 
איך האב נישט קיין נערווען צו זיין דער טאַפּ-ניק
נאך יעדע תגובה זיך זארגן פאר קריטיק
ממש אזוי!

נאכן פרשה ווען מ'האט אויסגעשפארט איינעם אהן קענען געבן די גאנצע פרטים צום ציבור בינעך געווארן זייער איינגעצוימט כאילו כ'טראג א ריזן לאסט און כ'דארף מעסטן מיינע ווערטער.

לאמיר אפ! כ'בין א פשוטער נארישער יונגער שעפטי וואס וויל ארום טשילן! וויינען און לאכן און זיך ענדשויען!

מ'לעבט אפאר שעה און כ'זאל זיין פארנימען מיט שטותים וואס מאכן מיר אנגעצויגן? לאמיר זיין פארנימען מיט שטותים וואס מאכן מיר צוגעלאזן און פריילעך!
 
Back
Top