איז מאסטורבעישאן אוממאראליש אויב מ'קוקט נישט מיט א רעליגיעזן בליק?

מעיק אפ יור מיינד, אדער מיינט נואף בכל אופן שהוא, אדער נאר משפשף, אבער צו זאגן אז נואף מיינט עני ejaculation, חוץ פון ווען ס'איז מיט אשתו, לייגט זיך נישט אויפן שכל.
אויף מיין שכל לייגט זיך עס גראדע גאר שטארק. אדרבא, אפשר ביסטו מסביר וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל דא?
 
לעצט רעדאגירט:
אויף מיין שעל לייגט זיך עס גראדע גאר שטארק. אדרבא, אפשר ביסטו מסביר וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל דא?
ווייל וואס טייטשט נואף??
דו קומסט מיט דינים, פאר א טייטש ווארט...
 
ווייל וואס טייטשט נואף??
דו קומסט מיט דינים, פאר א טייטש ווארט...
איך געדענק ס'געווען פרשת יתרו, א יונגל האט געפרעגט מיין מלמד וואס טייטשט לא תנאף,
האט ער געכאפט א פראסק!
 
איך געדענק ס'געווען פרשת יתרו, א יונגל האט געפרעגט מיין מלמד וואס טייטשט לא תנאף,
האט ער געכאפט א פראסק!
א פראסק איז די נענסטע צו שפשוף ס'מאכט אסאך סענס מסביר צו זיין דעם לא תנאף מיט א פראסק
 
די וועג וויאזוי די קשיא ווערט געפרעגט, איז מען געצווינגען צו ענפערן נישט רעליגיעס. ווייל ווי קומט אריין מאראל אין די פיקטשער בכלל? איינער וואס ווייסט אביסל ביאלאגיע ווייסט אז די ספערם קען נישט פרודיצירן קיין מענטש, ער מיז צוקומען צו א סעל וואס איז אין א פרוי, וואס אן דעם גייט קיינמאל ווערן קיין מענטש. די געדאנק אז עס איז נישט "מאראליש" אדער אז עס איז "רציחה" קומט פון אימגעלערענטע "רבנים" וואס האבן נישט געקענט קיין מינדערסטע אונס פון אינפארמאציע איבער ביאלאגיע.
איך גלייב נישט אז עס איז געווען א רב וואס האט געהאלטן אז דאס איז פאקטישע רציחה. דאס מיינט אז בזמן הבית וואלט מען דיר געטייטנט....
זיי האבן געוואלט עקספרעסן די הארבקייט וואס זיי האבן געהאלטן איבער די טעמע.
די גאנצע ''רציחה'' סאמאטוכע קומט פון ער ואונן, ווי ער האט ארויסגעצויגן די אבר הארט פארן מוציא זיין.
 
האמיר פּעגיס אינפוט אויף די נושא
1000270590.jpg
 
וואס טוט מען נאכ'ן מוצא זיין....
 
איך מיין אז עס איז יא דא אזא (סעקולארע) שטיקל אנטי-קליימעקס ווען מ'טוט עס אליין, וואס ווען די קלימאקס קומט מיט/דורך א צווייטן פירט עס צו א שטאפל ווייטער אין די ליבשאפט, משא"כ אליין שפירט זיך עס סתם אויסגעליידיגט.

אוממאראלישקייט און גילט איז זיכער רעליגיעז.

עס איז אבער לכאו' אויך דא א בייאלאגישע נקודה אין דעם, אז אויב פירט עס נישט צו ריפראדוקשאן איז דא א געוויסע קעגן-געפיל דערצו, ווייל די פלעשור אינסטינקט איז במקורו כדי צו פארמערן ריפראדוקשאן.
איך וואלט געזאגט אז די גילטי פילינג קומט פון רעליגיע, אבער אפילו אן רעליגיע איז דא אביסל א שי*י פילינג, די זעלבע בערך ווי מאכן אליינס א שבת סעודה, ס׳פילט ווי עיקר חסר מן הספר.
 
וויפיל איז די שיעור בערך וואס א חתונה געהאטע מענטש מעג זיך רייבן אז ער זאל נאך בלייבן מיט א דראנג פאר זיין ווייב?
אלו דברים שאין להם שיעור…
ס׳ווענד זיך אין די גוף און אין די עידזש, איינער דארף נאר איין טאג פאר די מקווה אויף הערן און איינער דריי טעג פאר דעים.
 
נאכן איבערגיין דאס שנירל קען ווערן אויפגעכאפט אז טראץ דעם וואס עס איז פול מיט ריכטיגע וויכטיגע אינפארמאציע ווערט אבער פארפעלט דא איין נקודה.
מאסטרובירן קען נישט גערופן ווערן אן אוממאראלישע אקט. דאס, ווייזט אויס, איז יעדער מודה. און דאס קומט טאקע דערפאר וואס לויט דער היינטיגע סיינטיפישע מיינונג, האט עס נישט קיין שום נעגאטיווע עפעקט אויף קיין שום ארומיגער. עס ווערט היינט אפט צוגעגליכנט צו טרינקען וויין, ווי לאנג עס האט נישט קיין נעגאטיווע עפעקט אויף דיין פריוואטע לעבן, קענסטו טרינקען וויפיל דו ווילסט.

איין קליינע געדאנק.
איינער פון די הויפט סיבות פארוואס מען שפירט זיך אזוי מאדנע נאכן אקט, איז, אזוי ווי עטליכע האבן געזאגט, צוליב א נידערונג אין די געשלעכטליכע הארמאנען. עס איז אבער פארט אינטערעסאנט צו אויפמערקזאם מאכן, אז טוהן דאס זעלבע מיטן געשלעכטליכן שותף, געבט דעם מענטש א פלייס פון דעם הארמאן אקסיטאוסין (oxytocin) אדער: דער ליבע הארמאן, וועלכע דער מוח לאזט ארויס ווען מען קומט אין פיזישע בארירונג מיט איינעם וועמען מען ליבט, וואס דאס שאפט דער שטארקע ווארימע געפיל צו איהם/איר און איז א שטארקע פאקטאר אין דער זעטיגקייט וואס מען שפירט דערנאך.

דאגעגן, ווען דער מענטש טרעפט זיך אליין נאכן אקט, לאזט איהם דער מוח הענגען שלימזל'דיג מיטן צינג אינדרויסן, זיך שפירענדיג ווי דער וועלטס פארלירער, נעמענדיג אויף זיך, קיינמאל מער נישט צו באגיין אזעלכע "שאנדפולע" מעשים...
 
לעצט רעדאגירט:
און דאס קומט טאקע דערפאר וואס לויט דער היינטיגע סיינטיפישע מיינונג, האט עס נישט קיין שום נעגאטיווע עפעקט אויף קיין שום ארומיגער
אויב מען איז חתונה געהאט איז דא א מקום לומר אז ס'איז א מעין דמעין פון טשיטינג וואס דאס אליין איז א שמועס פאר זיך
עיין כאן
 
דאגעגן, ווען דער מענטש טרעפט זיך אליין נאכן אקט, לאזט איהם דער מוח הענגען שלימזל'דיג מיטן צינג אינדרויסן, זיך שפירענדיג ווי דער וועלטס פארלירער, נעמענדיג אויף זיך, קיינמאל מער נישט צו באגיין אזעלכע "שאנדפולע" מעשים..
ווי מער איך טראכט אריין אין דעם זעה איך קלארער אז די "שאנדפולע" געפילן ווי דו רופסט עס איז טאקע אינגאנצן נאר וועגן רעליגיע און נישט פאר קיין שום אנדערע סיבה.
הא ראיה, פרוביר שטארק, ס'נישט גרינג אוועק צו נעמען רעליגיע פון די עקוועיזשאן וועסטו זעהן ווי גוט דו גייסט שפירן לאחר המעשה הגדול הזה. נאכמער, ווען דו מאכסט א גוגל סוירטש וועסט זעהן אז די עפטער אפעקטס וואס דאס ברענגט מיט זיך איז שטארקע קאנפידענס אין זיך, ווי אויך א רואיגקייט און א רואיגע שלאף און נאך זאכן וואס העלפט פאר'ן מענטש'ס טאג טעגליכע געברויכן. און די אלע זאכן קען בשום פנים ואופן נישט קומען ווען א מענטש שפירט "שאנדפול"
 
קען איינער דא זאגן אויב די גילטי פילינג פון סטאפן לייגן תפילין די ערשטע מאל איז בערך די זעלבע? אויב יא דעמאלסט האב מיר לכאו' א שטיקל ראיה

זייענדיק איינער וואס סטראגלט מיט וואג, קען איך עס היבש צוגלייכן צי די פילינג פון טשידן אויף א דייעטע, סקומט פון די ביליעף סיסטעם וואס מהאט אויף דעי סאבדשעקט
 
לעצט רעדאגירט:
חס ושלום

מען רעדט זיכער נאר באופן היתר (למשל דער שיטת עזר מקודש, אדער ביי א ציור וואס די גמרא רעדט וויאזוי מען איז בודק פעסטצושטעלן געוויסע זאכן וועגן א מענטש, וואס דאן איז עס דאך נישט לבטלה) אדער פאר גוים וכדו'
 
Back
Top