זאנוויל וויינבערגער דארף ווייניג הקדמות, ער איז היינט פון די סאמע שפיצן אין די היימישע זינגעריי מארקעט. שוין פון אלס בחור אין מלכות קווייער ביז היינט מיטן אויפטרעטן אויף ריזיגע מעמדים, און זינגען אויף כמעט יעדע היימישע קאלעקציע וואס קומט ארויס – כולן שוין לטובה. זינגען מיט אים זענען איינס!
דורך די יארן האט ער געזינגען אויף פילצאליגע סינגלס, מעמדים, מוזיק ווידעאס, און אלבום'ס.
פאלגענד זענען די אלבומס וואס ליגן מיר אויפן זכרון:
ווי ער קומט אריין גאר קלאר איז אין די מוזיק ווידעאס וואו ער זינגט, און איך וויל ווידמען דעם שנירל פאר אלע ווידעאס און סינגלס וואס איך האב אין מיינע ארכיוון קאלעקטירט דורך די יארן, פארשטייט זיך אז יעדער איז מוכן צו קאמענטירן און צולייגן וואס זיי האלטן איז שיין און פאסיג.
[רעדענדיג ספעציפיש פון מלכות ווידעאס איז וויכטיג אנצומערקן אז פינחס ביכלער בכלל איז א מייסטער ווען ס'קומט צו אזעלכע יצירות, עד כדי כך אז דאס לייגט אים אין קאמפעטישאן מיט שירה כאטש וואס אין קוואליטעט שטייען זיי אסאך העכער באופן כללי, כמבואר במק"א. און די אלע מוזיק ווידעאס פון מלכות פארלאנגען באמת אן אייגענע אפהאנדלונג, ווארום דא איז זאנוויל אויפן טיש.]
אן אינטרעסאנטע כלל מיט זאנוויל איז, ווען ער זינגט א ניגון בדרך כלל, די ערשטע מאל זינגט ער דעם גאנצן ניגון נארמאל אן קיין איבעריגע קנייטשן, די צווייטער מאל אבער קומט ער אריין ווי א גאון מיט אלע זיינע יכולות'ן אויפן טיש, און ביידע האבן א מאקסימום רייכקייט צו זיך.. איך ישוב מיך יעדעס מאל עקסטער צו איך וויל בעסער הערן דעם ערשטן טייל ווי עס איז סימפל און שיין אדער דעם צווייטן טייל וואס איז קינצליך און אפט מאל ווילד, ספוילער: איך ענדיג בדרך כלל הערן דאס גאנצע זאך 3 מאל..
הערטס און האטס הנאה!
- זיין מייסטערפולע קאלעראטאר איז undeniable
- זיין רעינדזש איז אויך one of a kind גייענדיג מיט א גלאטקייט פון היבש נידעריג ביז אזוי הויך ווי אן E6 (למבינים בלבד), און אפי' העכער - ווען ער אקטיוויזירט זיין פאלצעטא.
- הארציג איז ער ווי א פידל
- לעבעדיג ווי אן איזראעלי
- מוזיקאליש like no other, זיינע הארמאניעס און שטיקלעך – הגם צומאל צופיל – זענען וואונדערליך לכל הדעות, ווי אויך פארשטייט ער גאר גוט וויאזוי צו דזשעזן-אפ א ניגון.
- אויפן טאן איז ער ווי א גאפל, (איך טשעלענדזש איינעם צו טרעפן א לייוו עווענט ווי ער זינגט פלעט אפי' בטעות)
- ואחרון חביב, זיין שטומע, וואס איך פערזענליך גלייך זייער שטארק. אבער איך פארשטיי די וועלכע האבן עס נישט אזוי ליב, ווייל עס איז צו אינג און ארעם (ס'פעלט בעיס דערין), אדער ווייל עס איז צו ישראל'דיג, אדער סתם משום טעם וריח...
דורך די יארן האט ער געזינגען אויף פילצאליגע סינגלס, מעמדים, מוזיק ווידעאס, און אלבום'ס.
פאלגענד זענען די אלבומס וואס ליגן מיר אויפן זכרון:
- לחיים מיט זאנוויל – א קאלעקציע אלבום וואס יוסף משה כהנא האט ארויסגעגעבן מיט אים נאך אלץ בחור, אויב האב איך נישט קיין טעות איז עס פון זיינע סאמע ערשטע זאכן, און טאקע דארט האב איך באגעגנט זיין גלאנץ – זיינע שטיקלעך, הארמאניעס, און רעינדזש. (בעיקר ביים 'מאתו לא תצא הרעות' פאר דער וואס קען דעם אלבום..) ניגון באבוב איז אויך דערויף ווי ער קומט אריין מיט א קנאק.
- לחיים שמחה טיש
- לחיים א אידישע מאמע
- קומזיץ מיט לחיים 3
- לחיים מזרח טיש
- מטעמים
- אויף מונה 7
- אויף נועם - סקולען 2 האט ער אפאר ניגונים
- אויף יהושע האנשטאטערס אלבום – אהבתי – האט ער אפאר טרעקס
- אויף Fingerprint
- אויף לב אל הנשמה
- אויף שבת'דיג
- און פארשטייט זיך זיין אייגענע אלבום מן השמים: