איז חנוכה 8 טאג, טאקע ווייל ס'האט גענומען 8 טעג צו מאכן נייע אויל?

לא הביישן למד...

מקבים א און ב זענען ספרים פון זמן בית שני וואס איז נישט אריינגענומען געווארן אין אונזער תנ"ך. (הגם אין קריסטליכע בייבל יא).

ס'איז נאר געבליבן אין גריכיש.

זעה דא

דא קענט איר עס ליינען
The Book of Maccabees I 1:1
יישר כח
אין די לינק זעה איך אז די חכמים זאגען הקורא בספרי חיצונים אין לו חלק לעולם הבא.
 
ס'איז דא אנדערע פשטים וואס די גמרא מיינט מיט דעם...

אבער קרעמל וועבזייטל איז ספרים חיצונים לכל הדיעות, איז האט איר שוין נישט עכט וואס צו פארלירן...
 
איינע פון די מקורות פאר די נס חנוכה איז מגילת תענית. קודם דארף מען קלארשטעלן אז די מגילת תענית וואס ווערט דערמאנט און חז"ל אז דאס איז די ערשטע געשריבענע זאך פון תושבע"פ איז נאר די ליסטע פון די ימים טובים אין ארמ'יש און נישט די לאנגע הסברים וואס פאלגן נאך הנקרא "סכוליון".

ווען מ'קוקט אריין אין מגילת תענית ביי אונז זעהט מען ממש א דור הפלגה, עס שטייט אזוי:

בעשרין וחמשה ביה יום חנוכה תמניא יומין דלא למספד
כשנכנסו יונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל וכשגברה יד בית חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו אלא פך אחד שהיה מונח בחותמו של כהן הגדול שלא נטמא ולא היה בו להדליק אלא יום אחד ונעשה בו נס והדליקו ח' ימים. לשנה אחרת קבעו ח' י"ט.
ומה ראו לעשות חנוכה ח' ימים והלא חנוכה שעשה משה במדבר לא עשה אלא שבעה ימים שנא' ומפתח אהל מועד לא תצאו שבעת ימים וגו' ואומר ויהי המקריב ביום הראשון את קרבנו וגו' ובשביעי הקריב אפרים. וכן מצינו בחנוכה שעשה שלמה שלא עשה אלא שבעת ימים שנא' כי חנוכת המזבח עשו שבעת הימים והחג ז' ימים ומה ראו לעשות חנוכה זו ח' ימים אלא בימי מלכות יון נכנסו בית חשמונאי להיכל ובנו את המזבח ושדוהו בשיד ותקנו בו כלי שרת והיו מתעסקין בו ח' ימים.
ומה ראו להדליק את הנרות אלא בימי מלכות יון שנכנסו בית חשמונאי להיכל שבעה שפודין של ברזל בידם וחפום בעץ והדליקו בהם את המנורה.

די קשיא "ומה ראו לעשות חנוכה ח' ימים" מאכט נישט קיין סענס, ווייל ער האט שוין א מינוט צוריק דערמאנט די נס פון די פך של שמן? (מ'קען נישט זאגן אז ער מיינט די בית יוסף'ס קשיא ווי געוויסע האבן פרובירט צו זאגן ווייל גלייך נאכדעם איז ער מסביר זיין קשיא אינגאנצן אנדערש). די זעלבע איז שווער אויף זיין קשיא "ומה ראו להדליק את הנרות".

פרופסר ורד נועם אין איר מגילת תענית ווייזט אן אז אונזער סכוליון דורכאויס גאנץ מגילת תענית איז צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע נוסחאות ובתוכם שטיקלעך פון תלמוד בבלי. און דא איז עס אויך צוזאמגעשטעלט פון נוסחאות, און די צווייטע האלב פון מגילת תענית גיבט טאקע גאר א צווייטע ווערסיע פארוואס עס איז דא א יו"ט און פארוואס מ'צינדט לעכט.

מ'קעם זיך דאס איבערצייגן אין אור זרוע (ח"ב סי' שכ"א) וואו ער ברענגט אראפ אן אנדערע גירסא אין מגילת תענית וואס דערמאנט טאקע בכלל נישט די נס פונעם פך שמן:
ולדורות חנוכת בית חשמונאי, ולמה היא נוהגת לדורות אלא שעשאוהו בצער ואמרו בו הלל והודאה והדליקו בו נרות בטהרה, לפי שנכנסו יונים בהיכל וטמאו כל הכלים ולא היה להם במה להדליק שמן וכשגברה יד בית חשמונאי הביאו שבעה שפודי ברזל וחיפום בבעץ והתחילו להדליק ולמה היא נוהגת להדליק שמונה אלא שסתרו המזבח ובנאוהו וכל שבעת הימים היו מתקנים בכלי שרת
כמעט די זעלבע גירסא איז דא אין כת"י אוקספורד, אבער דארט איז שוין אריינגעלייגט געווארן די נס פון פך שמן פונעם תלמוד בבלי, און מ'קען זעהן אז עס קומט נישט דארט נאטורליך:
חנוכת בית חשמונאי לדורות. ולמה נוהגת לדורות? שעשאום בצאתם מצרה לרוחה ואמרו בה הלל והדליקו בה נרות בטהרה. כשנכנסו יונים להיכל טמאו כל הכלים ולא היה שמן במה להדליק. וכשגברו מלכות בית חשמונאי מצאו פך אחד בחותמו של כהן גדול ונעשה נס והדליקו ממנה עד שמונה ימים. ומצאו מזבח סתור ותקנוהו כל שמנה וכלי שרת ולכך נוהגת שמונה והיתה חנכת המזבח.
ענליך צו דעם איז דא אין פסיקתא רבתי ב':
ולמה מדליק נרות בחנוכה אלא בשעה שנצחו בניו של חשמונאי הכהן הגדול למלכות יון שנאמר ועוררת בניך ציון על בניך יון (זכריה ט' י"ג) נכנסו לבית המקדש מצאו שם שמונה שפודין של ברזל וקבעו אותם והדליקו בתוכם נרות
עס איז מערקבאר אז אין כת"י פרמה איז דא אן ענליכע מעשה צו די נס פון די פך שמן, אבער נאר אז מ'האט געטראפן טהור'ע אויל און נישט אז עס איז נישט געווען גענוג פאר אכט טעג און עס איז געשעהן א נס:
מפני שטמאו גוים את בית המקדש וכשתקפה מלכות בית חשמונאי בדקוהו ומצאו בו שמן טהור והדליקו בו את הנרות כל אותן ימים שהדליקו בהם את הנרות עשאום יום טוב.

זעה אויך דא פון ורד נועם, און די לינקס צוגעצייכענט אין די קאמענטס
View: https://www.facebook.com/TAUjewishstudies/posts/pfbid02dmovTLD6MHWzSW8yJaJk5QFVKXzva1eNLoVYMy5z5UPHhpoPV58CQmM9VqjS3fHBl
 
איך האב שוין געשריבן אויף אייוועלט א נקודה און איך גיי עס מרחיב זיין דא.
בעיני, איינע פון די הויפט אידיקעיטארס פון א שקרן איז אז ער איז פונקט געווען איבעראל און פונקט אלעס אנגעפירט.
לדוגמא, יהודה לייב מימון. איך האב פילע פון זיינע שריפטן, ער לייגט אראפ מיט באקציינער ווי ער האט אלס בר מצווה בחור׳ל, אנגעפירט א ציוניסטישער קלוב און די גאנצע שטאט פלעגט זיך צוזאמקומען הערן זיינע דברי חכמה.
מען זעהט דאס אויך ביי די מעשיות פון מהריי”ץ פון ליובאוויטש. הגם ער איז געוועזן אן אדם גדול מאוד און א שטיק מסירות נפש, זיינע מעשיות זענען ווי באקאנט לא נגע ולא פגע מיטן מציאות. און אין זיינע מעשיות, די העלדן, פירן אלס אן ביהיינד די סצענעס מיט אלע וועלטליכע געשעענישן פון יענעתקופה נארקיינער ווייסט נישט דערפון.
מען זעהט דאס אויך ביי ר’ שלמה יענקל געלבמאן. ווי עס איז נישט דא עפעס אן אינטערנעל אגודה מעשה וואס דער סאטמאר רב האט אלעס אנגעפירט.
איך ווייס אז די ביבל סקעפטיקער וועלן שרייען אז תורת משה איז די זעלבע, די ענפער איז אז פאר ארגומענט סעיק, לאמיר יעצט אננעמען אז עס איז גטליך און ממילא איז נישט שייך צו פרעגן, איך וויל פשוט נישט אריינקריכן אין דעם רעביט האול.
דאס זעלבע איז מיט אנדערע גדולי ישראל וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין , וועלכע דערציילן פאנטאסטישע געשיכטעס וועלכע זיי האבן אליין אנגעפירט, אדער היסטארישע געשיכטעס וועלכע זיי האבן אליינס אנגעדרייט ביהיינד די סינס.
חוץ ווען בני דורו באשטעטיגן עס. אויס contemporary צושויער באשטעטיגן, to some extent, די געשיכטעס, איזעס געווענטליך פאלש.
מען ווערט נישט קיין אפיקורס אויב מען גלייבט נישט די אלע מעשיות וואס מיר זענען אויפגעוואקסן דערמיט, אריינגערעכנט ליכט שטראלן.
יוסיפין. איז געווען אלעס, איבעראל, אייביג. איז נישטא קיין זכר פון אים בדורו. נישט ביי אידן, און נישט ביי רוימער. איך קוק אים אן ווי נחום ראזענבערג. נחום דערציילט וויאזוי ער האט ארונטערגעזעצט אבאמא מיט קאומאו וויאזוי אלע רבי׳ס בעטן זיך צו אים ביהיינד די סינס וכו׳. ער איז א פשוט׳ער בעל דמיון. אבער, פאר יוסיפין איז געלונגען אז מען האט אים געגלייבט. איך האב נאכנישט געזען באווייזן אז בדורו האט מען אים געגלייבט. אבער עס איז אים געלונגען.
אויב אין צוויי טויזנט יאר ארום וועט זיין א ויכוח איבער חינוך אין גלות אמעריקע. וועט זיין קלארע באווייזן אז אלע מלמדים פלעגן טאטשן קינדער ביז נחום איז אנגעקומען.
די חוקרים וועלן האבן פארשידענע אינטערפריטעישנס פון די ווארט מאלעסטעט, געטאטשד, פעיק-פאוני-פראוד, סאמאר-קאקמיר, וכו׳,
אלע וועלן אבער האלטן אז ער איז אקוראט, און אז גאנץ כלל ישראל פלעגט הערן זיין האטליין. עס וועלן זיין עטליכע דעפיניציעס פון האטליין אויך, נישט געזארגט.

עס איז דא נחום ראזענבערג'ס, דער ריי"צ סארט, און עס איז דא קעגן דעם הונדערטער און טויזענטער אנדערע וואס זענען יא געווען 'בענינים', וועלכע האבן ארויסגעגעבן ביכער, טעלל אלל'ס, און פארציילט זייער געשיכטע אונטער די קוליסן.

למשל, פישמאן מימון איז לכל הדיעות געווען א גרויסער אנדרייער און דער פירער פון די גרעסטע רעליגיעזע פארטיי. עס איז גאר גאר מסתבר אז ער איז פונקט אזוי יונגערהייט געווען פארמישט אין עסקנות און אקטיוויזם. ווער דען גיבט ארויס ביכער פון זייער לעבן אז נישט גרויסע פירער? פונקט געווען לעצטנס א קליפ פון די אונטערן אקטיארן, יואל הערש פוקס צי אנדערע, ווי ער זאגט אז איינער וואס עקט אויף (עכ"פ זייערע) פלעי'ס איז נישט עמיצער וואס האט עטליכע יאר נאך די חתונה באשלאסן אז ער איז גוט פאר דעם. געווענליך אזא איינער איז בוצין בוצין מקטפי' ידיע, און שוין אלס יונג קינד און בחור'ל איז ער געווען דער גרעסטער אנדרייער אין חדר און ישיבה.

פארשטייט זיך אז אלע אנדערע פארטייען וואס זענען געווען פארמישט אין די געשעענישן פון וואס ער רעדט האבן אוודאי געהאט אנדערע גירסאות וואס לייגט זיי אין א בעסערע ליכט. ווער עס איז גערעכט? אלע, און קיינער.

עס קען גראדע זיין אמת אז דער פישמאן איז א שקרן וכזבן, איך בין נישט באקאנט מיט די דעטאלן, קען זיין עס איז יוצא שקרנותו ממקום אחר, אבער פון דעם איז נישט קיין ראיה.

דאס זעלבע מיטן סאטמארער רבי'ן, וועלכער האט פון גאר יונג זיך אריינגעמישט כסדר אין אלע עניני הכלל, וואס איז דער פלא אז ער זאל האבן געטון עפעס? קיינער זאגט נישט אז ער איז געווען דער מכריע וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום זיין ווארט, אבער אוודאי איז ער געווען אינוואלווד, און כדרכם פון שרייבערס און פראפאגאנדיסטן הייפט ער אפ אביסל די וויכטיגקייט פון זיין ראלע.

מיט יוסיפון איז בדורו נישט קיין ספק אז ער איז געווען פארכאפט ביי די רומיים, און געהאט א פראנט ראו סיעט צו די געשעענישן. די אידן האבן אים דוקא געזשאזשט פארן שרייבן צו נייטראל-פאזיטיוו איבערן שונא טיטוס, און יעדער ווייסט בשעתו אז ער האט ארויסגעגעבן ביכער און געפירט פאלעמיקס מיט די רוימישע שרייבער און אנטיסעמיטן. די איינציגסטע פראבלעם דיינע איז צי עס איז דא באווייזן אז ער איז געווען דער מפקד פון די אידישע קרעפטן אין זיין גליל שטעטל? אפשר יא, אפשר נישט. אזוי צי אזוי איז זיכער אז עפעס א סוד באהאלט ער דארט איבער יענע געשעענישן, אפילו דאס וואס ער שרייבט יא שטעלט אים אויך דוקא נישט אין א מורא'דיגע העראאישע ליכט, אויב עפעס קומט ער אקעגן ווי א קאוארד און א פחדן.

בקיצור, קיינער זאגט נישט מען זאל אננעמען יעדעס ווארט פון יעדן מיט אינטערעסן וועלכער האט ארויסגעגעבן א ביכל. אבער צו גענצליך אוועק מאכן פאקטישע שפילער צוליב דעם וואס זייער זעלבסט אפשאצונג איז אביסל צו גראנדיעז, מאכט נישט קיין סענס בכלל
 
עס דו ברענגסט ארויס א וואלידער נקודה. ביי יוסיפין איז עס אבער שטערקער ווייל בני דורו ברענגען אים אלס כהן, שרייבער וכו’ קיינער ברענגט אים נישט אלס גענעראל, נישט אידישער גענעראל, נישט רוימישער, נישט אפי׳ אלס מקורב למלכות.
אגב, ר׳ דוד׳ל אייכענשטיין פון בורשטין איז געוועזן אמאל ביי ר׳ יענקעלע פון פשעווארסק. ער האט אים געבעטן צו דערציילן עפעס פון ר׳ נחומטשע פון בורשטין. ר׳ יענקעלע האט אים געזאגט אז ער האט קיינמאל פון דעם מענטש נישט געהערט. ר׳ דוד האט געוואלט קאמיטן סואיסייד אויפן פלאץ. דער ר׳ נחומטשע איז לויטן בורשינער געווען א מנהיג הדור אויפן פארנעם פון סאטמאר רב, רב ש"ך, ר משה פיינשטיין, בית ישראל אלע צוזאם.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איך מעג...

אריינקוקענדיג אין מגילת תענית זעט זיך אן גאנץ א קלארע בילד.

עס איז קיינמאל נישט באשטומט געווארן צו מאכן א יום טוב בלויז צוליב דעם נס. א נס אליין, אפגעזען ווי גרויס עס איז, איז נישט גענוג אויף צו באשטימען א יום טוב לדורות. איינס צוליב דעם וואס א נס וועלכע איז נישט פארבינדן מיט קיין רעטונג האט נישט קיין גרויסע באדייט און אזוי אויך צוליב דעם וואס עס איז ניטאמאל א נס וועלכע אלע האבן בייגעוואוינט.

דער אורזאך פאר דער איינפירונג פון אכט טעג פון חנוכה איז בלויז און נאר צוליב דעם זיג אינעם קריג און דאס ווידערבאנייאונג פון דער עבודה אינעם בית המקדש וועלכע האט נאר געקענט צושטאנד קומען אדאנק דער געווינס אינעם שלאכט.

אפילו לויט דער גירסא וועלכע לייגט יא אריין דעם "נעשה נס והדליקו ממנו שמונה ימים" איז דאס בלויז א זייטיגע טשיקאווע אנעקדאט וועלכע האט דאן פאסירט, עס פאלט קיינעם נישט איין צו איינפירן א פאראייביגטע אנדענק פאר דעם קורץ-טערמיניגן נס.

אויב אזוי פארוואס האט מען איינגעפירט חנוכה אכט טאג? טאמער פייערן מיר בלויז דאס באנייאונג פונעם בית המקדש דאן פארוואס אכט טאג? דערויף ענטפערט דער תנא אין דער מגילה אז דאס איז צוליב דעם וואס די כוהנים זענען געווען באשעפטיגט אין דער באנייאונג פאר אכט טאג.

און דער תנא זעצט פאר, פארוואס צינדן ליכט? צוליב דעם נס? איבערהויפט נישט, נאר ווייל ווי נאר די כוהנים האבן געהאט צוטריט צו דעם בית המקדש האבן זיי זויפארט אנגעצינדן די ליכט מיט אן אייזענער מנורה וועלכע איז זיי צופעליג אונטערגעקומען און דערמיט טוהן מיר סימבאליזירן אונזערע געווינס קעגן די וועלכע האבן אזוי שאנדפול פארשוועכט דער בית המקדש און זיין דינסט.

דאס איז טאקע דער אורזאך פארוואס מען דערמאנט נישט דעם נס אין על הנסים און אפילו ביי דעם נוסח פון הנרות הללו דערמאנט מען אויך נישט קלאר דעם נס.
דער אורזאך צו דעם וואס מען האט מתקן געווען צו זאגן הלל חנוכה איז אויך באשיינפערליך צוליב דער חנוכת הבית אזוי ווי עס שטייט אין מגילת תענית.

דער געדאנק אז חנוכה איז אכט טעג ווייל דער אויל האט געברענט אכט טעג, איז גענצליך איבעריג.

אונז ווייסן אלע צו זאגן אז דער נס האט זיך געצויגן פאר אכט טעג ווייל אזוי לאנג האט עס גענומען ביז ווען זיי האבן באקומען נייע אויל, אבער ווייניג ווייסן אז דאס קומט פון די ראשונים (דער ר"ן און נאך) פאר וועלכע עס איז שווער געווען פארוואס דער נס האט גענומען אכט טעג, טאמער האבן זיי נישט קיין אויל, וואס האבן זיי געטוהן נאך אכט טעג. די השערה איז געבויט אויף דעם אז דער פלאץ פון וואו מען פלעגט ברענגען אויל (תקוע) איז פיר טעג אוועק פון ירושלים. איינער זאגט עס אלס א גוטע איינפאל, א צווייטע זאגט עס נאך מיט א זיכערקייט און פון דארט ווערט עס א טייל פון דער געשיכטע. איך מאך חלילה נישט אוועק דער געדאנק אבער מען קען אויך זאגן בדרך אפשר אז דער אכט טעג איז ווייל מען איז געווען באשעפטיגט אין דער חנוכת הבית פאר אכט טעג, אזוי ווי עס ווערט געברענגט טאקע אין דער מגילה זעלבסט.

עס איז עטוואס טראגי-קאמיש צו זען ווי ווייט דער עמעראצעס גייט, איך האב מיך נעכטן באגעגענט מיט אן אנאנס אין א שוהל אז איינער גייט געבן א שיעור פון א שעה צייט, איבער וויאזוי די יוונים האבן געקענט מטמא זיין די אוילן אינעם בית המקדש, ווייל מיר ווייסן דאך אז מדאורייתא איז נישט דא קיין טמאה ביי גויים... בקיצור ער גייט געבן א גאנצע לומד’ישע שמועס איבער אלע היכי-תמצא’ס און אופנים וויאזוי די יוונים האבן געקענט האבן מטמא געווען די אוילן.
וואס ער נעמט נאר נישט אין חשבון איז אז עס איז געווען אין א צייט וואס יעדער סארט טמאה און זיהום וואס איז נאר דא צו געפונען אינעם שמוציגסטן בארדעל, איז דארט פראקציטירט געווארן דורך די כוהנים זעלבסט. דאס ברענגט ארויס אז דער נס מיטן פך שמן, טאמער עס איז שוין יא געווען, איז געווען אזוי נישטיג און איז געשטעלט געווארן אין שאטן קעגן דער גרויסע פרייד פון דער חנוכת הבית נאכדעם וואס עס איז אזוי מיאוס פארשוועכט געווארן.

איז געבליבן אז דער איינציגסטע זאך וואס מיר טוהן בלויז צו דערמאנען דעם נס פך השמן, איז דאס עסן דאונאטס פאר אכט טעג...
 
מארק שפירא האט דא זייער א רייכע שמועס דערוועגן
The Hanukkah Miracle – The Seforim Blog
 
איך האב די וואך געזעהן אין דברי יואל מועדים סוף חלק ד' גאר ענליך צו דעם ער שטעלט זיך אויף די מגילת תענית און נוסח על הניסים וואס דערמאנען נישט די נס פך שמן
ער שרייבט אז פאר די נס פך שמן וואלט מען נישט געמאכט קיין יו"ט ווייל אין ביהמ"ק איז כסדר געווען ניסים און מען מאכט נישט קייין עסק דערפון און די יו"ט איז טאקע צוליב נצחון המלחמה און חנוכת המזבח און נס פך שמן איז זייטיגע זאך וואס איז אויך דעמאלטס געשעהן
און פארוואס שפעטער אין די גמ' מאכט מען יא דאס פאר עיקר יו"ט (דאס איז שוין נישט פשט נאר צו אריינלייגן די סאטמארע שיטה) ווייל מזאל זיך נישט אפלערנען אז ממעג מלחמה האלטן מיט די אומות העולם הגם די חשמונאים האבן יא געמעגט האט מען נישט געוואלט אנהאלטן די עיקר יו"ט צוליב מלחמה האט מען געטוישט די עיקר אויף די פך שמן
 
והדברי יואל על חנוכה (ח״ב אות קנ״ח) כתב דכיון דלר׳ דוד גנז היתה ניצחון היוונים ונס חנוכה ע״י שיתפות עם הרומיים, א״כ הא לא היתה רבים ביד מעטים ורשעים ביד צדיקים וכו׳? אלא צ״ל דהרומיים עירמו את ישראל ולא סייעם לבסוף, וכדחזינן דלא הוזכרה דעזרו הרומיים את ישראל (הגם דאינו אמת לפי ההיסטוריה, דבנס חנוכה מתחילה בשנת ג׳ אלפים תקצ״ז אכן לא עזרו את ישראל, ורק לאחמ״כ בשנת תרכ״ב).

והא דרצו מתחילה בשותפות עם הרומיים, היתה דראו ברוח קודשם דאין להם עדיין ליטול עצמאות גמורה, וצריכין להיות כפוף (במדת מה) לרומי. וכיון דגם הרומיים עשו יום איד להם ג״כ מנס חנוכה של מפלת היוונים, לכן לא רצו החכמים לקובעו יו״ט, ורק לשנה אחרת שלא היתה התאריך של ימות החמה, שמונין הגויים, ושנת הלבנה, שמונין בה ישראל, בשוה, אז קבעו ליו״ט. ולכן השמיט רבינו הקדוש נס של חנוכה, דכיון דהיו תחת ממשלת הרומיים לא היה יכול ליכתוב הנס דאז יעשו הרומיים ממנו יו״ט לע״ז, דהא היא יו״ט גם להרומיים. ורק בבבל שלא היו תחת שלטון הרומיים היו יכולין להזכירו. ואפ״ה בלא הזיכרון של ניצחון המלחמה, דעדיין ידעו הגויים מספרי הרומיים ומנצחונם, ואם יזכירו הניצחון יקבעו אותו ליו״ט ג״כ לע״ז.

א זיסע attempt פון די team רבינו יואל מיט סענדער דייטש צו מאכן סדר אין היסטריה נוסח סאטמאר.
 
Back
Top