בד"ה כ"ק אדמו"ר רבי זיידל מ'קרעטשניף סיגוט זצ"ל

איך געדענק נאך דעם נאובאדי פון ווילי.
פאר א פופציגער האט ער געלעקט דיינע טאוס.
איינער וואס לעקט טאוס פאר א פופציגער צו קענען צאהלן רענט איז א גרויס צער פון משתנה פניו כקרום. איינער וואס סטראגלט איז א נאובאדי?

שטעל זיך פאר ער איז דיין קליענט און ער וויינט זיך אויס אויף אלע זיינע שוועריגקייטן. וואלסט אים אנגערופן שטאטס משוגענער און נאובאדי?

🎶🎵🎶
איך בין א חלק אלוה ממעל
גארנישט טוט נישט וויי בכלל
 
איך הער ד'עולם טענה'ט אמעריקע גייט קראכן

ווייל די רעבע רעב הערשעלע האט געשריבן אין צוואה "ואת אמעריקע נתתי לזיידל" און זיידל איז שוין נישט דא
 
איינער וואס לעקט טאוס פאר א פופציגער צו קענען צאהלן רענט איז א גרויס צער פון משתנה פניו כקרום. איינער וואס סטראגלט איז א נאובאדי?

שטעל זיך פאר ער איז דיין קליענט און ער וויינט זיך אויס אויף אלע זיינע שוועריגקייטן. וואלסט אים אנגערופן שטאטס משוגענער און נאובאדי?

🎶🎵🎶
איך בין א חלק אלוה ממעל
גארנישט טוט נישט וויי בכלל
די עיקר פראבלעם איז אז די אלע וואס באוויינען יעצט די גרויסע אבידה, האבן אדער געלאכט פון אים אלע יארן, אדער נישט געגעבן קיין דעקל. די סיבה פארוואס ער האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל איז ווייל אין וויליאמסבורג האט ער נישט געהאט קיין ששה מתפללים....
קען טאקע זיין אז דאס איז די סיבה, ס'האט זיך אויפגעוועקט ביים עולם שולד געפילן איבער וויאזוי מ'האט אים באהאנדלט.
 
איך וויל קלאר מאכן אז אלס בחור האב איך זייער הנאה געהאט דארט, אפגעזעסן אסאך פרייטיג צו נאכטס ביי זיינע טישן געטאנצען געגעסן און געהאט פאן במידה גדושה, אבער די שגעון וואס גייט פאר אויף אייוועלט איז נעקסט לעוועל .
אדער איז אלעס אזוי ווי זיין טאטע פלעגט שוין זאגן
"בלי שום גוזמא כלל".
 
איינער וואס לעקט טאוס פאר א פופציגער צו קענען צאהלן רענט איז א גרויס צער פון משתנה פניו כקרום. איינער וואס סטראגלט איז א נאובאדי?

שטעל זיך פאר ער איז דיין קליענט און ער וויינט זיך אויס אויף אלע זיינע שוועריגקייטן. וואלסט אים אנגערופן שטאטס משוגענער און נאובאדי?

🎶🎵🎶
איך בין א חלק אלוה ממעל
גארנישט טוט נישט וויי בכלל
הונדערט פראצענט.

אבער.

ווען איינער זעהט אויף אייוועלט הרה''ק צדיק הדור גאון הדור שייך עייל שייך נפיק צדיק יסוד העולם סיני עוקר הרים מרן רבינו זיידע אליעזר זאב
איי איי איי די הייליגע טישן אה ואני בעודי אהללה בוראי.

און ער געדענקט אים.


What's the point?
פארוואס נישט שרייבן סתם א זיסער אידל געווען?
מענדעלע ווייס פון בארא פארק איז אויך דא א מאוומענט אים צו מאכן פאר אן צדיק נסתר מיט ישועות שלא כדרך הטבע.
Why? למה? מדוע?
 
דערפאר!
פארוואס נעמט מען א שטאט משוגענער און מען מאכט אים פאר אן קדוש אויפן זעלבן לעוועל פון זיין שווער אדער נאכמער? פארוואס מאכט דעם דעם עם הארץ פאר א גאון בתורה?
איך געדענק נאך דעם נאובאדי פון ווילי.
פאר א פופציגער האט ער געלעקט דיינע טאוס.
ממש א שאד דער פופציגער, פאר א צוואנצגער אויך
 
ליינענדיג אשכולות אויף אייוועלט פילט זיך עס מיר אפט אז ס'איז פאראן דארט א פארמעסט ווער ס'קען זיין מער "ערנסט", אדער ווי מען רופט עס אין ענגליש Virtue signaling.

סאמהאו איז די דעת הקהל דארטן אז רעדן הייליג פון ר' זיידל ווייזט אויף ערנסטקייט, דאס מאכט אטאמאטיש אז איינער זאל וועלן איבערשטייגן דעם צווייטן אין באוויינען ר' זיידל'ן.
 
דערפאר!
פארוואס נעמט מען א שטאט משוגענער און מען מאכט אים פאר אן קדוש אויפן זעלבן לעוועל פון זיין שווער אדער נאכמער? פארוואס מאכט דעם דעם עם הארץ פאר א גאון בתורה?
איך געדענק נאך דעם נאובאדי פון ווילי.
פאר א פופציגער האט ער געלעקט דיינע טאוס.
סא ווי ביזטו געווען ביז יעצט ווען ער האט נאך געלעבט? פארוואס האסו נישט גלאזט הערן דיין וויי געשריי אז אנדערע מענטשן זאלן וויסן זיך צי היטן פון דעם שטאטס משוגענער ווען ער האט נאך געלעבט? דאלמאטס האסטו א נקודה! אבער וואס פינקטלעך האסטו אויפגעטאן מיט דיין מעסעדזש יעצט ווען ער לעבט נישט אין זיין בלוט איז נאך ווארעם? קיינער מאכט אים נישט פאר א קדוש, איך גלייב אז יעדער אויף אייוועלט ווייסט אויך פונקט ווי דיר זיין בעקראונד, אבער ס'דא אזא זאך פון כבוד המת, יא, מ'זאגט נישט אלעס וואס מ'טראכט, אין א וואך רעדט שוין קיינער נישט פון אים, יעצט איז דא מענטשן וואס קלאגן אויף אים, אפילו דא אין קרעמל זאגט די פותח השנירל @צורבא דרבנן אז ער איז געווארן אויפגעלעבט פון אים, אין @כלבין דחציפין האט ער אויך מחזק געווען,

איך בין דיר דן לכף זכות ראבינער אז די האסט געמיינט צי זאגן אז אפילו אויבן אין הימל גייט ער פרעגן די ערשטע זאך ווי די משוגעים הויז איז.. זיי צי גיין מחזק זיין!!
 
דערפאר!
פארוואס נעמט מען א שטאט משוגענער און מען מאכט אים פאר אן קדוש אויפן זעלבן לעוועל פון זיין שווער אדער נאכמער? פארוואס מאכט דעם דעם עם הארץ פאר א גאון בתורה?
איך געדענק נאך דעם נאובאדי פון ווילי.
פאר א פופציגער האט ער געלעקט דיינע טאוס.
פארוואס א נאובאדי? ער האט כל ימי חייו עוסק געווען אין מחזק זיין אידן, אריינגעקאכט אין יעדע דבר שבקדושה.

אה רעדסט פון נארמאל? #מאיר הירש איז א נארמאלער מענטש..
 
אבער וואס פינקטלעך האסטו אויפגעטאן מיט דיין מעסעדזש יעצט ווען ער לעבט נישט אין זיין בלוט איז נאך ווארעם? קיינער מאכט אים נישט פאר א קדוש
שמועסנדיג נעכטן מיט מיין חברותא זענען אונז אריינגעפארן אין א שמועס איבער אונזער "בעשוי" סיסטעם.

מיר זענען דורכגעגאנגען מערערע חלקים פון אונזער סיסטעם און פרובירט צו טרעפן די לאגישע סיבות פארוואס עס ווערט געטוהן, און צו מען קען לכה"פ טרעפן די צווייטע זייט מטבע פארוואס ס'זאל זיין א פאזיטיווע זאך. איינס פון פלעצער ווי אונז האבן אבער זיך אנגעשטויסן ממש אין א וואנט איז געווען די 15 מינוטיגע בעשוי סיסטעם, פלאס טוהן די מצווה לשם קינדער תיכף די נאכט פון די חתונה.

וויאזוי דאס מעגליך אז א פאלק וואס איז לאו דווקא א "נערישע" פאלק זאל טוהן אזא דבר שטות?
וועלכער געזונטער מענטש האלט פאר איין מינוט אז א 15 מינוטיגער שמועס אינעם הייזקע פונעם מחותן גייט געבן סיי וועלכע ידיעה פארן קאפל אויב זיי זענען געמאכט צו לעבן צוזאמען פאר די קומענדיגע 100 יאר??
וויאזוי קען א נארמאלער מענטש שטיצן די געדאנק פון מאכן א קינד מיט איינעם וואס דו האסט נישט קיין ברעקל השגה ווער דאס איז?
וויאזוי איז מען אזוי דום צו איגנארירן די שרעקליכע פיין פון די קאפל און די נאך גרעסערע פיין פון די צוקונפטיגער קינד וואס וועט אויפוואקסן אין א שטוב מלא רוגזה ומחלוקת??

אונז האמיר גערעדט, געטענה'ט, און דעבאטירט אבער מיר האבן נישט געקענט פארשטיין וויאזוי אזא נערישע איינפירונג איז נאך קאי וקיים. (יא איך ווייס אז ביי פילע חלקים פונעם ציבור טוישט זיך עס צוביסלעך, אבער ס'איז נאך פארט דא א גרויסער ציבור וואס איז נאך סטאק).

ביים ענדע פונעם לאנגן שמועס זענען מיר געקומען צו די החלטה אז דאס האט נישט צו טוהן מיט די בעשוי... דאס איז ענדערש א זאך וואס פלאגט אונזער ציבור בכלליות. אונזער ציבור איז געוואוינט צו קלאפן קאפ אין וואנט.

אונזער ציבור ווערט אויסגעלערנט פון אלס קליין קינד אז אפילו מען ווייסט קלאר אז עפעס איז נישט אמת, אדער ריכטיג, פארט זאגט מען עס איבער און איבער ביז מען רעדט זיך עכט איין אז ס'איז אמת.

אונזער ציבור ווייסט אז ווער ס'איז פוגם בפגם הברית איז אים מובטח עניות, און ווער ס'היט זיך וועט האבן עשירות.
אונזער ציבור ווייסט פאר א פאקט אז אויב איינער איז קראנק איז די עצה אים צוריקצוברענגען "זאגן אסאך תהלים". און אזוי איז דא נאך איינס און האלב מיליאן משלים וואו מען זאגט און מען טוט זאכן כאטש וואס ס'איז נישט אמת אדער אויסגעהאלטן לאגיש.
בקיצור, קענסט נישט פרעגן צופיל לאגישע קשיות אויף א מנהג פון אונזער ציבור, וויבאלד די דיפאלט קולטור פון אונזער ציבור איז נישט אזוי מחשיב צו זיין לאגיק.

זעלבסט פארשטענדליך אז ס'איז פאראן מענטשן אינעם ציבור וואס די דיפאלט-קולטור עסט זיי אויף די געדערים. זיי באדערט זייער שטארק פארוואס מען איגנארירט לאגיק, מען קלאפט קאפ אין וואנט און צומאל איז עס גורם גאר אסאך שפעטערדיגע ווייטאג, דערפאר איז עס זיי זייער טריגערינג יעדעס מאל וואס זיי זעהן ווייטער ווי די קולטור צושפילט זיך.

כלפי מה דברים אמורים?
איינס פון די פלעצער ווי די סארט קולטור קומט ארויס מיט איר גאנצער שיינקייט, איז די אחרי מות קדושים.
מופתים, פאסירונגען, בארימונגען אלס איז ערלויבט און געשטיצט אויב די ציל איז צו באזינגען א טויטער מענטש.

אין די צייט וואס אין די דרויסענדיגע גאס ווייסט מען פון מערערע טויטע גנבים, גזלנים און שלעכטע מענטשן, איז ביי אונז נאר דא וואוילע טויטע אידן.
די אלע אידן וואס מיר קענען אלס מחרחרי ריב, בלוט צאפערס, און באגאבונדן, די אלע שטארבן נישט...
שטארבן, שטארבן בלויז די ערליכע און גוטע אידן.

איך פארשטיי אז די אחרי-מות-קדושים מנהג זעהט נישט אויס אזוי שעדליך (מען קען דן זיין דערין... יכול להיות אז א היפשע חלק פון אונזערע פארדארבענע מנהגים נעמט זיך פון בויען צופיל אויף געוויסע טויטע וואס בחייהם האט מען נישט געהאלטן אויף זיי דאס וואס מען האלט היינט פון זיי), אבער פאר די מענטשן וואס אונזער דיפאלט-קולטור פייניגט זיי סתם אזוי, פאר זיי זענען די אלע בארימונגען און שקרים וואס פליען יעצט אין די מאסן א גאר ערנסטע טריגער.

(די ווערטער "קיינער מאכט אים נישט פאר א קדוש" האט מיך גאר שטארק געציפט... איך זעה יא ווי מערערע טוהן דאס).
 
Back
Top