- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 230
- רעאקציע ראטע
- 1,426
כ'האב געכאפט א שפאציר אין א היימישע געגנט, צו כאפן א בליק אויף דעם הלוך ילך פונעם ערב סוכות באזאר וואס קומט פאר אין די גאסן פון שטאט.
ס'טוט זיך א ווירבלעריי, יעדער מוכר פרובירט אויסצושרייען די אנדערע צענדליגע מוכרים און איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן פאר'ן עולם אז ער האט די שענסטע סחורה און פאר די ביליגסטע פרייזן.
דער עולם שטעכט זיך ארום מיט די נארוואס איינגעקויפטע לולבים, פרויען מאכן אן א העווי טרעפיק פראבירנדיג זיך אדורך צושטופן דעם געדרענג מיטן קערידש, בעיביס וויינען, קליינע דרייען דעם פאטער'ס א קאפ איבער וועלכע אתרוג ער האט בעסער ליב, גרעסערע קינדער הייבן שוין אן ארויסווייזן זייער קענטעניסן אין פרק לולב הגזול, זיי זענען לעבעדיגע עדות צו די 'הני אוונכרי' מיט דעם 'נקטם ראשו' און פסל'ן אפ האלב פון די סחורה במחי יד.
איך זעה אז ביי צוויי טישן זענען דא גרויסע קופקעס בחור'לעך, ס'כאפט מיר א נייגער, וואסארא סחורה פארקויפט מען דא אז די אלע בחורים זענען אזוי אינטערסירט?
כ'קום אן נענטער זע איך אז ס'האט וויינוג צוטון מיט די סחורה, ס'האט מער צוטון מיט די פארקויפער, איינס א חב״ד'סקער מיידל, ס'צווייטע טיש'ל א בוכאריש מיידל, וואס פרובירן צו לייזן אפאר טאלער, די בחור'לעך באפאלן זיי מיט אלע שאלות וואס איר קענט זיך נאר פארשטעלן, בשעת וואס די מאנספארזאנישע מוכרים שטייען ביי די זייט פארצווייפלט איבער זייער גענדער, און הייבן אן ערנסט צו קלערן פון טרענסגענדעריזירן זיך - כאטש אויף ערבי סוכות.
די בחורים זוכן נישט קיין ד' מינים, זיי לעכצן נאך 'מין'.
פיש אויף יו"ט.
ענדליך האב איך זיך ארויסגעזען פון דעם צירקוס, כ'גיי אפאר גאסן ווייטער און איך באמערק צוויי כניאקישע יונגעלייט אין א העפטיגע שמועס מיט צוויי פאליציאנט אפיצירן וואס באוואכן דעם שטאט אין צייט פון אידישע חג סעזאן, ס'האט מיר געוואונדערט פארוואס פונקט מיט די אפיצירן האבן זיך די חברה פארשמועסט און ביי אנדערע איז ליידיג.
ביז איך בין נענטער געקומען האב איך באמערקט אז די ביידע אפיצירן פארמאגן א סעט פון דדים.
נישטא נאך א פאל וואס דו זאלסט זען אזאנע חסידישע פארפרומטע אינגעלייט אזוי פארטיפט און א שמועס מיט נקבות פון אן אנדערע פאלק און נאך אזוי אינמיטן גאס בפני כל עם ועדה, נישט קיין חילוק וואס די פרויען טוען פאר פרנסה, סיידן אויב זיי זענען פון די פאליציי דעפארטמענט וואס דאן גרעניצט זיך עס מיט צורך פרנסה - 'כ'בין גוט מיט די סארדשענט'.
פיש אויף יו"ט!

לעצט רעדאגירט: