איז חנוכה 8 טאג, טאקע ווייל ס'האט גענומען 8 טעג צו מאכן נייע אויל?

גראדע האט יוסף בן מתתיהו נישט געשריבן דעם ספר יוסיפון.
די אריגינעלע ווערק פון יוסף בן מתתיהו זענען געשריבן געווארן אין גריכיש, בשעת ספר יוסיפון איז געשריבן געווארן אין לשון קודש.
און בעת יוסף בן מתתיהו האט געשריבן זיינע ווערק בעיקר פאר גריכישע און רוימישע ליינער, איז ספר יוסיפון געשריבן געווארן פאר אידן.
ספר יוסיפין איז א ליקוט פון סוף תקופת הגאונים געבויעט בעיקר אויף די כתבים פון יוסף בן מתתיהו
 
וואס האבן די מחברי התלמוד הונדערטער יארן שפעטער אין בבל געהאט מיט די וואס האבן געקענט אריינגיין אין היכל מער ווי דו מחברים פון די ספרי המקבים, ווי יוסף בן מתתיהו, אלע ארץ ישראל'דיגע מקורת אריינגערעכנט תלמוד ירושלמי, און די מחבר פון ועל הנסים?

די דרגה נאמנות פון יוסף בן מתתיהו איז אומרעלעוואנט, עס איז קלאר אז אין זיין וועלט האט מען נישט געוואוסט אז מ'צינדט די מנורה אלס א זכר צו די נס פון די פך שמן, ער וואלט נישט אויסגעלאזט אזא וויכטיגע פרט.
ער איז נישט געווען א רבניש’ער איד. ער האט לכאורה אויסגעלאזט די נס בכונה
 
ער איז נישט געווען א רבניש’ער איד. ער האט לכאורה אויסגעלאזט די נס בכונה
וואס מיינט רבניש'ער איד? פון די פרושים? עס איז נישטא קיין שום הוכחה דערצו און ער אליינס שרייבט קלאר פארקערט. אבער אפילו אזוי, וואס זאל א צדוקי האבן קעגן א נס חנוכה?

און די ארץ ישראל'דיגע אידן זענען אויך נישט געווען קיין רבני'שע אידן?
 
דא קומט אריין "מ'גלייבט וואס מ'וויל גלייבן" .

איך גלייב נישט ס'איז דא איין מאדערנע חוקר וואס האלט אז נס חנוכה איז געווען אזוי ווי ס'שטייט אין בבלי, און משום איזה סיבה נישט דערמאנט אין ערגעץ ביז דעמאלט.

@מסתת הרים האט נישט געמיינט צו זאגן אז ס'איז אריסגעשארט פון ארבל. נאר אזויווי יעדע טראדיציע לעגענדע און פאלקלאר איז עס דעוועלעפט במשך הדורות. די גמרא ברענגט צו א ברייתא אא"וו.
 
דא קומט די באקאנטע לאגיק אז אפגעזען וואס די חוקרים זאגן זענען חז"ל מער באגלייבט ווייל זיי האבן עס מקובל (מסיני ?!) און ווייל זיי האבן רוח הקודש.

איי אפשר האבן זיי עס אויפגעמאכט אדער זיך טועה געווען? ווער זאגט אז זיי האבן בכלל רוח הקודש און/אדער א קבלה אויף יעדן דעטאל?

קומט די תשובה: גלייבסטו דען נישט א בעל רוח הקודש ווען ער זאגט דיר אז ער ווייסט?!
 
קיינער זאגט נישט אז עס איז נישט געווען א נס מיט די אויל.

וואס איז אויך זעכער איז אז בשעת מעשה האט מען נישט געפאקעסט אויף דעם,

ווי די גמ' זאגט לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה און רשי איז מסבר לא שאסורין במלאכה שלא נקבעו אלא לקרות הלל ולומר על הנסים בהודאה,

איז די שאלה ווען האט מען קובע געווען די מצוה פון נר חנכה?

סקען זיין אז ווען די חשמונים זענען געווארן צדוקום האט מען געשיפט די פויקעס.
אדער קען זיין אז די גמ' און עבודה זרה זאגט אז מהאט געווינען די מלחמה קעגן יון צוזאמען מיט רום, ווען מהאט זיך צופראסקעט מיט רום האט מען געשיפט פאקעס.
 
לעצט רעדאגירט:
(אנטשולדיגט פארן פארדרייען פאר א רגע)

וואס טוט עטץ צו מיר
כ'גרייט זיך פאר די הייליגע נרות, אור הגנוז, למעלה מן הטבע. ס'איז דאך אזוי געשמאק צו לעבן אין די העכערע ספערן.

פארוואס באסט עטץ מיין באבל מיט אביסל טריקענע לאגיק און שכל?!

אבער דאך, דמיון איז גוט אפי' מ'ווייסט ס'איז דמיון.
ס'איז זאפטיג, ס'נעמט איבער דעם גאנצן מענטש!

גייט מיר נישט אהן וואס האט פאסירט. איך גיי אריינקוקן אין די לעכט, זינגן און טאנצן מיטן צדיקות! גלייבן אין ניסים! אוי גיי איך פיהלן גוט, קאוזי, ווארעם און הייליג! (#מיינע ברוינע שיך)
-

המשך אריבערגעפירט דא
 
ער איז נישט געווען א רבניש’ער איד. ער האט לכאורה אויסגעלאזט די נס בכונה
איך מיין אז דו פשוט ווייסט נישט די בעיסיקס, יוסיפוס איז געווען פון די כת הפרושים, און א כהן משיח אין די רעוואלט, ער איז געווען high profile, און אן בעערטער מענטש.

איינער וואס האט געליינט זיין ווערק און וועגן עם ווייסט, ער וואלט נישט אויסגעלאזט אזא פרט, סאררי פארן שפראך.
 
גייט מיר נישט אהן וואס האט פאסירט. איך גיי אריינקוקן אין די לעכט, זינגן און טאנצן מיטן צדיקות! גלייבן אין ניסים! אוי גיי איך פיהלן גוט, קאוזי, ווארעם און הייליג! (#מיינע ברוינע שיך)
גענוי אזוי!
חנוכה מיינט עפעס מער ווי א ליכט וואס האט יא אדער נישט געברענט לענגער ווי ערווארטעט. העק! מיין נר מצוה 48 שעה יו"ט ליכט האט אויך אמאל געברענט א טאג לענגער..

ווי @אלפא האט פריער געשריבן א איינצעלענע היסטארישע 'פאקט' וואס האט יא אדער נישט פאסירט איז ממש נישט רעלאווענט אזוי פיל יאר שפעטער. די חנוכה archetype ליגט אין אונזער קאנטשעסנעס אלץ חלק פון אונזער אידישע אידענטיטעט, סיי די מעשה פון די מלחמה און סיי די נס פון די ליכט, ווי גאט האט ארויסגעוויזן זיין ליבשאפט צו זיין פאלק.

ס'דא א זייער וואלידע סטאדי פון קריטיקל היסטאריע און ס'איז גאר אינטרעסאנט און ווערטפול אין איר אייגענע וועג, ס'מוז אבער נישט אוועקנעמען די וועג וויאזוי אונז סעלעברירן און אונזער געפילן אויף חנוכה.
 
איך מיין אז דו פשוט ווייסט נישט די בעיסיקס, יוסיפוס איז געווען פון די כת הפרושים, און א כהן משיח אין די רעוואלט, ער איז געווען high profile, און אן בעערטער מענטש.

איינער וואס האט געליינט זיין ווערק און וועגן עם ווייסט, ער וואלט נישט אויסגעלאזט אזא פרט, סאררי פארן שפראך.
פארוואס ווייסט קיין איין רוימישע שרייבער וואס ברענגט אים אלס א שרייבער, אז ער איז בעצם אויך געווען א גענעראל? סיי ביי די אידן, און סיי ביי ג'י רוימער?
 
  • לייק
רעאקציעס: 1yes
הרב חיים עוזר געלדצעהלער גיט הערליכע שיעורים אויף יו:טוב. ער איז הרב אליעזר געלדצעהלער'ס ז"ל זון. אויף חנוכה זאגט ער אויך זייער שיין. דא איז די לינק צו די שיעור אויף חנוכה.

הרב געלדצעהלער אויף חנוכה

די נס פון די אויל איז געשען.. אבער זאגן דאס איז חנוכה איז אזוי ווי איינער זאל זאגן פסח איז א יום טוב וועגן די מצות. ס'מאכט נישט קיין סענס. מ'עסט מצות אלץ א זכר צו יענע נס און מ'לייכט א מנורה פאר יענע נס. אבער פסח איז יציאת מצרים און חנוכה איז נצחון המלחמה.
 
לעצט רעדאגירט:
די נס פון די אויל טרעפט מען נאר אין בבלי'ישע מקורות.
אין ירשלמי ווערט נישט דערמאנט די נס הנרות.

זייענדיג אין גלות האט נישט געהאט קיין פשט צו פייערן א יום טוב וואס צייכנט אפ זעלבסשטענדיגקייט, האבן חז"ל אויפגעמאכט / מבליט געווען, די נס הנרות כדי די יו"ט זאל האבן א משמעות אין גלות.

מגילת תעניות זאגט קלאר אז אכט טאג איז קעגן די אכט טאג פון חנוכת המשכן. די חלק פון די אויל איז לכאורה א הוספה.

אפילו לויט די בבלישע נערעטיוו איז אויך דא די גירסה אין שאילתות "ולא היה כו' אפילו ליום אחד".

כתבתי מהזכרון.
 
די מחלוקה איבער די קראנטקייט פון עובדות פון חז"ל איז געווארן אריבערגעריקט דא, ביטע לאזן דעם שנירל איבער חנוכה דירעקט
 
לעצט רעדאגירט:
הרב חיים עוזר געלדצעהלער גיט הערליכע שיעורים אויף יו:טוב. ער איז הרב אליעזר געלדצעהלער'ס ז"ל זון. אויף חנוכה זאגט ער אויך זייער שיין. דא איז די לינק צו די שיעור אויף חנוכה.

הרב געלדצעהלער אויף חנוכה

די נס פון די אויל איז געשען.. אבער זאגן דאס איז חנוכה איז אזוי ווי איינער זאל זאגן פסח איז א יום טוב וועגן די מצות. ס'מאכט נישט קיין סענס. מ'עסט מצות אלץ א זכר צו יענע נס און מ'לייכט א מנורה פאר יענע נס. אבער פסח איז יציאת מצרים און חנוכה איז נצחון המלחמה.
שווער צו זאגן פאר נצחון המלחמה ווייל די מלחמה האט זיך נישט גענדיגט דעמאלטס נאר נאך אנגעהאלטן אסאך יאר ביז די חשמונאים האבן זיי באזיגט נאר כ"ה כסליו איז געווען ביים איינעמען צוריק די ביהמ"ק און באנייען די עבודה און חנוכה איז ע"ש חנוכת המזבח וואו געברענגט אין ספר מקבים א
The Book of Maccabees I 4:51

ויהי ביום החמישי ועשרים לחדש התשיעי הוא כסלו, בשנת שמונה וארבעים ומאה, וישכימו בבוקר ויעלו עולות על המזבח החדש כמשפט
ויחנכו את המזבח בעצם היום אשר טמאו אותו הגויים, ויהללו לה' בשירים ובכינורות בחלילים ובמצלצלים.
ויפלו על פניהם וישתחוו לה' על אשר נתן להם עוז ותשועה.
ויחוגו את חנוכת המזבח שמונת ימים, ויעלו עולות ותודות בשמחת לבבם.
 
די נס פון די אויל איז געשען.. אבער זאגן דאס איז חנוכה איז אזוי ווי איינער זאל זאגן פסח איז א יום טוב וועגן די מצות. ס'מאכט נישט קיין סענס. מ'עסט מצות אלץ א זכר צו יענע נס און מ'לייכט א מנורה פאר יענע נס. אבער פסח איז יציאת מצרים און חנוכה איז נצחון המלחמה.
גראדע, פסח פון די צווייטע טאג און ווייטער ווערט אנגערופן אין די תורה חג המצות, ביז ווען חז"ל האבן עס געמאכט איינס.

און דערפאר די שומרונים רופן יד חג פסח און נאכדעם זיבן טעג חג המצות

במדבר כח
וּבַחֹ֣דֶשׁ הָרִאשׁ֗וֹן בְּאַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֛ר י֖וֹם לַחֹ֑דֶשׁ פֶּ֖סַח לַיהֹוָֽה׃
וּבַחֲמִשָּׁ֨ה עָשָׂ֥ר י֛וֹם לַחֹ֥דֶשׁ הַזֶּ֖ה חָ֑ג שִׁבְעַ֣ת יָמִ֔ים מַצּ֖וֹת יֵאָכֵֽל׃

ויקרא כג
בַּחֹ֣דֶשׁ הָרִאשׁ֗וֹן בְּאַרְבָּעָ֥ה עָשָׂ֛ר לַחֹ֖דֶשׁ בֵּ֣ין הָעַרְבָּ֑יִם פֶּ֖סַח לַיהֹוָֽה׃
וּבַחֲמִשָּׁ֨ה עָשָׂ֥ר יוֹם֙ לַחֹ֣דֶשׁ הַזֶּ֔ה חַ֥ג הַמַּצּ֖וֹת לַיהֹוָ֑ה שִׁבְעַ֥ת יָמִ֖ים מַצּ֥וֹת תֹּאכֵֽלוּ׃

און אזוי אויך יעדע מאל די תורה שרייבט וועגן פסח רעדט זיך עס פון יד בין השמשות, און אייביג עקסטער שבעת ימים מצות יאכל וכדו'.
ודוק
 
גראדע, פסח פון די צווייטע טאג און ווייטער ווערט אנגערופן אין די תורה חג המצות, ביז ווען חז"ל האבן עס געמאכט איינס.

און דערפאר די שומרונים רופן יד חג פסח און נאכדעם זיבן טעג חג המצות

און אזוי אויך יעדע מאל די תורה שרייבט וועגן פסח רעדט זיך עס פון יד בין השמשות, און אייביג עקסטער שבעת ימים מצות יאכל וכדו'.
ודוק
נו ווייל די קרבן פסח ווערט געברענגט י”ד און אין י”ד עסט מען נאך חמץ ממילא איז עס נישט חג המצות. איך פארשטיי באמת נישט וויאהין דו צילסט.
און איך זעה נישט פארוואס די שומרונים זענען ביי דיר מער קראנט ווי חז”ל. זיי האבן דורכאויס היבשע חלקים פון זייער היסטאריע זיך נישט געהאלטן אלס אידן אנדערש ווי די פאלאשן וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען אויף זייער אידענטיטעט.
 
Back
Top