Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דאס איז נישט א גוטער ביישפיל פון א גענצליך פאבריצירטער מעשה מיט דעטאלן. דאס קוקט ענדערש אויס ווי אן אגד׳ישער מחלוקת און פילע מפרשי הס”ס זאגן אז די אלע מספרים איז לאו דוקא. ביי חנוכה האבן זיי א ספעציפישער מעשה מיט דעטאלן. האסטעס נאך ערגעץ?
הונדערט פראצענט! כ'בין מיט דיר אינגאנצן מיט דעם פּרט. מ'ברויך טוהן וואס איז גוט פאר זיך.(אנטשולדיגט פארן פארדרייען פאר א רגע)
וואס טוט עטץ צו מיר
כ'גרייט זיך פאר די הייליגע נרות, אור הגנוז, למעלה מן הטבע. ס'איז דאך אזוי געשמאק צו לעבן אין די העכערע ספערן.
פארוואס באסט עטץ מיין באבל מיט אביסל טריקענע לאגיק און שכל?!
אבער דאך, דמיון איז גוט אפי' מ'ווייסט ס'איז דמיון.
ס'איז זאפטיג, ס'נעמט איבער דעם גאנצן מענטש!
גייט מיר נישט אהן וואס האט פאסירט. איך גיי אריינקוקן אין די לעכט, זינגן און טאנצן מיטן צדיקות! גלייבן אין ניסים! אוי גיי איך פיהלן גוט, קאוזי, ווארעם און הייליג! (#מיינע ברוינע שיך)
-
המשך אריבערגעפירט דא
להוסיף ל@מר שושני מ'טוהט וואס עס שפירט גוט
נעה, אויב דאס זענען דיינע ראיות דאן שטייען מיר גאנץ גוט. מיר ווילן הערן אזעלכע ראיות וואס ווענדן גענצליך אפ חז"ל אז זיי זענען זיכער נישט געווען געווען גערעכט מיט זייערע רייד, נישט עפעס וואס איז סתם צו ווילד פאר דיין פאנטאזיע...
למשל די מיתה פון טיטוס, אדער די סוף פון נירון קיסר
די לענג פון די פרס'ישע אימפעריעאקעי, דו פארפארסט פון טרעק. לאמיר נישט אריינגיין אין די נושא פון אימפיריש און נישט אימפיריש, ווייל איבער דעם קען מען זיך טענה'ן א גאנצע נאכט...
איך וויל א ביישפיל פון א פאקט וואס חז"ל האבן געזאגט איין וועג, און עס איז אויפגעוויזן געווארן פארקערט.
ס'איז אוממעגליך צי אויפווייזן א שלילי, אז עפעס איז נישט געשעהן. אבער, ס'איז שטארק מסתבר אז קיין טייך האט זיך נישט געשפאלטן פאר ר"פ ב"י, און קיין וואסער האט נישט געברענט פאר ר"ח'ס טאכטער און עוג האט נישט אויסגעריסן קיין שום בארג, וכו'איך וויל א ביישפיל פון א פאקט וואס חז"ל האבן געזאגט איין וועג, און עס איז אויפגעוויזן געווארן פארקערט
די אויסשטעל פון א נקיבה׳ס גוףאקעי, דו פארפארסט פון טרעק. לאמיר נישט אריינגיין אין די נושא פון אימפיריש און נישט אימפיריש, ווייל איבער דעם קען מען זיך טענה'ן א גאנצע נאכט...
איך וויל א ביישפיל פון א פאקט וואס חז"ל האבן געזאגט איין וועג, און עס איז אויפגעוויזן געווארן פארקערט.
אדער די לענג פון שמשון הגיבור אבר…
גענוי דאס איז מיין פוינט!ס'איז אוממעגליך צי אויפווייזן א שלילי, אז עפעס איז נישט געשעהן.
איינער פון די מפרשים, איך מעין אז דער דער מהר”ל, ניצט דעם גמרא אלס דוגמא ווען איינער וואס עקשנט זיך אז ער גלייבט כפשוטו איז א טיפשאין מסכת ביצה איז דא א גמרא אז ס׳איז דא א פייגל וואס ווען זי לייגט אראפ א איי ווערט 60 כרכים חרוב, ס׳דא גענוג גמרא׳ס וואס זענען זיכער נישט אמת.
פון די היינטיגע ד"ף א טיפע עקידה פון די רבינו שליט"א:
היד רמה ביאר קושיית הגמרא דבוודאי ידע חזקיהו המלך דרשת הכתוב דטומאה הותרה/נדחה בציבור, וממילא לא היה צריך לדחותם לפסח שני.
והענין בכל זה דהעניקו חז״ל ההיסטוריוגרפיה בחזקיה בהמחלוקת אי נשים בקרבן פסח חובה או רשות, רואין הענין שרצו חז״ל לקשור עצמם עם העבר ולהעניק אליהם המחלוקת והדרשות שדרשו וההלכות שחידשו בהתורה למסורתן. והיינו, דהעניקו חשיבות להנרטיב שיש בהלכות ודרשות שלהן, ולכן העניקו זה על חזקיה, ולא מחמת שסברו דוקא דאכן כך היה בההיסטוריה ממש, אלא דהיא היסטוריוגרפיה מחמת הנרטיב בחווייה הדתית שלה
ן.