מיין ת"ב וויי געשריי

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
1,430
רעאקציע ראטע
7,309
פונקטן
943
זיצענדיג אזוי דא אויף זעקס אינטשיגע צוויי צוזאמען געלייגטע הארטע טישן און מיין ריקן לעהנט זיך אן אויף די שטיינערנע ווענט פונעם שול.

האב איך מיך אראפ געזעצט קלאגן מיט מיינע ברודערס. כ'הייב אן זאגן שבת סורו מני שמעוני עוברי. סחי ומאוס השימוני בעדרי חברי. וכו' וכו' נעה טראכט איך צו מיר אזוי, היי יאר זאג איך עס נישט. אינאף איז אינאף פאר צוויי טויזענט יאר קלאגט מען שוין אזוי און מ'זעהט נישט קיין סוף און קיין עק. גייט שוין גוט א שטיק צייט באצאלט מען נאכדעם כפליים.


אבער, טראכט איך צו מיר מיינע ברודער און שוועסטער ארום מיר קלאגן ווי קען איך דען דאס צוקוקן און זיצן און סטראשען און נישט קלאגן. האב איך אפגעמאכט צו מישן דעם קינות צו די עשרה הרוגי מלכות און די כעס קומט מיר ארויף אין קאפ, אויף דעם סוף האבן זיי זיך געמוטשעט פאר גאט און זיין תורה??? שמד מען זיך כאפט מען מכות, היט מען די תורה און מצות מיט מסירות נפש כאפט מען מכות! וואס מ'טוט איז נישט גוט! פארוואס?! פארוואס האסטו בכלל באשאפן דעם וועלט? דזשאסט צו טיילן מכות?!


מיש איך ווייטער צו די באקאנטע קינות פון הרוגי אשפירא וורמייזא זעהט מען ווייטער די זעלבע טרענד די אלע בעלי קינות באוויינען די הרוגים מיט וואספארא מסירות נפש זיי זענען צוגעגאנגן צום טויט און נישט אויפגעגעבן א סענטימיטער פון זייער אידישקייט, די גזירות ת"ח ות"ט ווייטער די זעלבע. האב איך אפגעמאכט היי יאר ס'ערשטע מאל צו זאגן די קינות פון די צווייטע וועלט מלחמה ווי נישט ווי זענען מיינע עלטערן דורך דעם פינסטערן האלאקאסט די שנות הזעם. וואס זעה איך דארט ווייטער די זעלבע נוסח.


אינמיטן די קינות וואס באבוב' רב ר' שלמה'לע האט מחבר געווען לזכר נשמת די קדושים הי"ד. וואו ער לייגט אראפ בקיצור נמרץ דע פיין און יסורים די אידן זענען דורך געגאנגן יענע יארן.


זעקו שמים ואדמה, על אלפי עירות מבצרי תורה, ארצות אירופא וקהלותיה, נוחלי ומקימי מסורה. צדיקים זקנים וחסידים, דבקי אמונה טהורה, מיום גלינו מארצנו לא היה כזה כליון נורא!


די קינה פון ערלוי'ר רב.

בני ישראל הקדושים, יקרים מפז ופנינים, כרימון במצוות מלאים, נהרגים נחנקים ונשרפים, שמע ישראל זועקים. או מה היה לנו


ארזי הלבנון אדירי התורה, בעלי בתים מפלאים ביראה טהורה, צדקה וחסד עושים בתפארה, נרצחו ולא זכו לקבורה. אוי מה היה לנו


נשים צדקניות ורחמניות, בנות ציון המהוללות, חתנים וכלות אחים ואחיות, על המוקד ביחד נתנו כעולות. אוי מה היה לנו


בחורי חמד ותינוקות של בית רבן, הוריהם צפו לחפה להכניסן, ע"י הצוררים הארורים נקטפו באבם, ובמיתות משונות הוציאו נשמתם

אוי מה הי לנו


פון נייטרא רב

זאת בזכרי אזעק מרה, חמדת ישראל נזר ועטרה, טהורי לב וקדושים מתו במיתה חמורה, וכל בית ישראל יבכו את השרפה אשר שרף ד'


איבעראל אין יעדע קינות וועלכע זענען נתחבר געווען במשך הגלות זעהט מען די זעלבע. אינזער הארץ רייסענדע קשיא איז גאט! וואס ווילסטו? איז נאכנישט גענוג געווען? יעדע שטיק צייט מוזטו אנרייצן נאך רשעים אונז צו טעראריזירן?? אונז צו הרג'נן און רצח'נן? עם הנבחר! שיינע עם הנבחר

אינאף!


אין די קינות פון די עשרה הרוגי מלכות וועלכע מ'זאגט יו"כ שטייט דארט און ס'געבויעט אויף א מדרש, מדרש אלה אזכרה.


שרפי מעלה צעקו במרה, זו תורה וזו שכרה?? עוטה כשלמה אורה, אויב מנאץ שמך הגדול והנורא, ומחרף ומגדף על דברי תורה. ענתה בת קול משמים, אם אשמע קול אחר אהפוך את העולם למים! לתוהו ובהו אשית הדומים! טראכט איך צו מיר אזוי, און... וואלטן ווייניגער מלחמות געווען, ווייניגער אידן געהארגעט געווארן, ווייניגער צרות וואלט געווען, עפעס אזוי שלעכט?! פארוואס האבן די שרפי מעלה געשוויגן? זיי ואלטן ווען געברויכט מציע זיין גא אהעד וויט די פלען.


שוין.. אויסגעגעבן מיין ווייטאג, מיינישט ס'טוט מיר נאכאלץ וויי, און קשיות האב איך נאכאלץ אבער איך וויל נישט אויסקוקן ווי דער גר פון די הגדה וועלכער זיין געדולד האט געפלאצט צווישן מרור און שלחן עורך און ארויסגעלאפן, איך וועל ווארטן מיט צו אן געדולד.

ענד איימסארי גאט פאר מיין אויספלאץ
נישט אלעס ברויך איך צו פארשטיין
 
ווען עס וואלט געווען א רשימה פון כלל ישראל'ס עבירות חקוק בעט סופר, וואלסטו געהאט טענות היתכן מ'שרייבט שלעכטס אויף אידן. האט מען באהאלטן די שלעכטס וואס מיר האבן געטון, און דערנאך האסטו קשיאס.

נאט נייס אוו יו.

אונזער אייגענע לעבן איז פול מיט פעלערס אין אונזער עבודת השם. גיבט ער דען אונז נישט כל טוב וטוב, ווען מיר שפייען אים צוריק אין פנים? מיר לעבן על סיר הבשר מיט אלע באקוועמליכקייטן פון אמעריקא, די ארימסטע פון אונז איז א גביר אדיר כלפי רוב וועלט.
 
ווען עס וואלט געווען א רשימה פון כלל ישראל'ס עבירות חקוק בעט סופר, וואלסטו געהאט טענות היתכן מ'שרייבט שלעכטס אויף אידן. האט מען באהאלטן די שלעכטס וואס מיר האבן געטון, און דערנאך האסטו קשיאס.

נאט נייס אוו יו.

אונזער אייגענע לעבן איז פול מיט פעלערס אין אונזער עבודת השם. גיבט ער דען אונז נישט כל טוב וטוב, ווען מיר שפייען אים צוריק אין פנים? מיר לעבן על סיר הבשר מיט אלע באקוועמליכקייטן פון אמעריקא, די ארימסטע פון אונז איז א גביר אדיר כלפי רוב וועלט.
יעדער מיט זיין עבודת השם! מיינס מיטן שרייען און דיינס מיטן דיפענדן גאט. כ'ווייס נישט וועמענס איז חשוב'ער איין זאך ווייס איך אבער יא אז דאס וואס איך שריי, כבר קדמנו נביאים אנגעהויבן פון אברהם אבינו, האף תספה צדיק עם רשע?! חָלִלָה לְּךָ מֵעֲשֹׂת כַּדָּבָר הַזֶּה לְהָמִית צַדִּיק עִם רָשָׁע וְהָיָה כַצַּדִּיק כָּרָשָׁע חָלִלָה לָּךְ הֲשֹׁפֵט כָּל הָאָרֶץ לֹא יַעֲשֶׂה מִשְׁפָּט.

און ביי יעקב אבינו ווען פרעה האט עם געפרעגט ווי אלט ער איז? וואס האט עם אינזער זיידע יעקב געענטפערט ויאמר יעקב אל פרעה ימי שני מגורי שלשים ומאת שנה מעט ורעים היו וגו'

און משה רבינו דער אדון כל הנביאים האט געשריגן צו גאט פאר די אומרעכט פון צדיק ורע לו, רשע וטוב

דוד המלך אין זיין ספר תהלים איז פיל מיט קשיות צו גאט פאר די אומרעכט וועלכע זענען געטוהן געווארן צו עם.

ירמיהו, ישעיה, יחזקאל חבקוק ועוד ועוד.

דו מיינסט טאקע אז זיי האבן נישט געהאט דעם תירץ וואס דו ענטפערסט מיך דא?? זיי האבן דאס גאנץ גוט געוויסט, נאר וואסשזע דען? ווען ס'טוט עפעס וויי איז די נעטשרול ריספאנס צו שרייען סיי פאר פיזיקאלישע ווייטאג און סיי פאר עמאציאנאלע ווייטאג דאס איז וואס גאט פארשטייט זייער גוט.

אזוי ווי מיר זעען ביי איוב ווי ער האט געשריגן און באשייגעצט גאט פאר זיינע אומזיסטיגע יסורים. זענען געקומען זיינע דריי חברים און זיך אנגענומען פאר גאט, עם פרובירט צו פארענטפערן אז בעצם איז גאט א גוטער און די יסורים וואס ער ליידט איז נאר וועגן זיינע עבירות קוק איוב פרק ד' פסוק ו-ז; הלא יראתך כסלתך תקותך ותם דרכיך.
זכר נא מי הוא נקי אבד, ואיפה ישרים נכחדו?


ליטל דיד היס פרענדס קנאו אז גאט קען זיך אליינס אן עצה געבן ער ברויך נישט זייער פארטיידיגונגס און זייער פארטיידיגן גאט מאכט עם נישט גרעסער אדער בעסער.
וואס איז געווען צום סוף? גאט איז געקומען צו איוב און געלאזט וויסן פאר די דריי חברים אז זיי זאלן איבערבעטן איוב פאר די מוסר וועלכע זיי האבן עם אריין געזאגט בשעת ער איז געווען אין פעין

 
אנשטולדיגט, איך האב נישט געכאפט אז דא רעדט זיך העכערע זאכן, עבודת השם וכדו'. איך האב געמיינט עס איז עפעס אנדערש.

ברענגן א סאך ראיות ווייזט גארנישט. ברענג איינס, און מיר 'עלן דן זיין, און פון דארט ווייטער. וואס פונקט האט משה רבינו געזאגט וואס ענדעלט וואס דו האסט געזאגט?
 
אנשטולדיגט, איך האב נישט געכאפט אז דא רעדט זיך העכערע זאכן, עבודת השם וכדו'. איך האב געמיינט עס איז עפעס אנדערש.

ברענגן א סאך ראיות ווייזט גארנישט. ברענג איינס, און מיר 'עלן דן זיין, און פון דארט ווייטער. וואס פונקט האט משה רבינו געזאגט וואס ענדעלט וואס דו האסט געזאגט?
אלעס איז עבודת השם. מאכן געלט, עסן, וכו' וכו' וואס נישט, אפילו זינדיגן איז עבודת השם 😂
 
אנשטולדיגט, איך האב נישט געכאפט אז דא רעדט זיך העכערע זאכן, עבודת השם וכדו'. איך האב געמיינט עס איז עפעס אנדערש.

ברענגן א סאך ראיות ווייזט גארנישט. ברענג איינס, און מיר 'עלן דן זיין, און פון דארט ווייטער. וואס פונקט האט משה רבינו געזאגט וואס ענדעלט וואס דו
די אלע אדרעסן וועלכע איך האב צוגעברענגט דא איז ארויס צו ברענגן מיין פאוינט אבער הצד השוה שבכולם איז אז ווען ס'טוט וויי שרייט מען און ווען מ'שרייט איז עכט נישט קיין חילוק וואס מ'שרייט, גאט איז נישט לימיטעד און ווערט באליידיגט וואס מיר שרייען, ווען ער וויל ווען נישט אונזער שרייען וואלט ער דאך אונז נישט געציפט
 
דו מיינסט טאקע אז זיי האבן נישט געהאט דעם תירץ וואס דו ענטפערסט מיך דא?? זיי האבן דאס גאנץ גוט געוויסט, נאר וואסשזע דען? ווען ס'טוט עפעס וויי איז די נעטשרול ריספאנס צו שרייען סיי פאר פיזיקאלישע ווייטאג און סיי פאר עמאציאנאלע ווייטאג דאס איז וואס גאט פארשטייט זייער גוט.
ס'איז נישט בלויז לויטער ווייטאג אן קיין ראציאנאלע גרינדן.
און דאס וואס @אלטע שרייבער שרייבט אז עס האט צוטוהן מיט אונזערע עבירות לייגט זיך אויך בכלל נישט אויפ'ן שכל. לייגסט אונז ביים פתח בית הזונה, דו זאגסט אליין אז 'אין צדיק בארץ' און דערנאך שטראפסטו אונז???
 
אונזער אייגענע לעבן איז פול מיט פעלערס אין אונזער עבודת השם.
וואס איז די משוגעת פון זיך אראפקלאפן איינמאל אין נאכאמאל? דאס איז די פראבלעם מיט ט"ב אין די טרויעריגע 9 טעג, מ'נעמט כלל ישראל אויף א גילט טריפ, יאר איין יאר אויס, אינז זעמיר א פענטעסטיק פאלק, די באשעפער איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי פראוד פון אזא פאלק ווי אינז,

ווען ט"ב וואלט ווען פלעין געווען א טאג ווי מ'זאגט בענקעדיגע פיוטים צי די בית המקדש, אין ווי שטארק אינז וויל מיר צירוק גיין צי אינזער לאנד, איז איין זאך,
אבער דעי גילט טריפ וועגן עבירות, אין אינז דארף מיר תשובה טוען איז שוין גענוג, לאמיר טאנצן!
 
פאקטן האבן נישט קיין שיטות.

פאקט איז אז אונזער לעבן און שלחן ערוך זענן נישט גענצליך איינשטימיג.
 
אונזער אייגענע לעבן איז פול מיט פעלערס אין אונזער עבודת השם.
פאקט איז אז אונזער לעבן און שלחן ערוך זענן נישט גענצליך איינשטימיג.
אין מיין איכה שטייט:

אבתינו חטאו ואינם, ואנחנו עונתיהם סבלנו!

אינז זעמיר גוט ווי גוט קען זיין!
 
איי דאנט נאוי וואט יא על וואנט.
מיר זענען אלע פלענע מענטשען, אויב ווילט איר גלייבען אין א פארשטויבטע טעאריע - געזונטערהייט.
איך ווייס אבער נישט ווי אזוי מען קען גלייבען פילען און זעהן א גוטער גאט,
אונז זענען באשאפען געווארן פעלערהאפטיג קוים קוים בעסער ווי א מאנקי, און דאס איז שוין נאכן קאווע. קומט זיך אונז פארברענט ווערן לעבערדיגעהייט פאר דעם?! גימי עי ברעיק.

קענסט שרייען אונז פארשטייען נישט אלעס אבער דאן גלייבסטו מער אין קאנגנעטיוו דיסעדענס ווי אין גאט ב״ה
 
ש'כח @איש מבקש פארן ארויפברענגען דעם שנירל.
(יא, קרעמל גייט שוין דורך דעם צווייטן תשעה באב, העפי בורטהדעי!)

ש'כח @דער גאלדענער אדלער פאר אזא הערליכע שפראך מיט רויע געפילן. ווי ביסטו דאס יאר? וויאזוי האסטו ארויסגעגעבן דיין ווייטאג?
 
געפילן שמעפילן.
למעשה, נעם ארויס א שלחן ערוך, אדער א רמב"ם, אדער סיי וועלכע הלכה ספר, און קאמפעיר דיין טעגליכע לעבן.

ווער דארף א 'קובע' אויף פאקטן וואס אונז זען מיר אלע. דער האט א לשון פון די קינות, א צווייטע האט א ניגון פון א חדר מלמד אין פלעטבוש.

למעשה למעשה, דארפן מיר אלע א גרויסע תיקון, און אונזער געפילן אז 'גאט איז גוט און אלס וועט גוט זיין' איז געווען די טענה פון יהויקים ווען ער האט פארבערנט די ערשטע מהדורא פון קינות. עי' הקדמת בעל העקידה לביאורו למגילת איכה, ווי ער שרייבט ארויס דער ענין אז מענטשן האבן געמיינט אז גאט איז גוט, און ממילא קען נישט זיין אז ער וועט עפעס שלעכט טון. סך הכל וועט ער אפשר אוועק נעמן זיין השגחה. און אויף דעם האט ירמיה געשריבן זיין קינות.

זיך פארמאכן די אויגן פון דעם דערמאנט מיר פון דער וואס גייט אין שפיטאל פאר טריעטמענט, און רייכערט איידער ער גייט אריין.
 
ש'כח @איש מבקש פארן ארויפברענגען דעם שנירל.
(יא, קרעמל גייט שוין דורך דעם צווייטן תשעה באב, העפי בורטהדעי!)
איך טריי צי שפארן די נעקסטע 'מיסינג פערסאן' ווי איינער האט ג'עצה'ט ערגעץ אז מ'זאל ארויפברענגן אלטע שנירן, אין איך זעה ס'העלפט.
גראדע אינדזשאוי איך עס ווייל איים דאינג איט
 
ס'גוט. די צרות קומען נאר אײנמאל יעדע פאר הונדערט יאר. אינצװישן לאזט מען זיך װױל גײן מיט רױטע פיפיקלעך און רױטע הערינג. מיט קרבתנו שבתים און מיט ר' שײע בן ר' משה בּאַלן.
 
װי פונקטליך װיסטו זאל קומען א ענדערונג; א פלוצים'דיגע סטאָפּ? א טױש מוז קומען פון א לידער אבער די לידערס האבן בעסערע דאגות אױפ'ן קאפ. זײ האבן קינדער אױסצושטאפירן און חתונה מאכן. די גבירים האבן רײכע בר-מצװת צו פײערן און די פשוטע אידן האבן קינדער געבענטשטע פאמיליעס און דעם װאך אדורכצושטיפן. מ'קען נישט אינגאנצן האבן טענות אױף די רבנים. דא דארט פרובירן זײ צו באקעמפן זינד װי למשל עדיוּקעישאן, מאלעסטעישן און סמאַרטפאוּנס אבער ס'עכט נישטא קײן סאך צו באקעמפן. אידישקײט איז אױף די העכסטע שטאפלען. די ילבש שחורים גײד איז 13 בלעטער אבער קױם צװײ נומבערס געליסטעד. פאר א איד צוזינדיגן הײנט ברױך ער אינגאנצן זיך טױשן די נאטור און פלוצלונג אהנהױבן ליב האבן קלײנע אינגלעך. ס'איז אסאך צו בעהטן פון א מענטש.
 
ש'כח @דער גאלדענער אדלער פאר אזא הערליכע שפראך מיט רויע געפילן. ווי ביסטו דאס יאר? וויאזוי האסטו ארויסגעגעבן דיין ווייטאג?
העי פראפעסער! דו ווילסט נישט וויסן, כ'האב ארום געפּעיסט די פלאר אהין און צוריק און פרובירט צו פאנטאזירן אז מיר זענען נאר אין א פאנטאזיע, א צוויי טויזענט יעריגע חלום, ס'קען דאך פשוט נישט זיין! צוויי טויזענט יאר?! קאמאן גאט, ביסט דער כל יכול?! ווי באהאלסטו דיך? אינטער די אראפ גענידערטע בענק און טישן?

אזוי קוקענדיג אין די קינה י"ט פון רבי אליעזר הקליר, לך ד' הצדקה בתשע מאות שנה שהיתה שנאה כבושה מלהשמע... די מפרשים זענען דאס מסביר אז פונעם ערשטן טאג פונעם בנין בית ראשון ביזן חורבן פון בית שני איז געווען ניין הונדערט יאר אריינגערעכענט די זיבעציג יאר פון גלות בבל. איז געווען א איינגעהאלטענע שנאה פון צו געהערט ווערן. פארוואס ווייל יענעם ערשטן טאג פון בנין בית ראשון האט שלמה המלך חתונה געהאט מיט די טאכטער פון פרעה.

כ'פארשטיי נישט, איז דען געווען וואלן אריינצווועלן שלמה פאר קעניג? איז דען געווען וואלן עם ארויס צו וועלן פון זיין קעניג?? וואס איז די שנאה כבושה מלהשמע? וואס זענען מיר שולדיג אז דער קעניג שלמה וועלכער איז געווארן קעניג דורך א נבואה פון נתן הנביא און בכלל נישט אז די אידן זאלן עם האבן אריינגעוואויט?? וואס זענען מיר פשוט'ע אידן שולדיג אין די טשויס וואס שלמה המלך האט געטוהן פאר זיך? און ס'האט דיך גאט אזוי שטארק געשטערט דאן פארוואס האסטו דיך צוריקגעהאלטן פון זיך אויסרעדן צו אונז און פארהאלטן? פארוואס איינהאלטן פאר ניין הונדערט יאר און נאכדעם חרב מאכן צוויי בתי מקדשות און אונז שיקן אין גלות אריין פאר אזא לאנגע צייט??

פאר אונז האסטו אנגעזאגט אין דיין תורה
לֹֽא־תִשְׂנָא אֶת־אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ הוֹכֵחַ תּוֹכִיחַ אֶת־עֲמִיתֶךָ וְלֹֽא־תִשָּׂא עָלָיו חֵֽטְא! ביסטוך א שומר משמרתה של תורה! איז וואס איז דאס ניין הונדערט יאר זיך איינהאלטן??

נאדיר פראפעסער @שושני האסט געוואלט וויסן וואו איך בין געווען דעם ת"ב
 
לעצט רעדאגירט:
רױטע פיפיקלעך
אגב, שלא מן הענין — א פרייטיג גיי איך שעהמע׳דיג צום בוטשער און בעהט אים פיפיקלעך פאר’ן טשולנט. ער קוקט אויף מיר פון אינטן ארויף און זאגט: “פיפיקלעך פאר’ן טשולנט? פרוביר דיינע אייגענע! אשא״כ איינער מיט א געדאנק וויאזוי מען באקומט דאס?
 
Back
Top