5 מענטל העלט diagnosis

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
820
רעאקציע ראטע
3,309
לכתחילה האב איך געקלערט ארויפצושטעלן דעי ווידיאו אינ׳ם שנירל פון די לענגערע יוטוב ווידיאוס, אבער אפשר קען עס מער צוניץ קומען פאר איינעם וואס זיכט האפענונג פאר מענטל העלט טשעלענדשעס.

דאס איז אן אינטערוויו וואס דער גרינדער פון א באקאנטע יוטוב טשענעל SBSK * האט מיט זיין פּארטנער, און איך האב זייער ליב זייער באציהונג איינער מיט׳ן אנדערן. ס׳ברענגט ארויס מיט א קלארקייט ווי ווייט אונזער גייסטיגע געזונט איז אנגעוויזן אין אונזער סביבה: אויב מ׳דרייט זיך צווישן מענטשן וואס שעצן דיר און אנערקענען דיינע מעלות און האבן דיר ליב פונקט ווי דו ביזט. אפילו א מענטש וואס האט באמת א רואינירטע מענטל העלט קען אויך זייער צושטאנד א געוואלד פארבעסערט ווערן ווען מ׳האט גוטע מענטשן ארום זיך.


View: https://youtu.be/gKC_N_9aJ8o?si=wO_DjbXLPkyfBwlD



*עטליכע ביישפילן פון זיינע אנדערע ווידיאוס וואס איך האב טיילווייז אויסגעהערט

1. די זעקס יעריגע genius
2. א טינעידש מיידל איז מסביר איר Tourettes
3. א פייער-איבערלעבער וועלכער שטייגט איבער אלע ערווארטונגען
 
לעצט רעדאגירט:
ס׳איז נבהל ונשתומם צו ווערן לפע״ד, פון די געוואלדיגע wisdom פון דעי עלטערן.
מ׳דארף נישט האבן א קינד געבוירן ווי איר, זיך צו קענען מחי׳ זיין פון הערן זייער בליק אין לעבן
און לערנען פון זיי און פון זייער ליבליבע זון.

View: https://m.youtube.com/watch?v=SGvHMZxCcho
 
Back
Top