כאנישט קיין כח
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- פעב. 4, 2026
- מעסעדזשעס
- 71
- רעאקציע ראטע
- 264
- פונקטן
- 53
בנוהג בעולם הנשית אז נאך יעדע טראגעדיע פאררופט מען אן אסיפה פאר די נשים צדקניות ווי מ'בלעימט זיי פארן טראגעדיע, מ'איז מעורר איבער צניעות און מען געט פארשלאגען וואס זיי קענען זיך פארנעמען תיקונים אין צניעות וכדומה. איך מאך עס נישט אינגאנצן אוועק, ס'קען זיין א זמן פון עת לעשות לד', די קבלות טובות איז מעגליך א חשובע זאך, וכו'.
איך וויל עס אבער באטראכטען פון א פראקטישע שטאנדפונקט, איך בין באמת נייגעריג ווי פראדוקטיוו אזא אסיפה איז? מיין הרגשה איז אז די באטייליגער ביי אזוינע קריטישע אסיפות זענען בדרך כלל די סאמע פרומסטע פרויען פון כלל ישראל, זיי קומען וויינען אויפען טראגעדיע און נאכער נעמען זיי זיך פאר צו גיין פון זייער שטענדיגע גאר פרום צי א שפריצקעלע אריבער פרום, דהיינו די אינפעימעס זומער מאנטלען איז צושטאנד געקומען ביי די שטייגער אסיפות, מ'איז זיך מקבל צו פארדעקן די האלז ארויף ביזען טשין, די וואס גייען 100 דעניער טייטס נעמען זיך פאר צו גיין 120 דעניער טייטס, און די וואס גייען ח"ו א שייטל וואס איז לאנג צוויי סענטימיטער אינטערן אויער נעמען זיך פאר עס צו שניידן קערצער, וכדומה וכדומה. אויב איז דא פרויען וואס וואלטען זיך באמת געמעגט פארבעסערן דאס צניעות, זענען נישט צום געפונען ביי אזוינע אסיפות וואַטסאָעווער, ווי ס'מיינט יעדעם חוץ זיי. מיין משפחה למשל, אן עווריזש ערליכע משפחה, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל גיין צו די אסיפות און איך האב זיי אויך קיינמאל נישט געהערט עס אוועקמאכן, בבחינת ולא נודע כי באו; לב יודע מיסיס נפשם, מ'פרובירט די בעסטע זיך צו האלטן ערליך און וואס ס'דארף א תיקון ארבעט מען אויף דעם, אנדעם וואס פינף רעביצינס זאלען דאס אריינהאקן אין קאפ מיט דראמא און טראמא צוליב די טראגעדיע רח"ל.
מיין שאלה איז, וויאזוי קוקט אן אלגעמיינע פרוי אן די דאזיגע אסיפות? און וואס איז די ציבור'ס אבזערוואציעס און עקספיריענס ארום דעם נושא?