צניעות אסיפות

כאנישט קיין כח

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
פעב. 4, 2026
מעסעדזשעס
71
רעאקציע ראטע
265
פונקטן
53
בנוהג בעולם הנשית אז נאך יעדע טראגעדיע פאררופט מען אן אסיפה פאר די נשים צדקניות ווי מ'בלעימט זיי פארן טראגעדיע, מ'איז מעורר איבער צניעות און מען געט פארשלאגען וואס זיי קענען זיך פארנעמען תיקונים אין צניעות וכדומה. איך מאך עס נישט אינגאנצן אוועק, ס'קען זיין א זמן פון עת לעשות לד', די קבלות טובות איז מעגליך א חשובע זאך, וכו'.

איך וויל עס אבער באטראכטען פון א פראקטישע שטאנדפונקט, איך בין באמת נייגעריג ווי פראדוקטיוו אזא אסיפה איז? מיין הרגשה איז אז די באטייליגער ביי אזוינע קריטישע אסיפות זענען בדרך כלל די סאמע פרומסטע פרויען פון כלל ישראל, זיי קומען וויינען אויפען טראגעדיע און נאכער נעמען זיי זיך פאר צו גיין פון זייער שטענדיגע גאר פרום צי א שפריצקעלע אריבער פרום, דהיינו די אינפעימעס זומער מאנטלען איז צושטאנד געקומען ביי די שטייגער אסיפות, מ'איז זיך מקבל צו פארדעקן די האלז ארויף ביזען טשין, די וואס גייען 100 דעניער טייטס נעמען זיך פאר צו גיין 120 דעניער טייטס, און די וואס גייען ח"ו א שייטל וואס איז לאנג צוויי סענטימיטער אינטערן אויער נעמען זיך פאר עס צו שניידן קערצער, וכדומה וכדומה. אויב איז דא פרויען וואס וואלטען זיך באמת געמעגט פארבעסערן דאס צניעות, זענען נישט צום געפונען ביי אזוינע אסיפות וואַטסאָעווער, ווי ס'מיינט יעדעם חוץ זיי. מיין משפחה למשל, אן עווריזש ערליכע משפחה, איך האב קיינמאל נישט געהערט איינער זאל גיין צו די אסיפות און איך האב זיי אויך קיינמאל נישט געהערט עס אוועקמאכן, בבחינת ולא נודע כי באו; לב יודע מיסיס נפשם, מ'פרובירט די בעסטע זיך צו האלטן ערליך און וואס ס'דארף א תיקון ארבעט מען אויף דעם, אנדעם וואס פינף רעביצינס זאלען דאס אריינהאקן אין קאפ מיט דראמא און טראמא צוליב די טראגעדיע רח"ל.

מיין שאלה איז, וויאזוי קוקט אן אלגעמיינע פרוי אן די דאזיגע אסיפות? און וואס איז די ציבור'ס אבזערוואציעס און עקספיריענס ארום דעם נושא?
 
איך ציטער אז מיר וועלן נישט אויפהערן כאפן קלעפ ביז אונזערע שוועסטער וועלן אלע אריבערגיין ברוסט-רעדוקציע אפעראציעס
 
עס איז ענליך צו די מענער טעכנאלאגיע אסיפות, ווען אימער עס איז דא א אויפוואכונג אקעגן די פגעי הטעכנאלאגיע קומען די אלע מיט כשר'ע טעקסטלאזע פליפ פאון'ס צו לויפן מיט א ערנסטקייט, בשעת די סמארטפאון אידן זיצן ערגעץ און טשילן.
 
איך האב דאס קיינמאל נישט אינאכט גענומען. אפשר וועל איך מיך טאקע איינהאנדלען א פליפ-פאון און גיין זען וואס ס'קומט פאר ביי דעי אסיפות. אפשר טיילט מען קאַטטען קענדי דארט, ווער ווייסט.
 
עס איז ענליך צו די מענער טעכנאלאגיע אסיפות, ווען אימער עס איז דא א אויפוואכונג אקעגן די פגעי הטעכנאלאגיע קומען די אלע מיט כשר'ע טעקסטלאזע פליפ פאון'ס צו לויפן מיט א ערנסטקייט, בשעת די סמארטפאון אידן זיצן ערגעץ און טשילן.
😄😄😄

ערנסט גערעדט.... די אסיפה מאכט מען אז די וואס האבן נאך פליפ פאונס זאלן זיך מחזק זיין און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די נסיונות פונעם דור...

און די זעלבע איז ביי די פרויען...
 
😄😄😄

ערנסט גערעדט.... די אסיפה מאכט מען אז די וואס האבן נאך פליפ פאונס זאלן זיך מחזק זיין און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די נסיונות פונעם דור...

און די זעלבע איז ביי די פרויען...
פיין און וואויל, אבער וויאזוי גייט דאס פארמיידען פיוטשער טראגעדיעס רח"ל? די שפיצל פרוי וואס גייט אלע בגדים אויפען פרומסטע אופן מעגליך, שווארץ פון קאפ ביז פוס, אבער די קנעפלעך אויף איר טאַפּ איז ח"ו טונקל בלוי וואס ציעט כלומערשט אן אויג, איז דאס די גורם פון אלע טראגעדיעס ביז זי עס מתקן און גייט נאר מיט שווארצע קנעפלעך?
 
די קאפ איז נישט געניג גרויס וואסערע לאנגע שרויף ס'פעלט פון די בעלי דרשנים!! און וואס איז פשט אז ווען א קליין אינגל האט זיך דערטראנקען צוים טויט אין א פאל נעבן אינזער קעמפ האט די מנהל געהאלטן א דרשה אז סמיז זיין אז ס'איז די בחורים'ס שילד אין מ'דארף זיך פארבעסערן? אדער אז קאראנע איז געקומען ווייל מקימט נישט אין צייט? בחורים מיילע אבער די פרויען קויפן עס נעבעך אפ..
 
איך בין מיט דיר..

פארפאלן... יעדער דארף ארבעטן אויף זיך צו פארשטיין אז די וועלט האט א באשעפער און יעדע מענטש האט זיין צייט און ווען איינער ווערט ניפטר האט עס לאו דווקא מיט די בחורים וואס לערנען אין די נענטסטע ישיבה...
 
דאס גאנצע זאך פון צניעות אסיפות דערמאנט מיר פון א טערם פון סידמאנד פראויד'ס סייקאסעקסואל טעאוריע. בעיסיקלי, די טערם הייסט reaction formation. דאס איז ווען א מענטש נעמט א תאווה וואס ער ווייסט אז ער קען עס נישט באקומען און ער פייט עס. היינו טעמא פון די אלע צניעות אסיפות און היינו טעמא ד"זכו".....
 
פלאס טויזנט
 
Back
Top