איך האב געטראכט ווי פאלגנד:
שטעלט אייך פאר אז איינער טיים טרעוולט צום עתיד און זעט ווי איר קלויבט אויס צו עסן סאלאט אנשטאטס א בורגער. דערנאך קומט ער צוריק צום הווה, און שרייבט אראפ אויף א צעטל וואס איר וועט מארגן עסן.
דאס אז יענער ווייסט וואס איר וועט עסן, האט נישט קיין שום איינפלוס אויף אייער באשלוס. עס איז בלויז א רעפלעקציע דערפון. בעפאר איר זעצט זיך עסן, פארמאגט איר נאך אלס ביידע אפציעס, סאלאט אדער א בורגער, און איר שפירט זיך גענצליך פריי אויסצוקלויבן וועלכע איר ווילט. קיין שום זאך צוואונגט אייך נישט צו נעמען איינס אדער א צווייטער. נאר היות דער טיים טרעוולער האט שוין געזען וואס איר וועט טוהן צום סוף, ווייסט ער שוין פון פאראויס אייער באשלוס.
אזוי אויך, אין א טעאלאגישע פערספעקטיוו, איז גאט אינדרויסן פון צייט, נישט געבינדן צום עבר, הווה אדער עתיד. דאס איז ווי ער זאל זען דעם גאנצן טיימליין אויפאמאל, ווי איין גרויסע מאפע.
דאס אז גאט ווייסט וואס איר וועט אויסקלויבן, באדייט נישט אז איר האט נישט פרייוויליג אויסגעקליבן. עס מיינט פשוט אז אין זיין פערספעקטיוו, איז דיין עתיד שוין יעצט אפן.
אויבנאויף, וואלט דאס געווען גענוג צו פארענטפערן דעם קלאסישן ידיעה בחירה פראבלעם.
דא דארפן מיר אבער קודם דערקלערן איינס פון די וויכטיגסטע טייטשן וואס ווערן אפטמאל געגעבן פאר דער באדייט פון בחירה, אין קאנטראסט מיט דעטערמעניזם.
די דעפיניציע לויטעט אז פארמאגן פרייע בחירה באדייט, אז אויב מען וואלט געקענט צוריקדרייען צייט, וואלט דער מענטש געקענט אנדערש אויסקלויבן. און דווקא מיט דעם איז עס אנדערש פון דעטערמעניזם וואס לויטעט אז זאכן קענען בלויז גיין אין איין דירעקציע, און דער מענטש פארמאגט נישט קיין שום קאנטראל דערויף. ס'הייסט, אפילו ווען מען וואלט צוריקגעדרייט צייט און אויפגעשפילט נאכאמאל דעם מאמענט, וואלט דער מענטש געמוזט נאכאמאל אויסקלויבן דעם זעלבן אויסוואל פון דעם ערשטן מאל.
אלזא, אויב מיר וועלן טאקע אננעמען אט דעם מאדעל אלס באדייט פון פרייע בחירה, איז דער טיים טרעוול משל נישט אינגאנצן צופרידנשטעלנד, ווייל דער טיים טרעוולער זעט דאך בלויז וויאזוי דער זאך האט זיך אויסגעשטעלט אין דעם ספעציפישן געלויף פון צייט, אבער אויב מען וואלט צוריקגעדרייט דעם זייגער און דער מענטש וואלט באקומען א פרישע בחירה, וואלט דער טיים טרעוולער נישט געהאט קיין השגה וואס עס וועט זיין.
כדי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם, זענען מיר אלזא געצוואונגען צו זאגן אז צוריקדרייען דעם זייגער איז טאקע אוממעגליך. אין הכי נמי אז אויב מען וואלט 'געקענט' צוריקדרייען דעם זייגער וואלט דער מענטש געקענט אנדערש אויסקלויבן, אבער היות מען קען טאקע נישט, באקומט ער בלויז איין שאנס אויסצוקלויבן, און זיין אויסוואל ווערט דאן אן אינטעגראלע טייל פון דער צייט-מאפע פון דער וועלט, און עס קען זיך שוין נישט טוישן.