א נאנטער חבר דערציילט מיר זיין עקספיריענס:
נאכן פראבירן אזוי פיהל וועגן פון זיך היילן בינעך ענדליך אנגעקומען צום אייאוואסקא
נאך אפאר מאל טרינקן האב איך געגאנגען פאר אפאר וואכן מיט א חבר און געטרינקן אפאר מאל.
און דאס איז דעם עיקר עקספיריענס.
כ'זעה מלאכים קומען צו מיר און זיי ווייזן מיר וואס די שורש פון מיין פראבלעם איז יעצט.
איין מינוט מלאכים זאג איך? ס'האט זיך מיר געדאכט ווי זיי זענען גאר געטער.
זיי ווייזן מיר אז די פראבלעם איז אז איך בין נישט צופרידן פון לעבן פשוט, זיך ערנעהרן, און עקזיסטירן. כ'זיך אלעמאל עפעס מער טיף און מינונגפול.
כאילו כ'מוז האבן עפעס א גרויסער ציהל און אויפטוה אין מיין לעבן.
האב איך געפרעגט פארוואס טאקע?
האבן זיי מיר געוויזן אז היות כ'האב געליטן אסאך אין מיינע יוגנט יאהרן און כ'האב זיך אויפגעפירט אויף א וועג ווי יעדער אנערקענט גלייך אז כ'בין סטאק אין עפעס א נעגאטיווער וועלט פון טראומא און סטרעס. און כ'קען נישט אקאצעפטירן אז אלע ליידן איז געווען פאר גארנישט, נאר צוליב מיינע טעותים.
דעריבער זיך איך עפעס א העכערע הסבר דערין, כ'מיש אריין גאט כאילוי ער האט דאס געטון פאר מיר בכוונה. און מיט דעם הנחה פראביר איך אנצוהאלטן אין מיין פיין כאילו ס'קומט זיך מיר עפעס גאר גוט צוליב די פיין וואס כ'האב באקומען.
דעריבער זיך איך עפעס טיעף אין מיין לעבן.
אבער די ריינע אמת איז, אז מיינע ליידן זענען געווען בלויז צוליב מיינע טעותים און די פאקט אז נאטור איז נישט פערפעקט און האט אויך ווייטאג.
און כ'וועל גארנישט באלוינט ווערן פאר מיין צער, כ'האב גארנישט פון אנהאלטן דערויף.
אויב עפעס זאגן זיי, זאל איך זיך פרייען אז כ'האב דעם אפערטינעטי צו פאררעכטן, עס לאזן אינעם עבר, און אנהייבן צו לעבן סימפל ווי א הומאן ביאינג נישט פון יענעם פלאץ, נאר פונעם סימפליסעטי.
כ'דארף נישט זיין מער ווי אנדערע מענטשן אדער האבן א ספעציעלן מיסיע אין מיין לעבן צוליב דעם וואס כ'האב געהאט טראומא און ענקזייעטי.
אלע מיינע טראומא איז פשוט מיין מיסטעיקס, גאט איז העכער דערפון און קיינמאל אפעקטירט געווארן דערפון.
ווילאנג איך האלט אהן דערין וועט עס זיין א חלק פון מיין לעבן.
כ'זיץ און כ'שטוין (דעם 'אהא' מאמענט) כ'בין מסכים, ס'איז דאך אזוי אמת, כ'שפיר עס אין אלע מיינע גלידער.
אבער אלץ א מאמין, און רעליגיעזער איד, א שומר תורה ומצות, בין איך געווארן פארווינדערט.
איז דאס אמת אז מלאכים/געטער פירן די וועלט און זיי טוהן אלעס? זיי ווייזן מיר מיין אמת?!
דאס הערט זיך אביסל ווי ס'איז דא א משמעות אין דינן אפגעטער?!
מיין נשמה ווייסט מיט א קלארקייט אז גאט איז ממש איין!
די מלאכים האבן תפיסת מחשבה (עכ"פ בשעת מיין טריפ...) האבן זיי מיר גענטפערט דורכן מיר ווייזן קוק דארט, כ'קוק ארויף אין יענעם דירעקציע און כ'זעה 'זיך אליין'
איינמאל כ'זעה זיך אליין, האב איך ענדערש געפרעגט זיך אליין. מה פשט?!
מיין 'זיך' ענטפערט, אט די מלאכים וואס דו האסט געזעהן, 'איך' האב זיי געשיקט צו דיר. ס'איז גאר פון מיר אליין.
(והיינו, כ'האב געקומען אין א פארעם פון מלאכים און געטער כדי כ'זאל זיך פיינעלי אליין אויסהערן).
כ'קוק ארויף צו מיין זיך מיט גרויס רעספעקט און עהרע און כ'ווינדער זיך, דו ביסט אין קאנטראל פון אלעס? דו ביסט גאר דער וואס שיקט געטער און שליחים?
בין איך גאט? האב איך באשאפן די וועלט? האב איך זיך באשאפן? איז די גאנצע בריאה גאר מיין פלאן? בין איך דער וואס האט געמאכט דעם אומפערפעקט וועלט? (פארשטייט זיך כ'רעד נישט פונעם נידריגן שטאפל פון עגא, ווי פרעה וואס זאגט לי יאורי ס'באלאנגט צו מיר. נאר דער איך וואס איז העכער מיין שכל, דער איך וואס כ'קען אים ניטאמאל זעהן)
כ'פרעג מיין זיך וואס ביסטו? ווער ביסטו?
מיין זיך האט מיר גענטפערט "דאס וועל איך דיר קיינמאל נישט ענטפערן. דאס דארפסטו געוואר ווערן פון זיך אליין"
ווי אויך האט ער מיר געזאגט "כ'וועל דיר קיינמאל נישט זאגן קיין פונקטליכע און קלארע דעטאלן, כ'וועל דיר נאר זאגן רמזים, און זיי גייען צומאל זיין פיינפול, אבער דאס איז די וועג ווי אזוי ס'איז."
און מיטן ענדיגן זאגן דאס, האט מיין איך אוועק געגאנגען.
און כ'שטיי פארווינדערט, ער זאגט מיר קלאר אז איך דארף אויסגעפינען ווער ער איז. נו וואס איז ער?
ביז כ'האב אנערקענט אז גאט איז מיר און נישט מיר. ער האט זיך מלבש אין מיין גוף פאר א רגע.
דאס איז מיין פארשטאנד דערווייל.
--
כ'האב דאן איינגעזעהן אז אונזער פאלק פראווען פסח ווייל מיר דארפן נאך האבן יציאת מצרים.
אונז האבן געליטן און ליידער האלטן אונז אהן צו די פיין, און אונז פראבירן זיך צו דערציילן אז ס'איז דא א טיפערע סיבה דערין.
אבער מיר האבן געליטן צוליב אונזער טעותים, ס'קומט זיך באמת גארנישט דערפאר.
מיר האבן נישט געווען גרייט צו איינזעהן אז אלע צער און אוממענטשליכע אומשטענדן ברענגט אונז גארנישט.
האבן מיר געוואלט הערן אז אונז זענען די עם סגולה מיט א ספעציעלן מיסיע.
און היות מיר אפערירן פון טראומא האבן מיר געברענגט אויף זיך נאך טראומא, און זיך איינגערעדט אז ס'איז אונז ווס. זיי, גוטס קעגן שלעכטס, קדושה קעגן טומאה, ווי א מלחמה פון צוויי ענטעטיעס, אנשטאט פון אנערקענען אז מיר זענען אלע איין גרויסער וועלט.
די תורה זאגט אבער לא מריבכם את העמים חשק השם בכם. ענק זענען נישט בעסער צוליב ענקער ליידן. ענק זענען אן עם סגולה ווייל אזוי איז.
אונז דארפן אקאצעפטירן אונזערע טעותים און סימפלי אויסוועלן צו לעבן סימפל, דשענטל, און מיט עונג!


