Narcissistic Personality Disorder

אינטעליגענט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
215
רעאקציע ראטע
746
איז דא א לייסענסד פסיכילאג אין אונזער קרעמל אדער עמיצער וואס האט דורכשטודירט די נושא ווי ס'ברויך צו זיין?

ס'ווערט מער און מער מעינסטריעם צו רעדן פון גייסטיגע פראבלעמען - rightly so
אפשר וואלט געווען כדאי צו האבן אן אפענע שמועס איבער אלעס נארסיסיזם, איך האב נישט קיין גרויסע עקספירענס אבער אין ביזנעס איז מיר שוין אויסגעקומען איינמאל צו האבן א שטיקל געפעכט מיט א אינדיווידועל - וואס איך וואלט קלאסיפיצירט אומסייענטפיש אלס איינער וואס איז אויב נישט א סערטיפיציטירטע נארסיסיסט - נארסיסיטיש געשטימט. כ'האב געפילט ווי יענער דריקט געוויסע קנעפלעך, גייט פערזענליך, נעמט נישט קיין אקאונטיביליטי פאר טעותים, קאמיוניקירט ווי א למך, איז כעס'יג. האב איך געטוהן א קלוגע זאך אין היינדסייט און עס געשעירט מיט א פריינט וואס קען זיך אביסל מער אויס, און האט גלייך געשמעקט וואס דא רעדט זיך, דאס איז געווען א שיינע פאר יאר צוריק, היינט ווייס איך שוין מער אבער ס'איז א גרויסע וועלט און מ'קען ליידער אפזיצן אין מערידזשע'ס און שותפות פאר יארן, ס'איז א נעבעך.

אין מיין קעיס איז עס געווען א קלייניקייט גענומען מער געלט ווי מ'האט אפגעשמועסט וועגן עפעס א אנדערע חשבון וואס יענער האט מיר געוואלט "ווייזן" אז ער גייט מיר אנלערנען מיט קאנטראל, עפעס א בעבישע נקמה סיניריאו לויט ווי איך געדענק. דארף מען וויסן וואס די טעל-טעל סיינס זענען.

איז אפשר קען איינער וואס איז קוואליפיצירט שרייבן מער. איך וויל נאר מאכן די ערשטע שטופ, און אז איינער ליידט זיך צאם זאל וויסן וויאזוי עס צו מאנעווירן.
 
דר. ראַמעני איז מסביר די חילוק צווישן:

1. א נארסיסיסט (איינער וואס האט אפיציעל א דיסארדער - זיין פערזענליכקייט איז איינגעשלינגען אין דעם, און ס׳שווער צו לעבן מיט אזא איינעם)

2. שטריכן פון נארסיסיזם (ווען איינער האט נארסיסיסטישע נטיות, וואס אין א געוויסע זין האט עס יעדער, אבער ס׳דא וואס האבן א שטערקערע לעוועל ווייל זיי פילן א חלל- א ליידיגקייט פון ווערד אינעווייניג, און זיי פארדעקן עס מיט׳ן פאדערן אסך כבוד און זיך אויפרעגן גרינג ווען איינער בארירט זייער כבוד)

זי איז לכאורה די אינטערנעט עקספּערט אויף דעם.

View: https://youtu.be/IEfS-_a21kk?si=2863JM5OWDtNUp4E
 
אויב איינער איז stuck אין א מערידש מיט אזא איינעם, איז דא טאקטיקן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, ביז מ׳קען זיך ארויסזעהן (אזוי אויך אויב מ׳האט א boss מיט דעם פראבלעם)

די בוך Feeling Good Together
האט א גאנצע קאפיטל געווידמעט אויף דעם - צו פארשטיין וואס ארבעט געוואלדיג גוט זיך ארויסצודרייען פון די ענדלאזע קאפ ווייטאג וואס אזעלכע מענטשן קענען אנדרייען

דו קענסט עס באקומען אויף Amazon
אדער FREE אויף Audible
דא אונטן 👇

🚨געב אכטונג! ווייל זיי אפפערן טאקע א חודש אומזיסט, אבער זיי פרובירן דיך צו האלטן פאר א קליענט ווי לענגער אויף 3 אופנים:

נאכדעם וואס דו שרייבסט זיך איין מיט דיין קרעדיט קאַרד, קענסטו תיכף download’ען איין ביכל free- אבער איך וואלט דיר געראטן גלייך נאכדעם צו cancel דיין subscription כדי די נעקסטע חודש זאלן זיי נישט קענען אנהייבן טשארדשן דיין קרעדיט קאַרד

Here is the trick:
ווען דו גייסט אויפ׳ן קאמפיוטער צו קענסלען דיין סאבסקריפשן - נאכדעם וואס דו האסט שוין דאונלאודעט דיין ביכל- וועסטו זעהן אז ווען דו גייסט צו account און קלויבסט אויס cancel וועט עס נאכנישט ארבעטן די ערשטע מאל! זיי קומען אויף מיט נייע פארשלאגן וואס זיי ווילן דיר אפפערן אבי דו זאלסט נאכנישט קענסלען. אויב דו פארלאנגסט צו קענסלען אויף דעם נייעם פארשלאג - וועלן זיי נאך אלס נישט וועלן דיר לאזן אוועקגיין, און פארשלאגן א נייע רייע פון ״מציאות״ און נאר נאכ׳ן דריטן מאל וואס דו קליקסט: יא, איך וויל נאך אלס אפזאגן די סובסקריפשן, דעמאלס וועסטו ענדליך זעהן די מודעה אז דיין סובסקריפשן איז געקענסלט. (דערפאר זאג איך, האלט קאפ ווען דו טוסט עס, און זיי גרינטליך ווען דו קענסלסט :) אזוי וועסטו טאקע האבן דיין ביכל אומזיסט)

https://www.audible.com/pd/Feeling-...&eac_id=135-9146031-5624569_CC9Y7MWMAb&sr=1-2
 
לעצט רעדאגירט:
דר. ראַמעני איז מסביר די חילוק צווישן:

1. א נארסיסיסט (איינער וואס האט אפיציעל א דיסארדער - זיין פערזענליכקייט איז איינגעשלינגען אין דעם, און ס׳שווער צו לעבן מיט אזא איינעם)

2. שטריכן פון נארסיסיזם (ווען איינער האט נארסיסיסטישע נטיות, וואס אין א געוויסע זין האט עס יעדער, אבער ס׳דא וואס האבן א שטערקערע לעוועל ווייל זיי פילן א חלל- א ליידיגקייט פון ווערד אינעווייניג, און זיי פארדעקן עס מיט׳ן פאדערן אסך כבוד און זיך אויפרעגן גרינג ווען איינער בארירט זייער כבוד)

זי איז לכאורה די אינטערנעט עקספּערט אויף דעם.

View: https://youtu.be/IEfS-_a21kk?si=2863JM5OWDtNUp4E
שכח פארן צוצייכענען, יא איך ליב דר. ראמעני, פונקט געזען אן אנדער קליפ פון איר

אויב איינער איז stuck אין א מערידש מיט אזא איינעם, איז דא טאקטיקן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, ביז מ׳קען זיך ארויסזעהן (אזוי אויך אויב מ׳האט א boss מיט דעם פראבלעם)

די בוך Feeling Good Together
האט א גאנצע קאפיטל געווידמעט אויף דעם - צו פארשטיין וואס ארבעט געוואלדיג גוט זיך ארויסצודרייען פון די ענדלאזע קאפ ווייטאג וואס אזעלכע מענטשן קענען אנדרייען

דו קענסט עס באקומען אויף Amazon
אדער FREE אויף Audible
דא:

https://www.audible.com/pd/Feeling-...&eac_id=135-9146031-5624569_CC9Y7MWMAb&sr=1-2
NICE

אויף קש האב איך געהאט באשריבן א ספאנישע סעריע אויף נעטפליקס וואו די דירעקטאר האט אויסגעקוקט צו בויען די גאנצע פלאט און כארעקטערן ארום אלע סארטן נארסיסיסטן אן איין מאל ארויס זאגן די ווארט אין די גאנצע שאו און איך האב עס אפגעלערנט אלס אן עקסטערע שיעור כללי אן זיך אוועקזעצן פארשטיין די טעמע, בין איך אזויפיל אינטערסירט געווארן נאר פון די שלעכטיקייט און אנדערע סארטן פארם'ס פון עמאושנל מעניפולעישן וואס זיי ווייזן.
 
Wow
מעג איך פרעגן וויאזוי הייסט די סעריע?
 
אפאר נקודות.

די ארבייט איז אייביג אויף דעם וואס ווערט געפייניגט און נישט אויף די נארסיסיסט. איינס, ווייל בדרך כלל, האלט די נארסיסיסט אז מיט זיי איז אלעס גוט, דו קענסט נישט ארבייטן מיט זיי. צווייטנס, די נארסיסיסט וועקט געווענליך אויף אלטע ווייטאגן און שוועריקייטן וואס דו פראבירסט צו באהאלטן. דאס איז זאכן וואס עס האט מיט דיר (און דו דארפסט סייווי קעיר נעמען דערפון). איינמאל דו ביזט געהיילט פון דיינע ווייטאגן, איז נישטא וואס די נארסיסיסט קען טארגעטן. די נארסיסיסט איז א שטארקע מתנה וואס העלפט דיר קער צונעמען פון דיין פעקל. אויב די נארסיסיסט העלפט דיר שוין נישט וואקסן, איז צייט אים/איר ארויסצושניידן פון דיין לעבן.

בדרך כלל, פון מיין עקספיריענס, קען א נארסיסיסט נאר אונטערדרוקן איינעם וואס האט א פארט אין זיך וואס וויל ווערן קאנטראלט. דאס מיינט, אפילו ער האט א פארט וואס ווייטאגט און קען נישט אויסהאלטן פון די נארסיסיסט, האט ער אויך א פארט וואס האט הנאה אז די נארסיסיסט אונטערדרוקט אים. דאס קען זיין פאר א פאר סיבות, צו ווייל אזוי דארף ער נישט מאכן אייגענע באשלוסן, צו ווייל ער דארף א שטארקע מענטש צו זיין זייט, אדער אנדערע סיבות. וועגן דעם, אפילו נאכ’ן ארבייטן צו שטארקן די נרדף (צו פארלאנגען א גט וכדומה), וועלן זיי אין די ענד צוריק פאלן ווייל זיי האבן די פארט וואס וויל עס אנהאלטן.
 
און צו די וואס סטראגלען מיט נארסיסיזם, מענטעל העלט דייעגנאסיס אדער אדיקשען.

עס קען זיין אייער קאנדישען איז שווער, עס קען אפילו טוישן דיין לעבן, געדענק אבער, עס זאגט נישט ווער דו ביזט און וואס דיין קאנטריביושן צו די וועלט זאל אדער זאל נישט זיין. דו ביזט נישט אריינגעלייגט געווארן אין די וועלט נאר צו לעבן מיט דיין קאנדישען.

אויב מען האט דיר געמאכט פיעלן אז עס איז נישטא גארנישט מער צו טון אין דיין לעבן מער ווי מענעדזשען דיין קאנדישען, זאלסטו וויסן אז עס איז נישט אמת.

עס איז דא א וועלט פון דזשוי, מיענונג, ליבשאפט, געבן און קאנעקשען וואס ווארט אויף דיר. עס איז דא סאך מער אין לעבן ווי פשוט צו טרעפן א וועג צו קאופן מיט דיין קאנדישען. דארפסט נישט פלעין דורכשטיפן די יאר, חודש, וואך אדער טאג. דו קענסט לעבן, עקספיריענסען און טעיסטען יעדע מינוט. דו קענסט בויען דיין חלום, משפחה און לעגעסי.
 
אפאר נקודות.

די ארבייט איז אייביג אויף דעם וואס ווערט געפייניגט און נישט אויף די נארסיסיסט. איינס, ווייל בדרך כלל, האלט די נארסיסיסט אז מיט זיי איז אלעס גוט, דו קענסט נישט ארבייטן מיט זיי. צווייטנס, די נארסיסיסט וועקט געווענליך אויף אלטע ווייטאגן און שוועריקייטן וואס דו פראבירסט צו באהאלטן. דאס איז זאכן וואס עס האט מיט דיר (און דו דארפסט סייווי קעיר נעמען דערפון). איינמאל דו ביזט געהיילט פון דיינע ווייטאגן, איז נישטא וואס די נארסיסיסט קען טארגעטן. די נארסיסיסט איז א שטארקע מתנה וואס העלפט דיר קער צונעמען פון דיין פעקל. אויב די נארסיסיסט העלפט דיר שוין נישט וואקסן, איז צייט אים/איר ארויסצושניידן פון דיין לעבן.

בדרך כלל, פון מיין עקספיריענס, קען א נארסיסיסט נאר אונטערדרוקן איינעם וואס האט א פארט אין זיך וואס וויל ווערן קאנטראלט. דאס מיינט, אפילו ער האט א פארט וואס ווייטאגט און קען נישט אויסהאלטן פון די נארסיסיסט, האט ער אויך א פארט וואס האט הנאה אז די נארסיסיסט אונטערדרוקט אים. דאס קען זיין פאר א פאר סיבות, צו ווייל אזוי דארף ער נישט מאכן אייגענע באשלוסן, צו ווייל ער דארף א שטארקע מענטש צו זיין זייט, אדער אנדערע סיבות. וועגן דעם, אפילו נאכ’ן ארבייטן צו שטארקן די נרדף (צו פארלאנגען א גט וכדומה), וועלן זיי אין די ענד צוריק פאלן ווייל זיי האבן די פארט וואס וויל עס אנהאלטן.
אמת וואס דו זאגסט אז דער נארסעסיסט ווערט געווענלעך אויף אלטע ווייטאגן וואס דו דארפסט ממילה קער נעמען אבער אסאך מאל די ווייטאגן וואס דיר נארסעסיסט וועקט אויף דאס אליינס האט דער נארסעסיסט אנגעווערטשאפט
 
אמת וואס דו זאגסט אז דער נארסעסיסט ווערט געווענלעך אויף אלטע ווייטאגן וואס דו דארפסט ממילה קער נעמען אבער אסאך מאל די ווייטאגן וואס דיר נארסעסיסט וועקט אויף דאס אליינס האט דער נארסעסיסט אנגעווערטשאפט
די נארסיסיסט האט עס נאר געקענט אנווערטשאפטן אין די פירסט פלעיס ווייל ער האט אויפגעוועקט עפעס וואס דו האסט געטרייט צו באהאלטן. אלעס פאנגט זיך אן מיט די מענטש פון אינעווייניג.
 
די נארסיסיסט האט עס נאר געקענט אנווערטשאפטן אין די פירסט פלעיס ווייל ער האט אויפגעוועקט עפעס וואס דו האסט געטרייט צו באהאלטן. אלעס פאנגט זיך אן מיט די מענטש פון אינעווייניג.
Nope איך רעד אויב די נארסעסיסט איז איינע פון דיינע עלטערן האבן זיי עס אנגעווערטשאפט
 
די עלטערן האבן געטון די זעלבע זאך צו דיין ברודער און עס האט אים נישט געשטערט. עס האט מיט וואס די עלטערן האבן אויפגעוועקט אין דיר, עס קען זיין עפעס דזשענעטיק. אגב, די בלעימען די נארסיסיסט ברענגט נישט קיין היעלונג.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top