עצות פאר אן ערליכן יונגערמאן וואס טרעפט זיך נישט דאס פלאץ אין זיין סביבה

די וועלט איז א שווערע פלאץ, עוולות ווערן כסדר געטון צו אומשולדיגע מענטשן, די 'סיסטעם' איז די זאך וואס דערמאנט דיך אז די וועלט איז א אומזיכערע פלאץ.
 
חכמה+
Weather
=corn chips


טאמעטא -
Sewing machine
Is
קטן שלא הגיע לחינוך


שמרה נפשי..
ממש אמת לאמיתו.

איך האב נאך נישט פארגעסן אין סוף.

דער חינוך האט קיינמאל נאך נישט אריינגעריבן .
 
ממש אמת לאמיתו.

איך האב נאך נישט פארגעסן אין סוף.

דער חינוך האט קיינמאל נאך נישט אריינגעריבן .
פארדארבענע מאנדלען..

יש יש..

עוד יותר טוב..🎶 עוד יותר טוב..🎶

אווערנייט קוגל...


עיזי דבי טבחא שמינא מינאי...


פעיגער זיך אפ פון דא..
 
ווייל מ׳לעבט אין א סיסטעם ווי דער פחד איז אזוי ריזיג אז קיינער זאל חלילה נישט אויסגעפינען אז מ׳האט ״טענות״ אויף די פארדארבענע סיסטעם- נאכדעם קען נאך זיין ביטערע קאנסעקווענצן
והראי' אז דער וואס שרייבט דא, שרייבט אונטערן שלייער פון אן אנאנימער ניק.
 
ארבעט אויף דיינע מידות
לערן דיך אויס סובל זיין אנדערע אידן [אידענעס]
אפי' זי זענען נישט מיט דיר אויף איין בלעטל....
 
מ'קען ארויסטשעקן פונעם סיסטעם זייענדיג ווייטער אינעם סיסטעם ודו"ק, מנעמט די בענעפיטס און געגאנגען ווייטער, מיט א משהו חכמה קען מען זיך אנייצע געבן..
אמת און פשטות איז עס די בעסטע מהלך אבער ווען די קינדער ווערן עלטער ווערט עס שוין אביסל מער קאמפליצירט
 
איך ליין דא "דער הוא מוסיף והוא מפרק", אבער קיינער אדרעסירט נישט דעם פותח האשכול'ס ווייטאג. אזוי לערן איך עס אפ. איך בין נישט אבליוויעס צו זײן פראבלעם, און זײן צער און פיין איז אסאך מער ווי איר אלע ענטפערט דא.

טאטע, מאמע, שווער און שוויגער (אפשר ווייב אויך) זעהען מיך אלץ אן אויבער-חכם און אויך אלץ אן אנטי-סאציאליסטישער מענטש. אויטאמאטיש בין איך די לעפינג סטאק אין די פאמיליע. "אה, @שבעים נפש? ער איז דאך סתם אן אויבער-חכם." עס טרעפט זיך זייער שווער מיין פלאץ ביים שווער אינדערהיים, וויסנדיג אז ער גלייכט מיך נישט מיט מיינע אנשויאונגען. (איך ווייס נישט ווי אזוי פרנסה איז, אבער אויב איז דאס אויך אזוי – איי איי. נא, וויאזוי ווילסטו, שמילי, זאל מאכן א טולער? ער איז דאך קלוגער פון יעדן איינעם!)

און אזוי גייט עס אן. סאסייעטי ווערט א שונא. "די עולם גולם בהמה'ס קעלבער – איך בין דאך אסאך קלוגער פון זיי." זיי לעבן און לאכן, און איך בין מלא וגדוש מיט פיין און צער.

פארוואס בין איך דא אריינגעפאלן? שלום בית קען ווערן אפעקטירט ווען די, פנים אל פנים, קוקט אריין. דער שווער האט מיך פיינט, וכן להיפך. שמחות ביי די צוגעקומענע געשוויסטער זענען א שטיק טאורטשער.

מה לי חיים? ס'ווייבל ווייסט ווי נישט געשמאק אין אירע געשוויסטער'ס סביבה דער מאן געפינט זיך, און שפירט אז "ידי שפך הדם הזה." זיין פיין איז נאר ווייל איך בין זיין ווייב. האט ער אזא פאמיליע, וואלט ער ווען א צווייטער געהאט, וואלט דאך אלעס געווען שלום ושלוה.

ועוד ועוד, וואס קומט נאך מיט די געלונגענע (ליין געפאנגענע) חכמה. זו שכרה? וואס איז די גדולה פון זיין קלוג ווען עס קומט מיט אזוי פיהל ווייטאג.

שטימט ביז אהער? אויב יא, קענען מיר ווייטער שפאצירן, ארויסצוקריכן. טאמער בין איך קאמפליטלי אףף, דאן ציה איך צוריק א יעדע איינציגע ווארט, והייתי כאילו לא אמרתי כלום.
 
דו האסט ארויסגעשריבן דעם ענטפער. דו פראבירסט צו נאשן פון אסאך פלעצער. דו דארפסט טרעפן איין פלאץ און לאז אפ די אנדערע.

עס ווערט ערגער ווען מען רעדט א שידוך פאר די קינדער.

ווי דאווענט דער טאטע? פרייטיג ביינאכט אין די שוהל לעבן זיין הויז,
שבת צופרי שטייט ער אויף אביסל שפעט, גייט ער מיט זיינע חברים אין אן אנדערע פלאץ,
מוצש"ק גייט ער ווי מען דאווענט די פריסטע...

דו דארפסט טרעפן איין פלאץ, און וואס גייט דיר אן וואס יענער פארקויפט? וואס גייט דיר אן וואס יענער טוהט?

לעב פאר זיך מיט דיין משפחה און פייף אויף דער וועלט.
 
דו דארפסט טרעפן איין פלאץ, און וואס גייט דיר אן וואס יענער פארקויפט? וואס גייט דיר אן וואס יענער טוהט?

לעב פאר זיך מיט דיין משפחה און פייף אויף דער וועלט.
איז די לעצטע שורה נישט קיין סתירה מיט וואס דו זאגסט לגבי טרעפן איין פלאץ וועגן שידוכים?
 
פאר דו מופסט ארויס פון קרית יואל געדענק אז דו אליינס קומט מוט אויך אפילו מען משפט און די משפחה קומט אויך מיט
 
is this a active WA Group?
ווענטסעך וואס דו מיינסט מיט ״אקטיוו״.
געוויסע לאזן זיך הערן כסדר און געוויסע ווייניגער.

לעצטענס האט איינער געשערט א געוויסע פערזענליכע ווייטאגליכע סיטואציע וואס ער גייט דורך מיט א באקאנטע פיגור מטעם הסיסטעם און די עולם האט רעספאנדעט זייער ווארעם.. געוויסע האבן גענומען די קוראדזש און אנגערופן און פארגעהאלטן דעם חברה מאן אויף זיינע מעשים אשר לא יעשו..

א יחיד קען זיך נישט שלאגן מיטן סיסטעם, אבער מ׳קען צאמנעמען אחים בדעה און צוזאמען זיך מחזק זיין איינער דעם אנדערן..
 
לדעתי, איז עס אן ענין פון צייט.

טאמער דו ביסט אן ארנטליכע מענטש, און דיין אויבער חכמה איז נישט קיין היתר\תירוץ נאר א טיף געווארצעלטע מארליטעט און גלויבונג, וועלן זיי צום סוף דאס איינזען.
יא, דו זיצט נישט מיט זיי נאכן שבע ברכות פרייטאג צו נאכט צו קיביצן קעגן דער רבי'ס ברודער, אבער ווען דיין ווייב דארף הילף ביסטו שוין דארט צו העלפן.
דו האסט נישט קיין רייסערישע קאר, אבער דו שלאפסט רואיג ווייל דיין בוקס זענן אינדערארדנונג, און דו האסט קיין דאללאר נישט גענומן פון די רעגירונג.
האסט נישט וואס צוצולייגן צום שמועס וועגן xanthan gum, אבער הלכות אין מבטלין איסור לכתחילה קענסטו בעסער ווי אלע בריוו שרייבערס.
האסט נישט געווייקט אין מקוה א האלבע שעה פארן דאווענן, אבער דיין פסוקי דזמרה איז פונקט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, כמונה מעות, באצייטענס, און אן אן אפענע פאון פאר דיר.

ועוד ועוד, ווי די סיסטעם שטיצט נישט ערליכקייט, אבער קען עס נאכאלס שעצן ווען ער זעט עס.

(ועוד, ווי איינער האט שוין דערמאנט, געדענק אז נישט יעדער האלט ווי דיר, און ער האט פונקט אזא רעכט צו א מיינונג ווי דו. דו ביסט נישט דערדרוקט מיט דעם וואס יענער האלט אז שייטלעך אז א פרצה. דאס איז נאר זיין מיינונג.)
 

Similar threads

Back
Top