- זיך איינגעשריבן
- מאי 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 101
- רעאקציע ראטע
- 457
ווי שוין דערמאנט אין קרעמל'ס קאנסטיטוציע סעיף ד', פארמאגט אונזער קרעמל א באנוצער גרופע מיט'ן נאמען "קרעמל וועטעראנען", וועלכע באשטייט פון מעמבערס וועלכע פארמאגן אמווייניגסטנס 75 הודעות מיט א דורכשניט פון אמווייניגסטנס 2 רעאקציעס פער הודעה. די גרופע וועט האבן פארשידענע פונקציעס, ווי צום ביישפיל דאס פארשלאגן און אריינוועלן נייע שטאטוטן אזוי ווי דערמאנט אין דער קאנסטיטוציע.
היינט ווילן מיר ארויסהייבן וויאזוי וועטעראנען קענען ארויסהעלפן מאדעראטירן די שמועסן אין קרעמל לויט ווי עס ווערט דערמאנט אין דעם ערשטן סעיף פון די שטאטוטן:
פאלגנד איז א ברייטערער הסבר אויף דעם סעיף אויף אן אופן פון פראגעס און ענטפערס.
פארוואס פעלט אויס די הילף פון מעמבערס?
אין דעם עבר האט זיך ארויסגעוויזן אויף אנדערע זייטלעך, אזויווי קאווע שטיבל און אפילו אייוועלט, אז מאדעראטארן אליין קענען נישט אלעמאל גענוג שנעל רעאגירן און אראפנעמען אומפאסיגע הודעות. עס זענען געווען מערערע פעלער וואו הודעות מיט גאר שלעכטן אינהאלט, צב"ש גילוי, רומארס און סתם פירקלעריי וכדו', זענען געלעגן אויף די וועבזייטלעך פאר עטליכע שעות בעפאר זיי זענען אראפגענומען געווארן. אויב וואלטן די באזעסענע מעמבערס פון די זייטלעך געהאט די מעגליכקייט עס אראפצונעמען וואלט עס געווארן אדרעסירט פיל שנעלער צו דער צופרידנהייט פון אלע מעמבערס.
איך בין א וועטעראן מעמבער, וויאזוי קען איך העלפן?
פשוט, אויב דו זעסט עפעס וואס דו שפירסט אז עס באלאנגט נישט אין קרעמל, צי זאל עס זיין א פירקלעריי אדער חלילה עפעס אנדערש, דריק תיכף דאס "באריכט" קנעפל וואס ערשיינט אונטער יעדער הודעה. אויב דו מיט נאך דריי פון דיינע קאלעגע וועטעראנען וועלן באריכטן א הודעה וועט עס תיכף אויטאמאטיש אראפגיין ביז א מאד וועט האבן א שאנס איבערצוקוקן די באטרעפנדע הודעה און עס מסדר זיין לויט זיין פארשטאנד.
איך בין א וועטעראן און איך האלט פון טראמפ און א עפעס א נייער אורח דארט רייסט אים אראפ, זאל איך אים באריכטן?
ניין! דאס באריכט קנעפל איז נאר געמאכט צו ניצן ווען עפעס דארף געמעקט ווערן לויט דער קאנסטיטוציע און שטאטוטן פון קרעמל אדער דארף גערוקט ווערן צו א צווייטן פלאץ. אויב איינער מאכט דיך בלויז נערוועז, קענסטו ארבעטן אויף דיינע מידות אדער נאך בעסער, ניצן די "איגנאריר" אפציע ביי דעם באטרעפנדן ניק'ס פראפיל און שלום על ישראל.
איך בין נאכנישט קיין וועטעראן אבער איך זע עטליכע מעמבערס וואס האבן נאכנישט קיין 75 הודעות און האבן יא דעם וועטעראן קלעפצעטל?
וויבאלד אונזער קרעמל איז נאך יונג און דערווייל זענען נאכנישט דא קיין סאך מעמבערס מיט 75 הודעות, דערפאר האבן מיר צוגעלייגט צו דער וועטעראנען גרופע אזוינע מעמבערס וואס זענען אקטיוו און באקאנט אויף אנדערע זייטלעך און האבן שוין דא אין קרעמל באקומען אין דורכשניט צוויי רעאקציעס אדער מער פער הודעה און עס קוקט אויס אז זיי וועלן זיך מיטכאפן און אנקומען צום נויטיגן צאל הודעות בקרוב.
איך בין נאכנישט קיין וועטעראן אבער איך זע עפעס וואס דארף ווערן געמעקט, וואס קען איך טון?
ביטע דריק דאס "באריכט" קנעפל וואס ערשיינט אונטער יעדער הודעה. הגם דיין באריכט וועט נישט גורם זיין אז די הודעה זאל אויטאמאטיש באהאלטן ווערן, וועלן אבער די מאדס באקומען א נאטיפיקאציע איבער דעם באריכט, און האפנטליך וועט עס ווערן מסודר ווי אמשנעלסטן.
ביטע נישט באלעמוטשען די מאדס מיט אומנויטיגע באריכטן, אויב א געוויסער מעמבער מאכט דיך בלויז נערוועז איז די בעסטע עצה צו ניצן אויף יענעם די איגנאריר אפציע ווי פריער דערמאנט.
איך בין נאכנישט קיין וועטעראן, וויאזוי קען איך ווערן אזוינס?
שרייב שיינע זאכליכע הודעות וואס גיבן צו צום שמועס; דער עולם וועט אוודאי הנאה האבן און רעאגירן מיט לייקס, שמייכלען, ליבע וכדו'.
כדי צו ווערן א וועטעראן דארף מען זיין איינגעשריבן אין קרעמל אמווייניגסטענס א חודש און פארמאגן פינף און זיבעציג אזוינע הודעות מיט א דורכשניט פון צוויי רעאקציעס פער הודעה, איינמאל דו קומסט אן צו די דריי תנאים וועסטו אויטאמאטיש ווערן א וועטעראן.
פון צייט צו צייט וועט מען אויסרוימען די וועטעראנען גרופע און ארויסנעמען די וואס זענען שוין נישט אקטיוו פאר א לענגערער וויילע.
אויב דו האסט סיי וואספארא פראגע בנוגע וועטעראנען אדער מאדעראציע ביטע פרעגן אין דעם שנירל, מיר וועלן פרובירן אלעס צו אדרעסירן.

א) וועטעראן באריכטן - מעמבערס פון דער "קרעמל וועטעראנען" באנוצער גרופע קענען ארויסהעלפן מיט מאדעראטירן דאס זייטל דורך באריכטן א הודעה. פיר באריכטן פון וועטעראן מעמבערס וועלן אויטאמאטיש אויסמעקן די ספעציפישע הודעה. די געמעקטע הודעות וועלן דאן ווערן איבערגעקוט דורך א מאד, אויב עס איז נישט אקעגן דער קרעמל קאנסטיטוציע אדער שטאטוטן וועט עס ווערן צוריקגעשטעלט אויפ'ן זעלבן אדער א נייעם פלאץ, לויט דער מיינונג פון דעם מאד.
מען זאל פרובירן צו מינימיזירן די צאל באריכטן ווי ווייט מעגליך; אויב א מעמבער מאכט בלויז נערוועז איז בעסער צו ניצן דאס "איגנאריר" קנעפל, כדי נישט וויי צו טון אנדערע מעמבערס אויב עס פעלט נישט אויס.
באריכטן פון אלע אנדערע מעמבערס און אזוי אויך באריכטן פון וועטעראנען אונטער דער נויטיגער צאל, וועלן ווערן איבערגעקוקט דורך די מאדס ביי דער ערשטער געלעגנהייט און וועלן ווערן מסודר לויט דער מיינונג פון דעם מאד.