איז מעגליך ידיעה און בחירה אויף איינמאל?

אין דעם ענין צי פארענפערן די סתירה
פון ידיעה און בחירה , הרבה קולמוסים נשתברו
דער רמב״ם ווייזט אויפן תנא רבי עקיבא , אז ער
האט פארמולירט די קשיא אין זיין מאמר , משנה
פרקי אבות ״ הכל צפוי והרשות נתונה״ , אין פירוש
המשניות באוואונדערט ער די פיהר ווערטער , וואס איז כולל עומק המחשבות פון דורות חכמים אין דענקער , אין ספר היד איז ער מוסיף כי לא מחשבותי מחשבותיכם , אזוי אז מיטן שכל אנושי
איז נישט משיג ציזיין ווי אזוי די סתירה ווערט מיושב.
אבער אז מען איז זיך מתבונן זעהט מען עס עקזיסטירט צויי מיני סתירות , - דבר והפיכו, דאס
הייסט שני הפכים בנושא אחד, למשל אז מען זאגט
אויף א חפץ עס איז קאלט און הייס , דאס קען בכלל
נישט זיין במציאות , אדער מען גי זאך איז רינדעכיג
און פיר עקיג , דאס קען נישט זיין - עס איז דבר והפיכו , אדער קאלט אדער ווארעם , וק״ל
דא ביי די קשיא פון די ידיעה און בחירה , איז נישט
דבר והפיכו , ווייל באמת פיהלט א נארמאלער מענטש , פאר ער טוט עפעס אז ער האט א ברירה
יא צי טהון אדער נישט , דאס איז די מציאות , אויסער ביי א לא עלינו א מטורף בדעתו , וואס קען
זיך נישט קאנטראלן .
ממילא איז די קשיא נאר , אויף שכר ועונש , וואס
ווייל עס איז דא ידיעת ה׳ פון פריער , קען ער דאך
נישט בוחר זיין קעגן די ידיעה , איז א פראבלעם , פאר וואס איז דא שכר ועונש ,דעס איז א קשיא , וואסדער רמב״ם איז מעיד , אז עס איז למעלה מהשגתנו. -אבער עס איז נאר בגדר קשיא .
למעשה האט ב״ה יעדער א בחירה , און לאמיר זוכה
זיין , רוב פעמים עכ״פ ציזיין א בוחר בחיים
 
איך פארשטיי נישט וואס דו האסט דא מסביר געווען פארוואס עס איז נישט דבר והפיכו נאר בלויז א קשיא. קענסט זיך בעסער מסביר זיין?
 
די ישמח משה פרשת ויצא נוצט טאקע ידיעה ובחירה אלס א ראי' אז עס איז יא שייך שני הפכים בנושא אחד
 
כדי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם, זענען מיר אלזא געצוואונגען צו זאגן אז צוריקדרייען דעם זייגער איז טאקע אוממעגליך. אין הכי נמי אז אויב מען וואלט 'געקענט' צוריקדרייען דעם זייגער וואלט דער מענטש געקענט אנדערש אויסקלויבן, אבער היות מען קען טאקע נישט, באקומט ער בלויז איין שאנס אויסצוקלויבן, און זיין אויסוואל ווערט דאן אן אינטעגראלע טייל פון דער צייט-מאפע פון דער וועלט, און עס קען זיך שוין נישט טוישן.
און אויב אזוי, איז טייטש אז דער טריימטרעוולער ווייסט שוין וואס דער מענטש גייט אויסוועלן, און היות מען קען נישט צוריקדרייען דעם זייגער, און דער מענטש 'מוז' יעצט אויסוועלן וואס די טריימטרוולער זעט, האט ער אין אנדערע וועטער נישט קיין אמת'ע בחירה.
 
אקוראט...
אפענער האט דאס שוין אויבן געשריבן.
פון צווישן אייך ביידע איז עס אבער ארויסגעקומען קלארער.
שכוח.
 
דעס איז מיין פערסאנעל פילינג ,
איך האב א בחירה פאר איך טהו עפעס
סיי א מצוה ,סיי אן עבירה ,
אויב פיהל איך אזוי , מעג איך אהננעמען
אז דאס איז די אמת׳דיגע מציאות .
עס איז דא א קשיא אזוי ווי מיר גלייבן אין ידיעת
ה׳ מה שעתיד , האב לויט איך לויט דעם נישט בחירה , כאטש איך בעצם פיהל אז איך קען בוחר זיין ווי אזוי איך טשוז, און קיינער שטערט מיך נישט אדער צוואונגט מיך,מיין איך אז עס ווערט פארענטפערט אז שכר ועונש , איז שייך ווייל די מאכסט דעם טשויס , מיט דיין באוואוסטזיין , מיט דיין רצון .
ממילא איז עס נאר א קשיא , אבער נישט א דבר והפיכו ממש , דער ישמח משה נוצט נאר דעם לשון
לאהבת הקיצור , ובלשון מושאל .
 
אויב פיהל איך אזוי , מעג איך אהננעמען
אז דאס איז די אמת׳דיגע מציאות .
די מעגסט אננעמען וואס די ווילסט, דאס מאכט עס אבער נישט טאקע פאר א אמת'דיגע מציאות, אויב פיהל איך באמת אז די וועלט איז פלאך, מיינט דאס אז די וועלט איז טאקע פלאך? איי די אלע פראבלעמען וואס שטימען נישט אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז פלאך? נו עס איז סך הכל נאר א קשיא...
 
לעצט רעדאגירט:
די מעגסט אננעמען וואס די ווילסט, דאס מאכט אבער נישט טאקע פאר א אמת'דיגע מציאות, אויב פיהל איך באמת אז די וועלט איז פלאך, מיינט דאס אז די וועלט איז טאקע פלאך? איי די אלע פראבלעמען וואס שטימען נישט אויב נעמט מען אן אז די וועלט איז פלאך? נו עס איז סך הכל נאר א קשיא...
 
וועל איך פרובירן איבער ציזאגן , אפשר וועט עס עדען קלעריטי , אז די וועלט איז רונדיג קען מען
היינט אבזערווירן , ווער עס זאגט אנדערש , איז
דבר והפיכו , ווייל עס קען נישט זיין רונדיג און פלאך
צוויי קעגן גיזעצטע מציאות.
אז מען האט א בחירה קען איך פיהלן ( there is no reason to say , it is only imaginary ) קען איך
בשופי אהנעמען אז עס איז א פאקט.
שכר ועונש איז אמונה , ידיעת ה׳ איז אמונה
די צוויי אמונות מאכן א סתירה , סאו איז דא א קשיא
פון א קשיא ווערט מען נישט פארלוירן , נו תשבי יתרץ , וד״ל
אויף דעם איז דער מאמר פור רמב״ם כי לא מחשבותי מחשבותיכם , אין די אויסדרוק אין ישמח משה אז עס איז דבר והפיכו איז א גוזמא , דברו חכמים בלשון הבאי.
אין סייענס איז דא מערערע טהעאריעס וואס זעהן אויס ווי סתירות , מען איז נאך נישט אהנגיקומען לסוף עומקן של דברים .
 
קודם וועלקאם אבאורד @ריבי, אפשר גייסטו אין שלום עליכם אשכול זיך צו אינטרעדוסן, מאין, ולאן, וכו'? שיינסט צו זיין א פרישע כלי...

there is no reason to say , it is only imaginary )
פארוואס זאגסטו אזוי מיט א פשטות? אוודאי איז דא סיבות צו טענה'ן אז ס'איז נאר imaginary.
קענסט זאגן דו האלטסט אנדערש, אבער קענסט נישט לייקענען אז ס'איז דא סיבות צו לייקענען בחירה.
(עיין כאן פאר נאך דיסקוסיע. )

אין סייענס איז דא מערערע טהעאריעס וואס זעהן אויס ווי סתירות , מען איז נאך נישט אהנגיקומען לסוף עומקן של דברים
למשל? (ס'איז נישט עכט נוגע, און איך זאג נישט אז ס'איז זיכער נישט דא. איך בין פשוט נייגעריג...)
 
וועל איך פרובירן איבער ציזאגן , אפשר וועט עס עדען קלעריטי , אז די וועלט איז רונדיג קען מען
היינט אבזערווירן , ווער עס זאגט אנדערש , איז
דבר והפיכו , ווייל עס קען נישט זיין רונדיג און פלאך
צוויי קעגן גיזעצטע מציאות.
אז מען האט א בחירה קען איך פיהלן ( there is no reason to say , it is only imaginary ) קען איך
בשופי אהנעמען אז עס איז א פאקט.
שכר ועונש איז אמונה , ידיעת ה׳ איז אמונה
די צוויי אמונות מאכן א סתירה , סאו איז דא א קשיא
פון א קשיא ווערט מען נישט פארלוירן , נו תשבי יתרץ , וד״ל
אויף דעם איז דער מאמר פור רמב״ם כי לא מחשבותי מחשבותיכם , אין די אויסדרוק אין ישמח משה אז עס איז דבר והפיכו איז א גוזמא , דברו חכמים בלשון הבאי.
אין סייענס איז דא מערערע טהעאריעס וואס זעהן אויס ווי סתירות , מען איז נאך נישט אהנגיקומען לסוף עומקן של דברים .
אויב פארשטיי איך גוט זאגסטו אז בחירה איז א פאקט און ידיעה איז בלויז אן אמונה, און דיין וד"ל מיינט אפשר צוזאגן אז ידיעה איז נישט אבסולוט. אויב מיינסטו דאס איז נאכאלס אמת אז בחירה איז דבר והפיכו פון אבסאלוטע ידיעה, נאר דו ביסט נישט איבערצייגט אין אן אבסאלוטע ידיעה.

די ישמח משה איז זיכער נישט קיין גוזמא ווייל ער נוצט דאס פאר א ראי' אויף נמנעות בכליות
 
Back
Top