- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 731
- רעאקציע ראטע
- 1,777
איך זיץ מיך אויף מיין קאנטרי פארטש דאנערשטאג ערש''ק נחמו. די גאנצע קאנטרי ווירבעלט אין א נחמה'דיגע מצב. די געסט הייבן זיך אן אנצוזעהן אין די קאנטרי. שלום עליכם ר' איד, איר זענט מיט אונז אויף שבת ביי אייער זוהן/איידעם, א פלעדזשער פון א אינגערמאן, בלא בלא.
נאך א פרעמד פנים אויף א געסט די פארקינג פון די באנגעלויס ווי עס שטייען געווענליך איין קאר שטייען צוויי דריי. די בא'טעמ'טערע זענען שוין אין די קרעמליך, שמועסן מיט ווי אלטע תושבים.
אה יענקל גיט א נחמו קידוש. יענקל'ס קידוש ברענגט טאקע א נחמה, אזוי ווירבלט זיך די שמועסן, מוצ''ש פראגראם מיט די און די זינגער, פלייש ברעטלעך שטעלט ער צו? וואס רעדסטו, חמרים מיט ברעטלעך האט ער באשטעלט. ער האט געמאכט א סיום אין די 9 טעג פאר די גאר נאנטע, איצטערט שבת קומט א נחמה מיט אן סגן סיום באנאזאם. אוי שטעלט ער צו. גראדע בנציון איז אויך א שותף אין די קידוש. ער ברענגט די שנאפס. איך האב געזעהן אונטן דארט ליוועטס איין און צוואנציגער, 5-6 אכטצענער'ס, עס איז פיין, באלביני ווי וואסער וועט זיך דא גיסן, יוש וועט אן דא האבן א נחמה פון אזא שווערע לקתה בכפליים. פיר מאל א נחמה פאר די דאפעלטע קלעפ.
פלוצלינג, א קנאק, א זעץ. און נאך איינס. פלאמען הייבן אן שיסן, עס ווערט ממש ליכטיג פאר די אויג, ווי א בליץ פון די פלאמען וואס קומען פון דערווייטענס. וואס האט דארט פאסירט ווייט אין וואלד? אן עקספלויזשען? דאס איז ממש נעבן די ראוד... אין וואלד איז נישטא וואס עס קען עקספלאודן, עס מוז זיין א קאר וואס האט פארלוירן קאנטראל אויפ'ן ראוד, אריין געפלויגן אין וואלד אריין און עקספלאדירט.
מיר לויפן צו צום פייער ריכטונג, אוי וויי, אוי וויי, א געוואלד א געוויין א געשריי ממש אן א קול פון די שאק. שרולי'ס קאר (פון די טייערע מאדעלן) ליגט איבערגעדרייט אויפן דאך און פלאמען קומען ארויס פון איר. נישט מעגליך צו דערגרייכן. פון די קאר קומט נישט ארויס קיין קול, עס איז שא שטיל, א יעדער וואס איז דארט פארלירט דעם אטעם פונעם שרעקליכער ספעקטאקל וואס שפילט זיך אויס אין פארנט פון זייערע אויגן.
רוף הילף שנעל, כאפט מען זיך אויף נאך לאנגע רגעים. און קראך! נאך אן עקספלויזשען פון די קאר... די פלאמען זענען עולה מעלה מעלה, און ווערט ברייטער אז מיר צוקוקער מוזן זיך רוקן ווייטער.
מען הערט שוין די קולות פון די סירענעס. פייער, הצלה, פאליס, אלעס פליהט מיט אַ משוגענע שנעלקייט צום סצענע. אבער עס איז פארטיג... שרולי (אשרי) ע"ה איננו, כי לקח אותו אלקים, מיט זיין חבר אין די קאר (וויינבערגער).
נחמה, נחמה וואו ביסטו? א יונגע צובראכענע אלמנה מיט יונגע יתומים'לעך איבערגעלאזט פון איין מינוט אויף די צווייטע, אן קיין שום ווארענונג. געגאנגען אין גראסערי זיך איינהאנדלען די שבת נחמו'דיגע ארטיקלען, אויפ'ן וועג צוריק איז ער געגאנגען לעולמו.
שרולי, דיין שמייכל, דיינע מידות, דיין התחברות, דיין ישרות, די מוצ"ש ציגארעטן מיט אן שמייכל דאבל קראש פון ארץ ישראל די אראבישע אותיות לאכסטו פון.
די גמ' שיעורים אויף די פארטש, א פרישקייט אויפן פנים דערלייכטערט ווען מען האט דיך נאר געזעהן. מי יתן לנו תמורתך!!
דו לאזט דא איבער א גרופע פון אנגעווייטאגטע חברים מיט אן שרעקליכע צער. למה עזבתנו. דיינע זיסע יתומים'לעך אויכעט מבני החבורה. ווי וועלן מיר קענען צוקוקן זייער צער פון פארלירן זייער באליבטע טאטע אין זיינע בליענדע יארן, אזוי פלוצלינג,און ביטער.
איך בין זיך מצייר דיינע לעצטע רגעים אין די פלאמען ווי די זאגסט פארן שותף דיינער "איי דאונט קנאו האו באט ווי וויל בי אוט אפ הער", I don't know how but we will be out of here. דאס ביסטו געוועזן, נאר פאזיטיוויטי אין א יעדע שווערע מאמענט.
איך האב נישט קיין ווערטער, איך זעה נאך נישט קיין טרייסט. איך וויין נאך דיר, איך קען נישט זעהן ווי אזוי נאך די טראגעדיע וועלן זיך דיינע ארומיגע קענען טרייסטן. עיני עיני ירדו מים. מים רבים לא יכלו לכבות. איך שפיר נישט קיין דערלייכטערונג מיט די געוויין פון די צער פון אונז איבערלאזן אזוי טראגיש און פלוצלינג.
מיר שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די. ומחה ה' דמעה מעל כל פנים בב"א.
נ.ב. די דעטאלן און געפילן אראפגעלייגט לויט ווי געהערט פון שרולי׳ס חבר, מינדערוויכטיגע פרטים געטוישט צו היטן זיין פריוואטקייט.