עצות פאר אן ערליכן יונגערמאן וואס טרעפט זיך נישט דאס פלאץ אין זיין סביבה

די וועלט איז א שווערע פלאץ, עוולות ווערן כסדר געטון צו אומשולדיגע מענטשן, די 'סיסטעם' איז די זאך וואס דערמאנט דיך אז די וועלט איז א אומזיכערע פלאץ.
 
חכמה+
Weather
=corn chips


טאמעטא -
Sewing machine
Is
קטן שלא הגיע לחינוך


שמרה נפשי..
ממש אמת לאמיתו.

איך האב נאך נישט פארגעסן אין סוף.

דער חינוך האט קיינמאל נאך נישט אריינגעריבן .
 
ממש אמת לאמיתו.

איך האב נאך נישט פארגעסן אין סוף.

דער חינוך האט קיינמאל נאך נישט אריינגעריבן .
פארדארבענע מאנדלען..

יש יש..

עוד יותר טוב..🎶 עוד יותר טוב..🎶

אווערנייט קוגל...


עיזי דבי טבחא שמינא מינאי...


פעיגער זיך אפ פון דא..
 
ווייל מ׳לעבט אין א סיסטעם ווי דער פחד איז אזוי ריזיג אז קיינער זאל חלילה נישט אויסגעפינען אז מ׳האט ״טענות״ אויף די פארדארבענע סיסטעם- נאכדעם קען נאך זיין ביטערע קאנסעקווענצן
והראי' אז דער וואס שרייבט דא, שרייבט אונטערן שלייער פון אן אנאנימער ניק.
 
מ'קען ארויסטשעקן פונעם סיסטעם זייענדיג ווייטער אינעם סיסטעם ודו"ק, מנעמט די בענעפיטס און געגאנגען ווייטער, מיט א משהו חכמה קען מען זיך אנייצע געבן..
אמת און פשטות איז עס די בעסטע מהלך אבער ווען די קינדער ווערן עלטער ווערט עס שוין אביסל מער קאמפליצירט
 
איך ליין דא "דער הוא מוסיף והוא מפרק", אבער קיינער אדרעסירט נישט דעם פותח האשכול'ס ווייטאג. אזוי לערן איך עס אפ. איך בין נישט אבליוויעס צו זײן פראבלעם, און זײן צער און פיין איז אסאך מער ווי איר אלע ענטפערט דא.

טאטע, מאמע, שווער און שוויגער (אפשר ווייב אויך) זעהען מיך אלץ אן אויבער-חכם און אויך אלץ אן אנטי-סאציאליסטישער מענטש. אויטאמאטיש בין איך די לעפינג סטאק אין די פאמיליע. "אה, @שבעים נפש? ער איז דאך סתם אן אויבער-חכם." עס טרעפט זיך זייער שווער מיין פלאץ ביים שווער אינדערהיים, וויסנדיג אז ער גלייכט מיך נישט מיט מיינע אנשויאונגען. (איך ווייס נישט ווי אזוי פרנסה איז, אבער אויב איז דאס אויך אזוי – איי איי. נא, וויאזוי ווילסטו, שמילי, זאל מאכן א טולער? ער איז דאך קלוגער פון יעדן איינעם!)

און אזוי גייט עס אן. סאסייעטי ווערט א שונא. "די עולם גולם בהמה'ס קעלבער – איך בין דאך אסאך קלוגער פון זיי." זיי לעבן און לאכן, און איך בין מלא וגדוש מיט פיין און צער.

פארוואס בין איך דא אריינגעפאלן? שלום בית קען ווערן אפעקטירט ווען די, פנים אל פנים, קוקט אריין. דער שווער האט מיך פיינט, וכן להיפך. שמחות ביי די צוגעקומענע געשוויסטער זענען א שטיק טאורטשער.

מה לי חיים? ס'ווייבל ווייסט ווי נישט געשמאק אין אירע געשוויסטער'ס סביבה דער מאן געפינט זיך, און שפירט אז "ידי שפך הדם הזה." זיין פיין איז נאר ווייל איך בין זיין ווייב. האט ער אזא פאמיליע, וואלט ער ווען א צווייטער געהאט, וואלט דאך אלעס געווען שלום ושלוה.

ועוד ועוד, וואס קומט נאך מיט די געלונגענע (ליין געפאנגענע) חכמה. זו שכרה? וואס איז די גדולה פון זיין קלוג ווען עס קומט מיט אזוי פיהל ווייטאג.

שטימט ביז אהער? אויב יא, קענען מיר ווייטער שפאצירן, ארויסצוקריכן. טאמער בין איך קאמפליטלי אףף, דאן ציה איך צוריק א יעדע איינציגע ווארט, והייתי כאילו לא אמרתי כלום.
 
דו האסט ארויסגעשריבן דעם ענטפער. דו פראבירסט צו נאשן פון אסאך פלעצער. דו דארפסט טרעפן איין פלאץ און לאז אפ די אנדערע.

עס ווערט ערגער ווען מען רעדט א שידוך פאר די קינדער.

ווי דאווענט דער טאטע? פרייטיג ביינאכט אין די שוהל לעבן זיין הויז,
שבת צופרי שטייט ער אויף אביסל שפעט, גייט ער מיט זיינע חברים אין אן אנדערע פלאץ,
מוצש"ק גייט ער ווי מען דאווענט די פריסטע...

דו דארפסט טרעפן איין פלאץ, און וואס גייט דיר אן וואס יענער פארקויפט? וואס גייט דיר אן וואס יענער טוהט?

לעב פאר זיך מיט דיין משפחה און פייף אויף דער וועלט.
 
דו דארפסט טרעפן איין פלאץ, און וואס גייט דיר אן וואס יענער פארקויפט? וואס גייט דיר אן וואס יענער טוהט?

לעב פאר זיך מיט דיין משפחה און פייף אויף דער וועלט.
איז די לעצטע שורה נישט קיין סתירה מיט וואס דו זאגסט לגבי טרעפן איין פלאץ וועגן שידוכים?
 
Back
Top