אייאוואסקא צערעמאניע

אבער דאס מאכט נישט אז מען זאל ווילן/מוזן ארבעטן אויף זיך?
 
יא, שכ׳ח פארן מתקן זיין, לעילא ולעילא איט איז 🥰

פון מיין פערספעקטיוו און עקספיריענס מיט די טיי מעדעצין איז אז די עפעקט איז ״פערמענענט״.

די שאלה איז נאר פון וועלכע עפעקט די רעדע איז. די עפעקט וואס אונז אלע ווילן און זיכן איז נישט קיין סוד. יעדע מענטש וואלט געקענט באשטיין צו אייביג זיין אויפגעליייגט, מלא שמחה ותענוג! און באמת איז דאך דאס די תכלית.. ״האדם לא נברא אלא להתענג על ה׳״

מיט אייאוואסקע קען מען גרינגער אנקומען צו דעם תכלית. אבער צו זיין ריאליסטיש פארשטייט זיך אליין אז ס׳איז נישטא קיין שארט-קאט, א גלעזל טיי קען נישט ריפלעיסן די ארבייט פון ארבייטן אויף זיך. זיך אויסלערנען וויאזוי זיך אומצוגיין און אויפנעמען פראבלעמען און שוועריקייטן.

מיט די טיי אליין קעמען האבן א היי און זיין גוט אויפגעלייט פאר אזא 2 וואכן נאכן טרינקען. אבער, צוזאמען מיטן צולייגן מחשבה און ארבייט קעמען זיך אויסלערנען א וועג פון לעבן וואס בלייבט פערמענענטלי מיטן מענטש.

אלענפאלס, וועט די גלעזל טיי האבן א פערמענעט עפעקט דורך דעם וואס די טיי איז גאר מאכטפול און וועט באיזה אופן שהוא אויסוואשן ״פאָר גוד״ אלטע טראומע, ענקזייעטיס, דעפרעשן און עדעקשאנס! (לאו דוקא איין גלעזל אלע, אבער ׳פטור בלא כלום אי אפשר׳)

נישט קיין חילוק וואס דער מענטש טוט פון דא און ווייטער, וועט זיין לעבן מער נישט זיין די זעלבע ווי פאר דעם.. די מעדעצין קען ארויסנעמען דעם מענטש פון א טיפע גריב, אבער אויף צו נישט אריינפאלן אין א פרישן גריב דארף מען קוקן ווי מ׳גייט.

דאס איז אלעס באופן כללי. אז דו האסט מיר געגעבן די מייק האב איך שוין אויסגעניצט די געלעגנהייט 😄

יעצט בפרטיות אויף די פארגאנגענע צערעמאניע, האב איך געהאט א דיפרענט עקספיריענס. איך האב נישט געהאט זייער א טיפע דזשורני ווייל איך בין געווען ממונה צו זיין על המשמר אויב עמיצער וועט דארפן סיי וועלכע הילף. סאוי, אלץ העלפער האב איך געטרינקען ווייניג אבער איך האב נאכאלץ געהאט מיין אייגענע פראסעס. כ׳האב באמערקט זאכן אין מיר און געווארן קלארער בנוגע וויאזוי איך פיהל צווישן מענטשן, וויאזוי א טראומע פּאַרט אין מיר האט זיך נאך אלץ קינד אויסגעלערנט אז ס׳נישט סעיף צו זיין אינטערן ספאט-לייט און דעריבער בין איך אלץ געווען א שטילער.

בעז״ה איז די טיי געווען די גוטע שליח מיר ארויסצונעמען פון א שטארקע ׳סאשעל-ענקזייעטי׳. צופרי האב איך באקומען זייער שטארקע קאמפלימענטס אויף מיין ארבייט במשך די נאכט און אנשטאט זיך פארשטעקן פאר בושה, עפעס וואס איך פלעג טון אין די פארגאנגענהייט.. האב איך עס אנגענומען און געס וואט? ס׳האט געפיהלט גוט! קאמפלימענטס זענען געשמאק! (נישט קיין חידוש פאר דיר? פאר מיר יא..) יעצט דארף איך מאכן זיכער אז כ׳זאל נישט אריינפאלן אין גיאות ח״ו 😉

און באופן כללי איז עס געווען זייער א געשמאקע חבריא, יעדער האט געהאט זייער אייגענע פראסעסס און כ׳הער צוריק גאר גוטע פידבעק ב״ה.
יישר כח פאר מיט טיילען די פרטים פון דזשורני און פון עפעקט נאכדעם פאר עטליעסט צוויי וואכען , דאס פארזוך איז גאנץ לאנג פאר ענדורענס, עס איז מערקווירדיג וואס ווערט ארויס געברענגט לויט מיין הבנה פון דיינע ווערטער ,אז אויב האלט מען נישט ביי ארבעטען אויף זיך צו ארויס קריכען פון פריוויעס טראומא
איז בעסער אז מען הייבט נישט אהן , ווייל פאר עצלים איז עס אן עליה לצורך ירידה, מען פאהרט ארויף הויעך און די נפילה איז שטערקער מאיגרא רמא לבירא עמיקתא ,משא״כ פאר א פערזאן וואס וויל אויף זיך ארבעטען איז עס א מקום הגון צו מאכען א התחלה, און מען האט א דבר ביד מיט וואס צוגיין פאר אויס , דער חידוש אין דיין ערך,טרעף איך , אז דו ביסט מצטט די ווערטער פון רמח״ל האדם לא נברא אלא להתענג על ה׳ , דאס מיינט אז מען קען נוצען די תועלת פון טריפ טריעטמענט צו תענוג על ה׳, וואס דאס דארף א ביאור, ווי קומט דאס אריין צו תענוג על ה׳ , אבער אז מען זאגט אזוי מסתם יש דברים בגו,
עני וועי איי וויש יו אלל דע בעסט , מיט הצלחה לעילא ולעילא
 
עס איז דא א וועג צו ליינען די אייוואסקע אשכולות אין שבת אחים קאווע שטיבל?
 
די זעלבע ווערטער האב איך געהערט אין די פרוי פון סקווער אויף סטראגלינג פאדקעסט, אז ווער סמיינט אז סייקאדעליקס איז א פיקס, איז אין פאר א טעות פונעם לעבן, סאיז הארד ווארק

און איך איבערצייג מיך דעס מער ווען איך באטראכט מערערע וואס גייען דורך דעם דזשורני פון סייקאדעליקס, דע וואס גייען פאר די פאן און האלטען נישט ביים אריינלייגען די שווערע ארבעט זיך צו טוישען, האבען אפאר וואכען א היי, זיי הייבען אהן פלאפלען אויף פאדקעסטס, אבער זיי פאלען נאכדעם צוריק. דעיע וואס ארבעטען אויף זיך צו טוישען זייער שוועריקייטען, העלפט זיי סייקעדעליקס זיך צו באפרייען
וועלכע פרוי
 
Back
Top