- זיך איינגעשריבן
- מאי 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 412
- רעאקציע ראטע
- 1,749
לעצטנס באמערק איך א פרישע שטערן 'אייזיק גליק', דרייט זיך מיט שרולי גרין און נעמט א טייל אין זיינע שטיקעס. (למשל דא).
ער האט אן אינטערסאנטע און אייגענארטיגע שטימע און איך גלייך עס, עס איז געשמאק עס אויסצוהערן. צוויי ניגונים וואס ער האט קאמפאזירט האבן מיר געכאפט: 'דורכגיין' מיט דוד שווארץ, ער שפילט זיך מיט זיין קול נוסח מיילך קאהן "ריק עס אין א זיייייטט, מארגן איז נאכאלץ נישט געשען", און 'שיינען' א הערליכע ניגון מיט א שיינע מעסעדזש, וואס ער האט קאמפאזירט צוזאמען מיט שרולי גרין און אראנדזשירט די מוזיק.
ער קומט אויך אריין מיט קורצע רעפ שטיקלעך מיט מענדי טווערסקי און מוזיקאלישע קאלעבס מיט אנדערע אנאנימע פערזאנען (אייזיק בערנאט? אייזיק ראזענבלאט? איינער קען?).
בקיצור, ער שיינט צו זיין א טאלאנטפולע מענטש און א טשיקאווע 'הויעכע' כאראקטער. אינטערסאנט אויב איינער האט מער דעטאלן איבער אים.
*
נאך אן אינטערסאנטע פיגור וואס האט געצויגן מיין אויפמערקזאמקיט לעצטע תקופה איז "Yankeloo". אויך א מערקווערדיגע פיגור מיט א גוטע קול. בעיקר זינגט ער גוט, און שפילט זיך קונצליך מיט זיין קול. ער זינגט אלגעמיינע קאווערס און לייגט עס אראפ מורא'דיג גוט און פונקטליך, אויך אזעלכע וואס איז שווער צו זינגען ווי למשל זשעימס בראונ'ס 'It's a man world'. ער האט א גוטע פאנקי גרוב אויך.
*
עס איז דעפרישענד צו זען די היימישע אינדי/אלטערנאטיוו מוזיקאלישע סצענע ווירבלט מיט פרישע כוחות וואס ברענגען צום טיש אייגענארטיגע סחורה, נישט נאך פון די זעלבע אויסגעדראשענע נפתלי משה-הערשי ויינבערגער-פינקי וועבער שטאף, נאר אייגענע מוזיק מיט נייע זשאנערס, אטענטישע עקפסערעשן און פאן.
צוגאב צו די אויבנדערמאנטע קען מען אויסרעכענען (די עולם איז מכובד צוצולייגן) : שרולי גרין, שלומי בערנשטיין, ריקי רויז, מענדי טווערסקי, אין א"י איז אויך דא חיים גאלד און מוט9י ווייס, און מער עלטערע ווי מוישעלע, שאולי גראסמאן, מיילך קאהן, און פארשטייט זיך ליפא וואס איז ווי די עלטערע פאטער פון די גאנג, כאטש ער איז שוין היינט מעינסטרים.

לעצט רעדאגירט: