איז ״סאיסייד״ נכלל אינעם לאו פון ״לא תחמוד״?

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,206
סאיסייד חסיד vs סעקולאר

דיסקלעמער:
כבין נישט קיין טערעפיסט, אדער סיי וואס אין די מענטל העלט פיעלד. איך שרייב די ארטיקל בלויז לשם שרייבן, און נישט פאר עדווייס.


צוויי פריינד

משי און יענקל זענען געווען צוויי חברים אין חדר, ביידע פונעם חסידיש׳ן אפשטאם.


משה

משה איז געקומען פון א פרומע שטוב ווי יעדע ריר אין לעבן איז געווען אויסגערעכנט. די מוזיק נאר פרומע, נישט קיין אפ טא דעיט זינגערס. ביכער, חלילה נישט קיין נאוועל, נאר אזעלכע וואס ברענגן יראת שמים, וכו׳.

אסאך האט משה געהערט אלץ קינד איבער ״שכר ועונש״; נישטא קיין מאנקי ביזנעס, אויב וועסטו זונדיגען וועסטו פלאקערן! די תורה איז געגעבן געווארן פאר יעדע איד, די רבונו של עולם פריווט נאר א מענטש מיט וואס ער קען ביישטיין…

שבת איז געווען פאר משה עקסטרע שווער, צוליב וואס זיין טאטע פלעגט לערנען וועכנטליך ״הלכות שבת״ מיט די קינדער. משה האט געשפירט ווי ער קען זיך נישט געבן קיין ריר אן דארפן טראכטן הונדערט מאל אויב איז ער נישט מחלל שבת, צו איז דאס לייגן זאלץ אין די זופ, אויל אין א סאלאט, עפענען א באטל, נעמען טשאלענט פון א קראקפאט, וואקן מיט שנעלע טריט, נישט בייסן הענגעדיגע הויט פון די ליפן. כהנה וכהנה, משלים אן קיין ענדע…

אפגערעד פסח, בראקען. יום כיפור, פאסטן. שמירת עניים, קדושת הברית. ביטול תורה, און נאך…

ענדליך ווען משה האט חתונה געהאט און שוין יא געקענט וואוינען מיט די ווייב, איז דאס אבער געקומען מיט א געוואלדיגע געצוימטקייט, דהיינו; די לעקטער פארמאכט, טראכטן פון א צדיק, נישט קוקן אויף איר אותו מקום, אומריינע טעג, נישט איבער געבן זאכן, מחוצה, ועוד…

זייענדיג א מענטש וואס האט שווער געהארעוועט פאר זיין ברויט, נישט האבענדיג קיין איבריגע דאלער צו די נשמה, האט ער נאך צו אלע צרות געדארפט אראפ געבן ״מעשר״…

בכלל איז משה נישט משוגע געווארן פאר א שטיקל קוגל, טשאלענט, מקוה, מיט נאך אפאר געצוימטע אזוי געריפענע חסידישע תענוגים…

——————-

יארן זענען פארביי, משה איז שוין 70 יאר אלט, ער האלט א טאג נאכן חתונה מאכן דאס יונגסטע קינד.
צום ערשטען מאל אין פילע יארן וואס ער קען זיך אראפ זעצן און טראכן אביסל פון זיך…

ער גייט דורך זיין לעבן: געמאכט 15 קינדער. נישט געשלאפן פאר צוואנציג יאר צוליב די קליינע קינדער אין שטוב. קיין איבריגע פרוטה קיינמאל פארמאגט. זיך פאר׳חובה׳ט ביים חתונה מאכן די קינדער. יעצט איז ער שוין 70 יאר, אלט און אפגעמוטשעט.
יעדעס קינד האט זיך זיין אייגענע וועג אין לעבן. געוויסע, אפי וואס ער האט נישט זיך ג׳חלום׳ט. טייל פון זיי ניטאמאל רעליגיעיז…

מילא כ׳האב גארנישט געהאט אין לעבן ביז יעצט, שעפשעט זיך משה אינטער. אבער דאס עצם פאקט אז איך ברויך נאך לעבן ווייטער אויף דעם עולם, איז ביטער ווי א זית.

פארצווייפלט׳ערהייט זעצט ער זיך אריין אין קאר, און פארט צו צום נאנסטען בריק, מיטן ציהל צו מאכן אן ענדע צו זיין ביטערן לעבן.


יענקל

יענקל איז געקומען פון א שטוב ווי יעדער האט געקענט טאן וואס אימער מען האט נאר געוואלט, ממש די היפך פון משה. זיי פלעגן וואטשן מאוויס, האבן יעדע סארט נאוועל בוך, כסדר געפארן האקען א לעבן ווי אימער אויפן כדר העולם.

ווען יענקל איז עלטער געווארן, איז ער אריין אין ישיבה געאייגנט פאר עוורידזש בחורים. מ׳האט געלערנט אן קיין פרעשער, געשפילט באלל, נישט געמאכט קיין עסק פון סענסע קליפס וכדומה… אם כל זה, זייענדיג א בחור מיט אסאך ענערדזשי האט ער ביי די זיבעצן יאר פארלאזט די ישיבה, טרעפנדיג א גוט באצאלטע דזשאב.

יענקל קאפ איז אים געלאפן ווי א ביזנעס מאן, פון יעדע פרוטה וואס ער האט געמאכט איז 80 פראצענט געגאנגן פאר ווייטערדיגע אינוועסטמענטס.

ביי די ניינצן האט יענקי געעפנט זיין ערשטע אנליין געשעפט, פארקויפנדיג אלע סארט אייטעם׳ס וואס בעלי מחדשים געבן ארויס, אבער האבן נישט געהאט די געלט דאס צו שטיפן ס׳זאל פאפולער ווערן.

אזוי האט זיך יענקי ארויף געדראפעוועט אויפן לייטער פון סוקסעס אין גאר א קורצע צייט.


יענקי איז בכלל נישט געווען געווען אינטערעסירט חתונה צו האבן. זיין פערסענעלטי האט געצויגן צו זיך פילע נקיבות. ער פלעגט כסדר פארטיען מיט חבירים, פארן אויף וואקאציע, און געלעבט א רייכן לעבן אויסניצנדיג יעדע מינוט פאר אינדזשוימענט.

ביי די דרייסיג האט יענקי באשלאסן ס׳איז צייט חתונה צו האבן און אויפשטעלן דורות. שווער איז אים נישט געווען צו טרעפן זיין לאווער, און טאקע נישט לאנג דערויף האט ער געהייראט.

יענקי האט געמאכט צוויי לעכטיגע קינדער. ער האט זיי געגעבן וואס אימער זיי האבן נאר געוואלט.

דאס אלעס האט אבער לאנג נישט אנגעהאלטן. נאך עטליכע יאר וואוינען ציזאמען, זייענדיג געצוימט צו בלויז איין ווייב, האט יענקי באשלאסן איר אפצו׳גט׳ן אן קיין מחלוקת, און צוריק גיין ווייטער די סארט לעבן וואס איז אים געווען געשמאק ביז דאן.

——————-

יארן זענען פארביי, יענקי איז 70 יאר, ער איז מער נישט די ענעגרישע סארט מענטש ווי אמאל. זיין געזונט ווערט שוואכער, ער לייד פונעם הארץ, הויך ציקער, די זעה קראפט איז ווייט נישט ווי אמאל, ער ברויך בייגן די אויער צו הערן, און נאך זאכן וואס איז שכיח צו ליידן אויף די עלטער.

נאך יארן הנאה האבן פון די וועלט, נישט האבענדיג קיין מינוט צייט צו טראכטן פאר זיך, זעצט זיך יענקל צום ערשטען מאל אראפ, און קלערט אביסל פונעם ״מאין באתה ולאן אתה הולך״. פון וואו ער קומט ווייסטע ער… אבער צו וואו ער גייט שמעקט אים בכלל נישט…

נאך עטליכע טאג אריין קלערן ווי אזוי מען נעמט דאס לעבן פון דא אין ווייטער, קומט יענקל צום מסקנא אז אין די יארן אויפן עלטער ווערט מען נאר שוואכער און שוואכער, ביז די טאג וואס מען שטארבט, טא וואדזשע פעלט מיר אויס א שטייטע און פיינפולע טויט, אנשטאטס לאמיר יעצט מאכן אן ענדע דערצו.

יענקל טראכט נישט קיין צוויי, ער שרייבט צוואה פאר זיינע קינדער, דאן זעצט ער זיך אריין אין קאר און פארט צו צום זעלבן בריק ווי משה שטייט יעצט…

אנקומענדיג צום בריק, באגעגנט ער זיך מיט זיין אלטן פריינד משה…

משה וואס זוכסטו דא? פרעגט אים יענקל פארוואונדערט.

משה פלאצט אויס אין א יאמערליכן געוויין, דערציילנדיג זיין פיינפולע לעבן וואס ער איז אלץ אריבער, א לעבן וואס האט זיך געשפירט גענוי ווי א ראבאט וואס איז אנגעשטעלט אויף ״אטא מאוד״… דעריבער האב איך באשלאסן צו מאכן א ענדע דערצו מיטן טאצן פונעם בריק.

יענקל הערט זיך צי צו משה מיט גרויס מיטלייד, שאלנדיג מיט זיין קאפ, ווי צו זאגן; כ׳פארשטיי גענוי פון ווי דו קומסט...

הקיצור: דערנאך וואס משה בארויאיגט זיך אביסל, פרעגט משה פון יענקל: און וואס זוכסטו דא?

יענקל דערציילט אים מיט א רויאיקייט זיין לעבנס געשיכטע, ווי ער האט אלץ אויסגעניצט יעדע רגע זיך צו אינדזשויען צו די מעקס, עד כדי כך, אז די ברכה פון ״והריקותי לכם ברכה עד בלי די, עד שיבלו שפתותיכם מלומר די״, איז אים בטעות מקיים געווארן אפי אן געבן ״מעשר״ זיין גאנץ לעבן… דעריבער פירט אויס יענקל, איז יעצט צייט פאר מיר צו ענדיגן דאס לעבן, ווי איידער דערנאך דארפן שרייען ״אל תשליכני לעת זקנה״…

נאך איידער משה האט געקענט גיין צום נעקסטע פראגע, איז יענקל געשפרינגען פונעם בריק, פאלענדיג מיט אן אימפעט צו זיין טויט…

משה קוקט אראפ צום וואסער מיט גרויס קנאה, בשעת זיין מח פיבערט האפטיג איבער דעם חז״ל; "המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעולם הבא". זיין מרה שחורה וואקסט פון מינוט צום מינוט, ניטאמאל דאס לעבן לאזט מען אים זיך נעמען…

דאן קומט אים מיטאמאל ארויף א פרישע מחשבה אין געדאנק: אפשר בין איך גאר עובר אויף לא תחמוד ווען איך בין מקנא יענקלס סאיסייד…

תיכף רופט ער זיין דיין פרעגן דעם שאלה…

די דיין פארקלערט זיך א מינוט, דאן ענטפערט אים: חז״ל זאגן דאך: “אל יקנא אדם אלא ביראת שמים” (ברכות דף כ׳) דעריבער איז מען קלאר עובר אויף לא תחמוד…

משה לייגט אראפ דעם פאון מיטן נאז אראפ געלאזט, ״ניטאמאל מעג איך מקנא זיין איינער וואס נעמט זיך דאס לעבן״…


עד כאן המעשה.
 
לעצט רעדאגירט:
לעצט רעדאגירט:
Back
Top