איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

אין דעם ענין צי פארענפערן די סתירה
פון ידיעה און בחירה , הרבה קולמוסים נשתברו
דער רמב״ם ווייזט אויפן תנא רבי עקיבא , אז ער
האט פארמולירט די קשיא אין זיין מאמר , משנה
פרקי אבות ״ הכל צפוי והרשות נתונה״ , אין פירוש
המשניות באוואונדערט ער די פיהר ווערטער , וואס איז כולל עומק המחשבות פון דורות חכמים אין דענקער , אין ספר היד איז ער מוסיף כי לא מחשבותי מחשבותיכם , אזוי אז מיטן שכל אנושי
איז נישט משיג ציזיין ווי אזוי די סתירה ווערט מיושב.
אבער אז מען איז זיך מתבונן זעהט מען עס עקזיסטירט צויי מיני סתירות , - דבר והפיכו, דאס
הייסט שני הפכים בנושא אחד, למשל אז מען זאגט
אויף א חפץ עס איז קאלט און הייס , דאס קען בכלל
נישט זיין במציאות , אדער מען גי זאך איז רינדעכיג
און פיר עקיג , דאס קען נישט זיין - עס איז דבר והפיכו , אדער קאלט אדער ווארעם , וק״ל
דא ביי די קשיא פון די ידיעה און בחירה , איז נישט
דבר והפיכו , ווייל באמת פיהלט א נארמאלער מענטש , פאר ער טוט עפעס אז ער האט א ברירה
יא צי טהון אדער נישט , דאס איז די מציאות , אויסער ביי א לא עלינו א מטורף בדעתו , וואס קען
זיך נישט קאנטראלן .
ממילא איז די קשיא נאר , אויף שכר ועונש , וואס
ווייל עס איז דא ידיעת ה׳ פון פריער , קען ער דאך
נישט בוחר זיין קעגן די ידיעה , איז א פראבלעם , פאר וואס איז דא שכר ועונש ,דעס איז א קשיא , וואסדער רמב״ם איז מעיד , אז עס איז למעלה מהשגתנו. -אבער עס איז נאר בגדר קשיא .
למעשה האט ב״ה יעדער א בחירה , און לאמיר זוכה
זיין , רוב פעמים עכ״פ ציזיין א בוחר בחיים
 
איך פארשטיי נישט וואס דו האסט דא מסביר געווען פארוואס עס איז נישט דבר והפיכו נאר בלויז א קשיא. קענסט זיך בעסער מסביר זיין?
 
די ישמח משה פרשת ויצא נוצט טאקע ידיעה ובחירה אלס א ראי' אז עס איז יא שייך שני הפכים בנושא אחד
 
כדי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם, זענען מיר אלזא געצוואונגען צו זאגן אז צוריקדרייען דעם זייגער איז טאקע אוממעגליך. אין הכי נמי אז אויב מען וואלט 'געקענט' צוריקדרייען דעם זייגער וואלט דער מענטש געקענט אנדערש אויסקלויבן, אבער היות מען קען טאקע נישט, באקומט ער בלויז איין שאנס אויסצוקלויבן, און זיין אויסוואל ווערט דאן אן אינטעגראלע טייל פון דער צייט-מאפע פון דער וועלט, און עס קען זיך שוין נישט טוישן.
און אויב אזוי, איז טייטש אז דער טריימטרעוולער ווייסט שוין וואס דער מענטש גייט אויסוועלן, און היות מען קען נישט צוריקדרייען דעם זייגער, און דער מענטש 'מוז' יעצט אויסוועלן וואס די טריימטרוולער זעט, האט ער אין אנדערע וועטער נישט קיין אמת'ע בחירה.
 
Back
Top