וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

אפענער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
474
רעאקציע ראטע
1,358
זייט קרעמל האט זיך געפענט טוען זיך אפ אין קאווע שטיבל גאר מאדנע ענינים. אנעהויבן האט זיך עס אז צוליב "טעכנישע סיבות" (וואס האלט שוין אן איבער א חודש צייט!) נעמט קאווע שטיבל נישט אן קיין נייע מעמבערס. און יעצט ווערט גאר די סייט פארשפארט פאר עטליכע טעג ווייל די מנהל גייט אויף וואקאציע. הישמע כזאת?
 
מאדנע ענינים טוען זיך שוין אפ די לעצטע צוויי יאר.

די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט איז געוועהן אין 2023 אינעם אשכול די היסטאריע פון אונזער שטיבל דא
מנהל post_id=520351 time=1680452130 user_id=1705 האט געשריבן:
ווי שוין געשריבן איז דער שמועס 100% לעגיטים ווילאנג מ'איז א היימישער תושב דא און יעדער פארשטייט אז מ'מיינט עס לתועלת. נייע ניקס וואס האבן נישט עפעס אנדערש וואס צו שמועסן דא וועלן אויסגעשפארט ווערן.

פונדאמענטאל איז אויסגעשפארט געווארן, און אויף זיין פראגע אין אימעיל וועלכע תקנות ער האט געבראכן און אויב מ'קען אים צוריק אריינלאזן, האב איך אים דאס געענטפערט:

א גוטן טאג הרב פונדאמענטאל,

כ'וואלט דיר גערן צוריק געעפענט אבער אויב פארשטייסטו נאך אלץ נישט אז די האסט געשריבן עפעס וואס טויג נישט, האלט איך אז מ'גיימיר נישט לעקן פון דיר קיין האניג. ואם כן מה לי לצרה הזאת?

פון מיין פערספעקטיוו האסטו קודם כל פארדרייט אן אשכול. דער אשכול איז וועגן די היסטאריע פון ק"ש. נישט דיינע שפעקולאציעס צי ק"ש איז געזונט פאר'ן נפש.

צווייטענס, ווי כ'האב שוין געשריבן, איז פשוט נישט אין פלאץ פאר א נייע מעמבער צו קומען אין א פלאץ און שפעקולירן איבער די לעגיטימקייט פון דעם מקום. משל למה הדבר דומה, א מענטש קומט אן אין א ביהמ"ד, אין אינעם ערשטן טאג ברענגט ער אויף די שאלה אז אפשר איז דער ביהמ"ד נישט געזונט פאר'ן נפש. ר' איד, ווער א תושב, ווער היימיש, נאכדעם קענסטו אויפברענגען וואס די ווילסט. דעמאלטס וועט יעדער פארשטיין אז מיינסט נישט צו טראלן, נאר די מיינסט טאקע די טובה פונעם עולם. (און כ'חזר נאכאמאל איבער אז דער שמועס איז לעגיטים, נאר ווען די קומסט אן ווי א נייע מעמבער מיט אזא "תמימות'דיגע" שאלה איז גאנץ קלאר אז די זוכסט צו זיין פראוואצירענד).

דריטענס, טראצדעם וואס האסט געלייקענט אז די האסט געזאגט אז ק"ש איז מעגליך נישט געזונט פאר'ן נפש, האסטו עס בפירוש יא געזאגט. לייקענען עפעס וואס איז ברור כשמש ווערט גערופן געזלייטינג. און כ'דארף דאס נישט טאלערירן.

פערטנס, האסט אטאקירט דעם מנהל. יא, כ'נעם מיך אהן פאר מיין אייגענעם שלות הנפש. דער פרייז פון פירן ק"ש דארף נישט זיין צו טאלערירן אטאקעס פון א נייעם מעמבער וואס כ'ווייס ניטאמאל זיינע מאטיוון.

פינפטנס, אלס א חלק פון דיין אטאקע האסטו געזאגט א פרעכן שקר: "אנשטאט צו זיין אפן דערמיט און קאנפראטירן די שאלה האט איר בוחר געווען צו אטאקירן דעם שואל." דער פאקט איז אז אין מיין ענטפער צו דיר האב איך מער געשריבן טאקע צו אדרעסירן דיין שאלה ווי צו אויסדרוקן מיין וואונדער אויף דיינע מאטיוון.

וועלכע גענויע תקנות דו האסט עובר געווען? פארדרייען אן אשכול (אות מ"ה), געשריבן פראוואצירענד (אות כ"ו), געטראלט (אות ל'), אטאקירט א מנהל (אות ל"ד), נישט געפאלגט א מנהל (אות מ"ז), און דאס אלעס נעמט זיך צוזאם אלס א רגליים לדבר אז דיין ציל איז געווען צו פארדארבן די אטמאספערע מיט נעגאטיוויטי אויף ק"ש (אות מ"ט).

הצלחה רבה.

פאליטיקאנט האט דאן איידעלערהייט מעורר געוועהן.

פאליטיקאנט post_id=520463 time=1680491763 user_id=3782 האט געשריבן:
@מנהל זייענדיג א שטיקל ליבערטעריען בין איך מוחה אינעם אויסשפארן.

כ'האלט אויך אז ער האט זיך נישט געפירט כהוגן און זיינע מאטיוון זענען 'פארנעפלט' אבער נאכאלס נישט קיין סיבה אויף אויסצושפארן.

ק"ש איז ביסודה שטארק קעגן צענזור, און אין די פריערדיגע יארן פלעגט מען טאקע כמעט נישט מעקן אדער שפארן חוץ ווען איינער האט "קלאר און מערערע מאל" עובר געווען אויף תקנות.

איך פיל אז די פרינציפן הייבן אן גליטשן.

דאס איז וואס מיין קליינטשיגע מח האלט.

פון דארט און ווייטער איז עס געגאנגן מיט "ווער ס'מאכט מיך קאפוויי" יעדע הערה איז "אטאקירן די מנהל".
פון דארט און ווייטער האבן זיך אנגעהויבן די גזירות.
*הונדערטער (לכאו') אשכולות זענען גענצליך פארשווינדן געווארן פונעם אויג. (דוקא די זאפטיגע וואס עפענען אויף דעם קאפ)
* וואס מ'מעג שרייבן, די דראסטישע טויש אין דיירעקציע. די רוח אין שטיבל פון די היינטיגע ניקים איז דעזיינט געווארן דורך די הנהלה, למשל זעה דעם אשכול OU. (לעיקוואד שרייבט שוין אז מיר זאלן זיך נישט נער'ן, די הנהלה שטופט אגענדאס). די טויש איז נישט גענוג מערקבאר היות אזוי פיהל אשכולות פעהלן.
*צו ליינען תגובות מוז מען זיין איינגעשריבן. (דעם גזירה האט זיך אויך אנגעהויבן צוליב "טעכנישע סיבות פאר א קורצע צייט" און דערנאך האט מען גע'בּי-עס'ט מיטן עולם דורך ניק'ס וואס שרייבן אז ס'איז בעסער. זעה דעם אשכול (לאמיר זעהן ווען דער אשכול וועט פארשווינדען ווערן..)
*צו בלייבן איינגעשריבן מוז מען שרייבן א סכום תגובות.
*אימעיל'ס ארבעטן נישט... די לעצטע שטיק צייט זענען פארשפארט געווארן א סכום פון שרייבער'ס. (איך האב זיך פלוצלינג געטראפן פארשפארט אויף אייביג, פארן סיבה פארבינד זיך מיטן מנהל ראשי.)
*צוליב טעכנישע סיבות קען מען נישט אננעמען מעמבער'ס. (מיין פיהלינג. מ'גייט קיינמאל מער נישט אננעמן נייע מעמבער'ס)
*די מנהל גייט אויף וואקאציע.
--

ווען כ'האב איבערגעקוקט האב איך געזעהן ס'האט זיך שוין געפענט אזוי, אינעם סוף מעשה באמערקט מען דעם מחשבה תחילה.
לעיקוואד האט שוין בארירט אזאנע נקודות מיט נאך. ווי די מנהל'ס אנדערע ניק'ס איז א סוד.
זייט דעמאלס האבעך באמערקט די זעלבע פאר ניקים נעמען זיך אלעמאל אהן פאר די הנהלה. (און אמאל אויף א וועג פון פערזענדליך אטאקירן און די "הנהלה" וואלט נישט אזוי געשריבן).

ס'איז דעמאקראטיע געפירט דורך איין מענטש.
אזוי ווי די מנהל שרייבט דארטן אינעם אשכול "וואס קאכט זיך אין ק"ש" וז"ל: יעדער בר בי רב חד יומא פארשטייט אז ווען א מענטש אדער מענטשן פירט אהן א פלאץ, וועט ער עס פירן לויט זיין שיקול הדעת. מ'קען נישט סיי טוהן די עקטועל ארבייט און סיי זיין משועבד צו יעדער וואס האלט אנדערש.
וכו'
וועט קאווע שטיבל זיך פירן לויט מיין שיקול הדעת, און די שיקול הדעת פון די מענטשן מיט וועם איך רעד מיך דורך אויב איך וויל הערן א סעקאנד אפיניען.
עכ"ל.

כ'גיי נישט טענה'ן אויף עוולות. און דיסהאנעסטי, די עלטערע ניקים טראסטן שוין נישט קיין ווארט וואס די מנהל שרייבט.
ס'איז א שאד מיין ענערגיע. אנשטאט פון צוריקקוקן אהין אויפן שיינעם פלאץ וואס איז צוגרינד געגאנגען, וועט מען דא זיכער מאכן אז החלטות איז נישט אין די הענט פון יחידים אדער א יחיד וואס געט געלט. נאר דוקא דורך אקטיווע נארמאלע באזעסענע שרייבער, מיטן וועג פון הלך אחר הרוב.

אגב, כ'גלייב אז ווער ס'האט דא די זעלבע ניק ווי אויף ק"ש (און איז נאכנישט אויסגעשפארט) וועט נישט לייקן דעם תגובה. אזוי גרויס איז די פחד פון פרייהייט פון ווארט אין מאמע רוסלאנד.
 
פאר ס׳פליעט
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_8723.jpeg
    IMG_8723.jpeg
    737.1 KB · געזען: 123
פאר ס׳פליעט
ס'פליט נישט אינערגעץ
פאלגענד וואס די מנהל שרײבט דארט צו צי דעם

"אין די עטליכע טעג איז טאקע א גוטע צייט אז די עולם זאל אויספראבירען "קרעמל" און מיך לאזן וויסן אויב מ'קען פארשפארן ק"ש."
 
פונקט פארקערט דווקא די מעסעזש האט מיר געמאכט טראכטן אז קאווע שטיבל אטעמט יעצט די לעצטע ביסל לופט אויף די וועלט..

ער רעדט שוין אפן פון פארשפארן קאווע שטיבל

אגב איך האב געלייקט שעפטאלס תגובה וועגן די צענזור פון קאווע שטיבל אפילו איך האב די זעלבע ניק דארט ווי דא, איך שפיר זיך יעצט ווי נאוואלני אין רוסלאנד...

איך האף אז איך גיי נישט אפשניידן די זעלבע...

די נקודה פון שעפטאל איז אמת, איך שפיר ווי איך האב אן אפהאלט צו שרייבן מיט א געוויסע ברייטקייט וועגן א פחד פון די הנהלה, איך רעד נישט בנוגע שמוץ און כפירה איך רעד בנוגע רעדן פון די סייט, רעדן פון די פירערשאפט.
 
פונקט פארקערט דווקא די מעסעזש האט מיר געמאכט טראכטן אז קאווע שטיבל אטעמט יעצט די לעצטע ביסל לופט אויף די וועלט..

ער רעדט שוין אפן פון פארשפארן קאווע שטיבל

אגב איך האב געלייקט שעפטאלס תגובה וועגן די צענזור פון קאווע שטיבל אפילו איך האב די זעלבע ניק דארט ווי דא, איך שפיר זיך יעצט ווי נאוואלני אין רוסלאנד...

איך האף אז איך גיי נישט אפשניידן די זעלבע...

די נקודה פון שעפטאל איז אמת, איך שפיר ווי איך האב אן אפהאלט צו שרייבן מיט א געוויסע ברייטקייט וועגן א פחד פון די הנהלה, איך רעד נישט בנוגע שמוץ און כפירה איך רעד בנוגע רעדן פון די סייט, רעדן פון די פירערשאפט.
איך האב נישט געזאגט אז ס'גייט זיך נישט שפארן

נאר אז יענע תגובה פליט נישט אינערגעץ
 
איין באמערקונג. די מנהל האט אין עבר איינגעפירט און אדאפטירט פּלענטי גזירות נאר פאר אפאר טאג וואס זענען געבליבן פערמענאנט. צו די גזירה אז מ'דארף זיין אריינגעסיינט צו קענען ליינען. אדער די גזירה נישט צו נעמען נייע מעמבער'ס. קיין גרויסע ווארט'ס מענטש איז ער אויך נישט, ווארום ער האט אויסגעשפארט גאלדענע און אנדערע אנגעבליך פאר סיבות וואס ער האט נעבעך אליינס געדארפט מודה זיין זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. דער מענטש איז א פאלנער שקרן וואס טוהט זיך אויף אז איבער די גאנצע געזונטע לעבן פון קאווע איז ער געווען קאנפידענשל..... איי ער איז א מוחזק שקרן.... שוין.

אויך איז וויכטיג צו באטאנען אז אין אנדערע גלגולים האט ער זייער פיינט טראמפ פשוט ווייל ער איז א פאלנער שקרן. איך האף נאר אז זיך גאר האט ער יא ליעב.

איך בין משער אז ער האט דא עקסעס. אפשר וועט געדויערן ביז ער קומט צוריק פון וואקאציע ער זאל דאס ליינען. דערנאך זאל ער זיך ברעכן קאפ וואס מיין ניק איז דארט.....
 
דאס פארשפארן די סייט ווייל ''איך גיי אויף וואקעישן'' איז אן עוולה שאין כדוגמתו. מ'טאר נישט צולאזן אזא זאך און מ'דארף טון מה שביכלתינו אוועקצונעמען די מנהל'שאפט פון אים.


חוץ המעשה וואס די תירוץ פון וואקאציע איז בפשטות ארויסגעזויגן פונעם תחת.
 
דבר פשוט אז ס'איז נישט דא קיין שום סיבה צו הערמעטיש פארשליסן ס'גאנצע שטיבל מיט די אנגעבליכע סיבה. ער האט רואיגערהייט געקענט אנשטעלן אז מ'זאל נישט קענען ארויפלייגן פרישע הודעות ווען ער איז אויך וואקאציע. אבער ליבערשט האט ער דערוועלט אז מ'זאל ניטאמאל קענען ליינען אויך נישט........
 
איך פארשטיין נישט פארוואס מען איז נאך בכלל ביזי מיט ק''ש. לאז עס גיין לעזאזל.
גענוג געווען דערפאר האט זיך קרעמל געגרינדעט. קוקט נישט אויף צוריק. באנדאדזשירן און ווייטער מארשירן
 
איך פארשטיין נישט פארוואס מען איז נאך בכלל ביזי מיט ק''ש. לאז עס גיין לעזאזל.
גענוג געווען דערפאר האט זיך קרעמל געגרינדעט. קוקט נישט אויף צוריק. באנדאדזשירן און ווייטער מארשירן
אמת, אבער פולע פון אונז דא און שטייצעך אריינגערעכנט דו אויך האבן אריינגעלייגט אסאך כוחות אין ק"ש און ס'טוט וויי ווען ס'קומט נאכדעם א יחיד און פירט זיך אויף מיט יענעמס הארעוואניע מיט אזא ביטול און פרעכקייט
 
כ'נעם דערפון א מוסר השכל.
כ'האב געמיינט אז ק"ש איז מיין פלאץ, כ'וועל דארט זיין א תושב פאר אייביג. יעצט מיין איך אז קרעמל איז מיין פלאץ און ס'וועט נאך זיין די זעלבע אין הונדערט יאר ארום.

אבער די אמת איז כ'בין א גאסט דא אויף דעם ערד

מיין איינציגסטע זאך וואס בלייבט פאר אייביג איז דאס וואס איז געוועהן פאר אייביג, דאס איז מיך אליין.
אלעס ארום טרענספארמט זיך און טוישט זיך, אפי' מיין גוף.

בעפאר איך שרייב ווייטער אין דעם שנירל, וויל איך זיך פרעגן: וועלכע ערנעגיע וויל איך פארשפרייטן ארום מיך אלס גאסט דא צו ענק מיינע געשוויסטער?
 
איך האלט עס נישט אויס. אזויפיל הארעוואניע אריינגעלייגט אינעם שטיבל, אזויפיל ארטיקלען געשריבן.

ווען ס'איז געווען די פאריגע שערוריה האב איך געטראכט אז איך דארף שנעל קאפיען און אוועקלייגן אלע מיינע ארטיקלען. למעשה איז די מנהל אריינגעקומען און געענטפערט, און כ'האב מיך אביסל בארואיגט.

זעענדיג די אשכול אז מען גייט שפארן, האב איך כאטש געהאפט אז ליינען וועט מען יא קענען. למעשה האב איך שוין פארלוירן טראסט און איך האב שנעל געקאפיעט אלע מיינע ארטיקלען. יעצט זע איך ווי וויכטיג די החלטה איז געווען.

ס'זיכער דא א פיטשער פון אפשפארן אז מען זאל נישט קענען שרייבן אבער יא ליינען. די מנהל האט עס קלאר דערמאנט ווען ער האט גערעדט וועגן די מעגליכע עתיד פון קאווע שטיבל. ס'איז א געוואלדיגע ווייטאג פארוואס מען האט דאס נישט געטון אויף דעם וועג.

ס'נישט צום גלייבן. אלע מיינע ארטיקלען וואס איך האב געשריבן פארן ציבור אויף אן אנגעבליכע פאבליק סייט זענען יעצט אלע אינטער שלאס און ריגל פארהאלטן דורך א יחיד. עיני עיני ירדה מים. כ'האף אז ס'וועט זיך נאך צוריק עפענען, אבער אפילו יא, ווייס איך שוין נישט מה יולד יום.

למעשה זייגט קאווע שטיבל אויף כוח כוחות לעצטנס. כמעט קיין איין זאפטיגע ארטיקל איז נישט ארויף, סתם נערישע אשכולות און תגובות אהער און אהין. איך בין פארנימען לעצטנס און כ'האב נישט צופיל צייט צו שרייבן, אבער אפילו אויב כ'וואלט יא געהאט צייט זע איך ממש נישט וואס איך וואלט געקענט עפעס צולייגן תוכנדיג.

קאווע שטיבל איז טעכניש פארטיג, עס גוסס'ט. אפילו עס עפנט זיך יא צוריק אויף וועט עס מסתמה האבן אזא פנים ווי ביז יעצט אדער נאך ערגער.

קאווע שטיבל, ס'איז געווען א פלעדזשור דיר צו קענען, מיר האבן שיין פארברענגט און געלערנט פון דיר. דו ביסט קליגער געווארן פון מיך און איך פון דיר. אזויפיל שעות האב איך פארברענגט מיט דיר, אבער יעדע גוטע זאך קומט צו אן ענדע. השם נתן והשם לקח, יהי שם ה' מבורך.

😰😓😥😢😭
 
קודם לערן דיך אויס אז יעדע לענגערע זאך וואס דו שרייבסט, לייג דיר עס אוועק ביי דיר, אויף אייוועלט און קאווע שטיבל ווערן נישט זאכן געסעיווד אלס א דרעפט, און מענטשן האבן שוין פארלוירן שעות ארבעט, סיי ווען ס'האט זיך ביים שיקן פארמעקט און סיי ווען די צענזור האט פארמעקט, איך שרייב מיינע לענגערע זאכן אויף ווארד און איך קאפי עס אריבער.

אמאל ווען איך זע אז א תגובה פארלענגערט זיך קאפי איך עס פארן דרוקן שיק, אז זשאסט אין קעיס ס'קומט נישט אן האב איך עס געסעיווט.
 
וואס איז געווען דארט פאר די יעצטיגע "מנהל"?
איז געווען א הנהלה וואס האט עס אים פשוט איבערגעגעבן?
איז ער אייביג געווען די אויסשליסלעכע מנהל נאר ער האט זיך פשוט געטוישט?
 
ער איז זעכער געווען א פעסטע שרייבער אין קאווע שטיבל אז נישט וואלט ער עס נישט באקימען נישט אזוי?
 
Back
Top