אין דעם ענין צי פארענפערן די סתירה
פון ידיעה און בחירה , הרבה קולמוסים נשתברו
דער רמב״ם ווייזט אויפן תנא רבי עקיבא , אז ער
האט פארמולירט די קשיא אין זיין מאמר , משנה
פרקי אבות ״ הכל צפוי והרשות נתונה״ , אין פירוש
המשניות באוואונדערט ער די פיהר ווערטער , וואס איז כולל עומק המחשבות פון דורות חכמים אין דענקער , אין ספר היד איז ער מוסיף כי לא מחשבותי מחשבותיכם , אזוי אז מיטן שכל אנושי
איז נישט משיג ציזיין ווי אזוי די סתירה ווערט מיושב.
אבער אז מען איז זיך מתבונן זעהט מען עס עקזיסטירט צויי מיני סתירות , - דבר והפיכו, דאס
הייסט שני הפכים בנושא אחד, למשל אז מען זאגט
אויף א חפץ עס איז קאלט און הייס , דאס קען בכלל
נישט זיין במציאות , אדער מען גי זאך איז רינדעכיג
און פיר עקיג , דאס קען נישט זיין - עס איז דבר והפיכו , אדער קאלט אדער ווארעם , וק״ל
דא ביי די קשיא פון די ידיעה און בחירה , איז נישט
דבר והפיכו , ווייל באמת פיהלט א נארמאלער מענטש , פאר ער טוט עפעס אז ער האט א ברירה
יא צי טהון אדער נישט , דאס איז די מציאות , אויסער ביי א לא עלינו א מטורף בדעתו , וואס קען
זיך נישט קאנטראלן .
ממילא איז די קשיא נאר , אויף שכר ועונש , וואס
ווייל עס איז דא ידיעת ה׳ פון פריער , קען ער דאך
נישט בוחר זיין קעגן די ידיעה , איז א פראבלעם , פאר וואס איז דא שכר ועונש ,דעס איז א קשיא , וואסדער רמב״ם איז מעיד , אז עס איז למעלה מהשגתנו. -אבער עס איז נאר בגדר קשיא .
למעשה האט ב״ה יעדער א בחירה , און לאמיר זוכה
זיין , רוב פעמים עכ״פ ציזיין א בוחר בחיים