אייאוואסקא צערעמאניע

שטאלפערן
כ'האב זיך דערמאנט א שיינע מעשהלע וואס כ'האב מיטגעהאלטן אינעם דשונגל.
ס'געקומען אן עזרעלי פאטער מיט זיין יונגע זיסע טאכטערל פון בערך 11 יאר אלט.
זי האט שיינע קלוגע אויגן, אבער זי מאכט געפערליכע גרימאסן אויפן פנים פון גרויס אנשטענגונג און צער ווען זי וויל עפעס ארויס זאגן. ווען די ווערטער קומען שוין ענדליך ארויס, זענען זיי אזוי שנעל און אומקלאר.

זי האט געטרינקן אפאר מאל. איין צופרי נאכן אויפשטיין פונעם צערעמאניע האט זי געזאגט אז זי וויל אויכעט רעדן. זי האט גערעדט שטייט און קלאר, געדאנקט איר טאטע פארן זי ברענגן אהער און פאר די רפואה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א נאנטער חבר דערציילט מיר זיין עקספיריענס:

נאכן פראבירן אזוי פיהל וועגן פון זיך היילן בינעך ענדליך אנגעקומען צום אייאוואסקא

נאך אפאר מאל טרינקן האב איך געגאנגען פאר אפאר וואכן מיט א חבר און געטרינקן אפאר מאל.

און דאס איז דעם עיקר עקספיריענס.

כ'זעה מלאכים קומען צו מיר און זיי ווייזן מיר וואס די שורש פון מיין פראבלעם איז יעצט.

איין מינוט מלאכים זאג איך? ס'האט זיך מיר געדאכט ווי זיי זענען גאר געטער.

זיי ווייזן מיר אז די פראבלעם איז אז איך בין נישט צופרידן פון לעבן פשוט, זיך ערנעהרן, און עקזיסטירן. כ'זיך אלעמאל עפעס מער טיף און מינונגפול.
כאילו כ'מוז האבן עפעס א גרויסער ציהל און אויפטוה אין מיין לעבן.

האב איך געפרעגט פארוואס טאקע?
האבן זיי מיר געוויזן אז היות כ'האב געליטן אסאך אין מיינע יוגנט יאהרן און כ'האב זיך אויפגעפירט אויף א וועג ווי יעדער אנערקענט גלייך אז כ'בין סטאק אין עפעס א נעגאטיווער וועלט פון טראומא און סטרעס. און כ'קען נישט אקאצעפטירן אז אלע ליידן איז געווען פאר גארנישט, נאר צוליב מיינע טעותים.
דעריבער זיך איך עפעס א העכערע הסבר דערין, כ'מיש אריין גאט כאילוי ער האט דאס געטון פאר מיר בכוונה. און מיט דעם הנחה פראביר איך אנצוהאלטן אין מיין פיין כאילו ס'קומט זיך מיר עפעס גאר גוט צוליב די פיין וואס כ'האב באקומען.
דעריבער זיך איך עפעס טיעף אין מיין לעבן.
אבער די ריינע אמת איז, אז מיינע ליידן זענען געווען בלויז צוליב מיינע טעותים און די פאקט אז נאטור איז נישט פערפעקט און האט אויך ווייטאג.
און כ'וועל גארנישט באלוינט ווערן פאר מיין צער, כ'האב גארנישט פון אנהאלטן דערויף.

אויב עפעס זאגן זיי, זאל איך זיך פרייען אז כ'האב דעם אפערטינעטי צו פאררעכטן, עס לאזן אינעם עבר, און אנהייבן צו לעבן סימפל ווי א הומאן ביאינג נישט פון יענעם פלאץ, נאר פונעם סימפליסעטי.

כ'דארף נישט זיין מער ווי אנדערע מענטשן אדער האבן א ספעציעלן מיסיע אין מיין לעבן צוליב דעם וואס כ'האב געהאט טראומא און ענקזייעטי.

אלע מיינע טראומא איז פשוט מיין מיסטעיקס, גאט איז העכער דערפון און קיינמאל אפעקטירט געווארן דערפון.

ווילאנג איך האלט אהן דערין וועט עס זיין א חלק פון מיין לעבן.

כ'זיץ און כ'שטוין (דעם 'אהא' מאמענט) כ'בין מסכים, ס'איז דאך אזוי אמת, כ'שפיר עס אין אלע מיינע גלידער.

אבער אלץ א מאמין, און רעליגיעזער איד, א שומר תורה ומצות, בין איך געווארן פארווינדערט.

איז דאס אמת אז מלאכים/געטער פירן די וועלט און זיי טוהן אלעס? זיי ווייזן מיר מיין אמת?!
דאס הערט זיך אביסל ווי ס'איז דא א משמעות אין דינן אפגעטער?!

מיין נשמה ווייסט מיט א קלארקייט אז גאט איז ממש איין!

די מלאכים האבן תפיסת מחשבה (עכ"פ בשעת מיין טריפ...) האבן זיי מיר גענטפערט דורכן מיר ווייזן קוק דארט, כ'קוק ארויף אין יענעם דירעקציע און כ'זעה 'זיך אליין'
איינמאל כ'זעה זיך אליין, האב איך ענדערש געפרעגט זיך אליין. מה פשט?!

מיין 'זיך' ענטפערט, אט די מלאכים וואס דו האסט געזעהן, 'איך' האב זיי געשיקט צו דיר. ס'איז גאר פון מיר אליין.

(והיינו, כ'האב געקומען אין א פארעם פון מלאכים און געטער כדי כ'זאל זיך פיינעלי אליין אויסהערן).

כ'קוק ארויף צו מיין זיך מיט גרויס רעספעקט און עהרע און כ'ווינדער זיך, דו ביסט אין קאנטראל פון אלעס? דו ביסט גאר דער וואס שיקט געטער און שליחים?

בין איך גאט? האב איך באשאפן די וועלט? האב איך זיך באשאפן? איז די גאנצע בריאה גאר מיין פלאן? בין איך דער וואס האט געמאכט דעם אומפערפעקט וועלט? (פארשטייט זיך כ'רעד נישט פונעם נידריגן שטאפל פון עגא, ווי פרעה וואס זאגט לי יאורי ס'באלאנגט צו מיר. נאר דער איך וואס איז העכער מיין שכל, דער איך וואס כ'קען אים ניטאמאל זעהן)

כ'פרעג מיין זיך וואס ביסטו? ווער ביסטו?
מיין זיך האט מיר גענטפערט "דאס וועל איך דיר קיינמאל נישט ענטפערן. דאס דארפסטו געוואר ווערן פון זיך אליין"

ווי אויך האט ער מיר געזאגט "כ'וועל דיר קיינמאל נישט זאגן קיין פונקטליכע און קלארע דעטאלן, כ'וועל דיר נאר זאגן רמזים, און זיי גייען צומאל זיין פיינפול, אבער דאס איז די וועג ווי אזוי ס'איז."

און מיטן ענדיגן זאגן דאס, האט מיין איך אוועק געגאנגען.

און כ'שטיי פארווינדערט, ער זאגט מיר קלאר אז איך דארף אויסגעפינען ווער ער איז. נו וואס איז ער?

ביז כ'האב אנערקענט אז גאט איז מיר און נישט מיר. ער האט זיך מלבש אין מיין גוף פאר א רגע.

דאס איז מיין פארשטאנד דערווייל.
--

כ'האב דאן איינגעזעהן אז אונזער פאלק פראווען פסח ווייל מיר דארפן נאך האבן יציאת מצרים.

אונז האבן געליטן און ליידער האלטן אונז אהן צו די פיין, און אונז פראבירן זיך צו דערציילן אז ס'איז דא א טיפערע סיבה דערין.

אבער מיר האבן געליטן צוליב אונזער טעותים, ס'קומט זיך באמת גארנישט דערפאר.

מיר האבן נישט געווען גרייט צו איינזעהן אז אלע צער און אוממענטשליכע אומשטענדן ברענגט אונז גארנישט.
האבן מיר געוואלט הערן אז אונז זענען די עם סגולה מיט א ספעציעלן מיסיע.

און היות מיר אפערירן פון טראומא האבן מיר געברענגט אויף זיך נאך טראומא, און זיך איינגערעדט אז ס'איז אונז ווס. זיי, גוטס קעגן שלעכטס, קדושה קעגן טומאה, ווי א מלחמה פון צוויי ענטעטיעס, אנשטאט פון אנערקענען אז מיר זענען אלע איין גרויסער וועלט.

די תורה זאגט אבער לא מריבכם את העמים חשק השם בכם. ענק זענען נישט בעסער צוליב ענקער ליידן. ענק זענען אן עם סגולה ווייל אזוי איז.

אונז דארפן אקאצעפטירן אונזערע טעותים און סימפלי אויסוועלן צו לעבן סימפל, דשענטל, און מיט עונג!

❤️❤️❤️
 
פארוואס ווען מיין טערעפיסט זאגט מיר דעי אלע זאכן איז עס גארנישט ווערד?
 
א חבר פרעגט אין אישי ווי אזוי מ'קען אנהייבן צו זיין סימפל.

כאילו איך האב עס יא א גאנצער צייט... 😂 😂😂

לאמיר כאטש געדענקן און זיך דערמאנען אז מיר ווילן דאס.
לאמיר זיך כאטש אויפוועקן נישט צו לעבן אינעם חשבונות רבים נאר פשוט זיין קאנשעס!

יהי רצון אונז זאלן זיך טרעינען צו נישט טראכטן נאר צו זיין!
❤️
 
איך האב נישט געכאפט װאס דער עולם רעדט פון ”ברעכן” װען מען רעדט װעגן אײאָװאָסקע. זאגט מיר יעצט עמיצער אז ממש מען ברעכט (װאָמיט), מען פּישט און מען קאַקט אלעס ארױס. פעך! פלוצלונג האב איך מיר דערמאנט װאס ס'שטײט בײ די עבודה זרה פון פעור אז די דרך עבודה איז געװען זיך "אױסצומאכן און אָנצואה'נען", אזאך װאס כ'האב קײנמאל נישט געקענט מאכן סענס-אָף. אצינד פארשטײ איך שױן.
 
בכלל נישט אזוי. ברעכן יא, אבער נישט די אנדערע זאכן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
װאו איז די גראָטעסק עמאָודזשי?
 
ברעכן איז קאמען וואס איז א חלק פונעם רפואה.
גיין 'ישיבה גדולה' קען אויך זיין (געוויסע מענטשן אדער מאל רעליעסט מען דעם וועג), מ'גייט סך הכל אין ביה"כ און מ'ווערט אויסגערייניגט.

מיטן אנרופן דעם וואונדערליכן נאטירליכער אויסרייניגונג "מען פּישט און מען קאַקט אלעס ארױס. פעך!" שפיר איך א רעזיסטענס צו דעם חלק פון אונזער גוף.

פון די סודות פונעם אייאוואסקא (וואס ווערן מיטגעברענגט פון די נעטיוו'ס), א חלק פונעם רפואה איז אז מ'זיכט נישט צו זיין אין אן אנדערע פלאץ, מ'איז אקעי און בשלום מיטן גאנצן זיך, מיטן גוף, אפי' מיט צער. מ'שלאגט זיך נישט נאר מ'בעהט א תפילה צו די בעאנד, צום דערבארימדיגער פאטער. און מ'זיצט מיט ענוה סבלנות און שלוה אינעם צער ביז ס'ווערט טראנספארמירט צו עונג.

לעבן אין אונזער פארעם איז א צאמשטעל פון צער ועונג, (און אין דיין קעיס, וויסן אז דו קענסט האבן א שלשול און דערנאך שפירן אויסגערייניגט איז פאררעכנט ווי צער פון מיאוס). אבער וואס קען מען טון מיר קומען פון א טיפה סרוחה, אונזער גוף האט מיאוסקייטן, מיר קענען זיך ליב האבן אזוי אויך.
-

ביי איין צערעמאניע האט געזונגען א אידל מיט אסאך קרעכצן און תפילות און איך האב נישט געהאט קיין הנאה דערפון, מילד גערעדט.
איך האב ליב צו אנערקענען אינעם העכערן זיך און זיין א טשענעל צום קול פונעם בורא. דעי קרעכצן קוקט מיר נישט אויס בורא'דיג, נאר ווי מענטש וואס דאווענט פון הילפלאזיגקייט.

ביז ס'געווען איינער וואס האט געהאט גאר א שווערע פראסעס, פון זיינע היסטערישע געוויינען האט זיך געהערט אזוי פיהל דעספערטי. און דוקא דער קרעכצעדיגער זינגער האט עקספרעסט א קליינער תפילה רעדנדיג גלייך צו גאט "ביטע רחמנות, פארגרינגער עס" און יענער האט זיך באראוגט.

דאן האב איך זיך געכאפט אז די בורא דאווענט אויך, כ'בין טאקע באקוועם מיטן חלק פון אונז וואס טשענעלט און ערלויבט דעם רצון הבורא, און ס'איז דא א חלק אין אונז וואס שפירט צומאל "איך קען נישט מער" די חלק וואס האט א קרעכץ גלייך ארויס פונעם הארץ און מויל אריין אינעם אויער און הארץ פונעם בעאנד.

בעיסיקלי מ'רעזיסט סך הכל א חלק פון זיך.

ואני תפילה איך בעהט דיר רחמנות, אונז זאלן זיך ליב האבן, ליב האבן אונזער עקזיסטענץ, ליב האבן אונזער גאנצע זיך, ליב האבן אונזערע שוואכקייטן און שוועריגקייטן, פליז! 🙏
 
פארװאס דארף איך עס אָנהענגען אין מיסטישע אדער סיבות צוטוהן מיט דעם "ריטואל" װען איך קען פשוט קוקן אין ויקיפדיה װאס די פֿיזיאָלאָדזשיקעל ריזענס פאר'ן ברעכן אדער דײַעריע זענען?!:
1759149723939.webp

1759149666369.webp
 
נכון. איך האב נישט געזאגט אז פיזיקס איז נישט אמת. איך רעד פון אן עקספיריענס וואס אונז קענען שפירן, אנגעהויבן מיטן אינערליכן שלווה און קאמיאניקעשאן מיטן אומבאוויסטעניש.

אונז קענען שפאצירן אויפן וועלט א טאנץ פון תפילה, אינטערקאננעקשאן, אחדות. און אונז קענען אויך זיך שווערליך שלעפן מיטן כסדרדיגן מאבק פונעם עגא און רעזיסטענס צו אנערקענען אינעם קאללעקטיוו (אויש איז דאס שווער!)

ווי אזוי שפירט א מענטש נאכן ברעכן אדער גיין צרכים אויף אייאוואסקא? מ'שפירט זיך לייכט, אהן שלעפן שווערע פעק, מ'הייבט אהן אטעמען תפילות.
 
ברעכן איז קאמען וואס איז א חלק פונעם רפואה.
גיין 'ישיבה גדולה' קען אויך זיין (געוויסע מענטשן אדער מאל רעליעסט מען דעם וועג), מ'גייט סך הכל אין ביה"כ און מ'ווערט אויסגערייניגט.

מיטן אנרופן דעם וואונדערליכן נאטירליכער אויסרייניגונג "מען פּישט און מען קאַקט אלעס ארױס. פעך!" שפיר איך א רעזיסטענס צו דעם חלק פון אונזער גוף.

פון די סודות פונעם אייאוואסקא (וואס ווערן מיטגעברענגט פון די נעטיוו'ס), א חלק פונעם רפואה איז אז מ'זיכט נישט צו זיין אין אן אנדערע פלאץ, מ'איז אקעי און בשלום מיטן גאנצן זיך, מיטן גוף, אפי' מיט צער. מ'שלאגט זיך נישט נאר מ'בעהט א תפילה צו די בעאנד, צום דערבארימדיגער פאטער. און מ'זיצט מיט ענוה סבלנות און שלוה אינעם צער ביז ס'ווערט טראנספארמירט צו עונג.

לעבן אין אונזער פארעם איז א צאמשטעל פון צער ועונג, (און אין דיין קעיס, וויסן אז דו קענסט האבן א שלשול און דערנאך שפירן אויסגערייניגט איז פאררעכנט ווי צער פון מיאוס). אבער וואס קען מען טון מיר קומען פון א טיפה סרוחה, אונזער גוף האט מיאוסקייטן, מיר קענען זיך ליב האבן אזוי אויך.
-

ביי איין צערעמאניע האט געזונגען א אידל מיט אסאך קרעכצן און תפילות און איך האב נישט געהאט קיין הנאה דערפון, מילד גערעדט.
איך האב ליב צו אנערקענען אינעם העכערן זיך און זיין א טשענעל צום קול פונעם בורא. דעי קרעכצן קוקט מיר נישט אויס בורא'דיג, נאר ווי מענטש וואס דאווענט פון הילפלאזיגקייט.

ביז ס'געווען איינער וואס האט געהאט גאר א שווערע פראסעס, פון זיינע היסטערישע געוויינען האט זיך געהערט אזוי פיהל דעספערטי. און דוקא דער קרעכצעדיגער זינגער האט עקספרעסט א קליינער תפילה רעדנדיג גלייך צו גאט "ביטע רחמנות, פארגרינגער עס" און יענער האט זיך באראוגט.

דאן האב איך זיך געכאפט אז די בורא דאווענט אויך, כ'בין טאקע באקוועם מיטן חלק פון אונז וואס טשענעלט און ערלויבט דעם רצון הבורא, און ס'איז דא א חלק אין אונז וואס שפירט צומאל "איך קען נישט מער" די חלק וואס האט א קרעכץ גלייך ארויס פונעם הארץ און מויל אריין אינעם אויער און הארץ פונעם בעאנד.

בעיסיקלי מ'רעזיסט סך הכל א חלק פון זיך.

ואני תפילה איך בעהט דיר רחמנות, אונז זאלן זיך ליב האבן, ליב האבן אונזער עקזיסטענץ, ליב האבן אונזער גאנצע זיך, ליב האבן אונזערע שוואכקייטן און שוועריגקייטן, פליז! 🙏
והשם יאיר עיני, לפי הנ״ל, קען מען פארשטיין דעם משפיע, רבי מאטיל זילבער מסטוטשין שליט״א, וואס ער איז גיוועהן לעצטנס פארנומען מיט דרשות פון שלשול און טוישן בגדים , כנראה האט ער גיהערט פון די סדר מעשה המאשרום, און אייאווואסקא, אז דאס איז פארט פון מלאכת שמים, אבער עס דארף זיין בצנעה ובהסתר, כבוד חכמים ינחלו ודברי חכמים בנחת נשמעים .
 
קען מען פארשטיין דעם
משפיע, רבי מאטיל זילבער מסטוטשין שליט״א, וואס ער איז גיוועהן לעצטנס פארנומען מיט דרשות פון שלשול און טוישן בגדים
ברענג נאך ביטע, פאר די װאס װײסן נישט פון װאס דו רעדסט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי אזוי שפירט א מענטש נאכן ברעכן אדער גיין צרכים אויף אייאוואסקא? מ'שפירט זיך לייכט, אהן שלעפן שווערע פעק, מ'הייבט אהן אטעמען תפילות.
מען דארף זאגן דאס פאר די אלע הכנות גײער פאר'ן דאװענען שחרית, זײ זאלן טרונקען אביסל אײאװאסקע.
 
Back
Top