בד"ה כ"ק אדמו"ר רבי זיידל מ'קרעטשניף סיגוט זצ"ל

לויט ווי איך פארשטיי וויל מען פשוט מעמיד זיין האמת על תילה, כאטש ער איז געווען א ערליכער פייערדיגער איד, אבער דער עולם האט געלאכט פון אים. עס איז נישט קיין סתירה, ער האט געהאט אין זיך א געוויסע כאריזמע, בפרט פאר עלנדע אדער איינזאמע בחורים, און זיי אייביג געלאדענט צום טיש, כמובן שפעטער זיי געפרעגט "נו, וואס זאגט עטץ צום טיש"? (האסט שוין געהערט א רבי זאל אזוינס פרעגן זיין חסיד...?), בשעת'ן טיש (און דאווענען) טאקע געברענט און געפלאקערט בקולות וברקים כמנהג קרעטשניף, אבער גלייכצייטיג געטון מאדנע שטיק, געטאנצן און געשפרינגען, בקיצור, רוב מענטשן האבן אים אנגעקוקט ווי א.... און יעצט פלוצלינג קענען מענטשן זיך נישט איבערקומען, די וועלט איז געווארן שווארץ פונקט ווי ביי די פטירה פון משה רבינו ע"ה...

וואס טרייבסטו איבער? דאס ברענגט מענטשן צו פראטעסטירן דערוועגן.
 
איך האב נישט געקענט דעם ר' זיידל, און איך בין קיינמאל נישט געווען ביי זיינע טישן, אייװעלט האב איך אויך נישט געליינט,
אבער ווי איך האב געהערט, איז ער געווען א צובראכענער מענטש, און איז אסאך צרות אדורך, סא פארוואס גייט דיך אהן אז וואס מ'שרייבט אויף אים, און אז ער האט געהאט ווייניג חסידים, זאל מען זיכער שרייבן טיטלען, ווייל ער איז נישט געווען אזוי סוקסעספול ווי אנדערע רבי'ס, אדער דו ווילסט פשוט נאך האבן טיטלען פאר דיין רבי ווען ער גייט, איך כאפ נישט וואס די פראבלעם?

ער איז דאך געבוירן ביי א רבי'שע הויז, וואס האט ער געדארפט טון? ווערן א פלאמבער? ער האט געמוזט ווערן א רבי צו ער טויגט יא צו נישט,

אגב איז דא א זון פון א רבי וואס מ'זאגט אז ער איז נישט מיט אלעמען, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן הרב הצדיק און אים נאכלויפן...
איז דא עפעס וואס איך מיס דא?
איך כאפ נישט דיין קשיא, האסט נישט געקענט ר' זיידל און דו האסט נישט געליינט אייוועלט

סאו וואס פרעגסטו קשיות? דו ווייסט דאך נישט וואס די נושא איז בכלל

סך הכול האסטו געזעהן א פאר האלבע ווערטער דא

דו דערמאנסט מיר פון דער איד וואס האט געזאגט אז ער הייבט נישט אן צו פארשטיין פארוואס מ'מאכט א גאנצע עסק פון יוסעלע ראזנבלאט, ער האט בכלל נישט געזינגען שיין, ער הערט אלס ווי זיין שכן זינגט נאך יוסעלע ראזנבלאטס קאמפאזיציעס און ס'הערט זיך זייער שלעכט...
 
דעיס פרעג איך צו מ'קען עס מסביר זיין, אדער ווייל ער האט עפעס נישט נושא חן געווען אין די מענטשן ממילא איז ער זיכער נישט געווען קיין צדיק

איך כאפ נישט דיין קשיא, האסט נישט געקענט ר' זיידל און דו האסט נישט געליינט אייוועלט
סא אויף אייועלט דארף מען אפשר אריינקומען שארף מיטן גאנצען אמת, ווייל די עולם איז מער באקסעדיג דארט קען מען אפשר נשפע ווערן פון הייליגע הערכות,

אבער דא אין קרעמל האט מען אביסל מער אפענע מוחות מיין איך, אונז קען מיר ב'ה דורך זעהן מענטשן, אונז זענען די איינציגיסטע היימישע פלעטפארם וואס מ'זוכט די מערסטע צי הומענייזען מענטשן, נישט די פארקערטע,

איך גלייב נישט אז איינער פון דא געבט בכלל א דעם פאר דעם רבי, אויב מ'געבט יא א דעם איז עס אויף די פארקעטע וועג, אז ס'איז דא אפאר קרעמעלער דא וואס די קרעטשניף'ע רבי האט זיי מחזק געווען אין זייערע שווערע צייטן, וואס פארדעם אליין דארף דעי רבי האבן די פולסטע רעספעקט דא אין קרעמל

וואס איז דאס זיך אנליינען אין אייוועלט אין שימפען דערויף אין קרעמל?

ס'איז אזוי ווי ראובן ברענגט פארשימעלטע הערינג אין זיין לאקעל שול אין ווארענט יעדעם מ'זאל עס בשום אופן נישט עסן, ניטאמאל זאל מען שטיין נעבן דעם, אין ער הייבט אן שעלטן די פיש סטאר וואס האט אים עס פארקויפט.

זאגט אים שמעון, ביזט 100% גערעכט, אבער פארוואס האסטו עס געברענט אין אנגעשמעקט אונזער שול?
טראג עס אריבער אין פיש סטאר, זאל דארט שמעקן..
 
איך האב פארשטאנען אז אויף קרעמל זאגט מען די אמת אין פנים אריין

אז איינער גייט צעהן יאר ארום וועלן וויסן ווער קרעטשניפע רבי איז געווען וועט ער אויף אייוועלט נישט וויסן דעם אמת, זאל ער כאטש קענען קומען אויף קרעמל און זעהן דעם אמת כמות שהוא

נישט אז ער איז געווען עפעס שלעכט, זשאסט די טרוקענע נאסע אמת

דו האלסט אז אויב האט ער מחזק געווען א פאר אידן דא ווערט ער שוין רשכבהג?

וואס איז דאס זיך אנליינען אין אייוועלט אין שימפען דערויף אין קרעמל?
הייסט ווען מ'באזינגט מנובלים אלס קרבני ציבור אויף אייוועלט זאל מען אויך נישט קומען דא זיך אפרעדן?

ווי דען זאל מען זיך אפרעדן אויב נישט אויף קרעמל?
 
לעצט רעדאגירט:
אז איינער גייט צעהן יאר ארום וועלן וויסן ווער קרעטשניפע רבי איז געווען וועט ער אויף אייוועלט נישט וויסן דעם אמת, זאל ער כאטש קענען קומען אויף קרעמל און זעהן דעם אמת כמות שהוא
נאכאמאל, אויב דער איד פון 10 יאר ארום גייט ליינען אייוועלט גייט ער דאך ווייטער נישט וויסן די אמת..

אין אויב ער גייט ליינען קרעמל אינטערעסירט אים נישט די אמת, זיין אידישקייט ווענט זיך נישט צי די קרעטשניף'ע רבי האט יא געהאט א שמועס מיט די לאקשן קיגל צי נישט,
 
איך גיי נאך טרייען נאך איינמאל און דאן געב איך אויף

קרעמל באשטייט מער ווייניגער פון דן זיין צו אידישקייט איז אמת אדער נישט?

מ'קען נישט דן זיין איבער אנדערע נושאים? טאמער איינעם אינטערסירט חסידישע פאליטיק זאל ער זיך טרעפן אנדערע אוטלעטס? ווילסט נישט מ'זאל רעדן דערפון דא?

ווי זאל מען דן זיין איבער אינטערסאנטע פיגורן אויב נישט דא? אויף אייוועלט לאזט מען נישט דורך קיין שום ווארט קריטיק אויף קיינעם, ווילסטו מיר זאגן אז דא איז נישט די פלאץ פון קריטיק ווייל די רבי האט געמאכט א או טי די פילן גוט?

אויב אידישקייט ווענדט זיך נישט אין קרעטשניפע לאקשן קוגל איז די קאנווערסעישאן נישט אינטערסאנט צו געשמועסט ווערן?

ביי די שחלות סיטואציע האבן אסאך געזאגט אז ס'איז זייער א גוטע זאך אז מ'רעדט דערפון ווייל אזוי וועט עס בלייבן לדורות הבאים, די זעלבע האט מען געזאגט ווען מ'האט גערעדט פון ר' שאול אלתר אין די וועקער, און נאך.

די סארט שמועסן פון פובליק חסידישע פיגורן איז דא נאר דא און אויף קאווע שטיבל ז"ל.

איך טריי צו כאפן וואס דו ווילסט דא.
 
ווי האב איך דאס געזאגט? רעד וואס דו ווילסט, ווען די ווילסט, ווי אזוי די ווילסט,

אבער איך בעט דיר איין זאך, ווילסט באשמיצן א טויטן? מסכים, טוה אבער נישט אן דיין פרומע קאפעליטש:
"איי איי איי.. איך וויל פשוט די דורות הבאים זאלן נישט פאלן פארן שקר, איך האב א פליכט צי שרייבן דעם אמת פאר מיינע קינדער אין אייניקלעך'ס וועגן"

דעטס בולשיט,

איך האב אים נישט געקענט בחייו, איך האב געהערט פון אים, אבער נישט געוויסט איבער אים גארנישט, די ערשטע מעשה וואס איך האב געהערט פון אים איז לאחר מותו פון @צורבא דרבנן וואס איז געווארן אויפגעלעבט פון אים, נאפגעפאלגט ביי @כלבין דחציפין וואס איז געווארן נחזק פון אים.

יעצט ווייל אייוועלט האט באשלאסן אים צי מאכן ווי די בעש"ט, דארף מען אים באשמיצן דא אין קרעמל.......????

וואס האט ער דיר געטאן?

ווילסט נפחא'נען אויף אים? קיין פראבלעם, מאך עס אבער נישט פאר א הייליגע מיסיע!!
 
סא אויף אייועלט דארף מען אפשר אריינקומען שארף מיטן גאנצען אמת, ווייל די עולם איז מער באקסעדיג דארט קען מען אפשר נשפע ווערן פון הייליגע הערכות,

אבער דא אין קרעמל האט מען אביסל מער אפענע מוחות מיין איך, אונז קען מיר ב'ה דורך זעהן מענטשן, אונז זענען די איינציגיסטע היימישע פלעטפארם וואס מ'זוכט די מערסטע צי הומענייזען מענטשן, נישט די פארקערטע,

איך גלייב נישט אז איינער פון דא געבט בכלל א דעם פאר דעם רבי, אויב מ'געבט יא א דעם איז עס אויף די פארקעטע וועג, אז ס'איז דא אפאר קרעמעלער דא וואס די קרעטשניף'ע רבי האט זיי מחזק געווען אין זייערע שווערע צייטן, וואס פארדעם אליין דארף דעי רבי האבן די פולסטע רעספעקט דא אין קרעמל

וואס איז דאס זיך אנליינען אין אייוועלט אין שימפען דערויף אין קרעמל?

ס'איז אזוי ווי ראובן ברענגט פארשימעלטע הערינג אין זיין לאקעל שול אין ווארענט יעדעם מ'זאל עס בשום אופן נישט עסן, ניטאמאל זאל מען שטיין נעבן דעם, אין ער הייבט אן שעלטן די פיש סטאר וואס האט אים עס פארקויפט.

זאגט אים שמעון, ביזט 100% גערעכט, אבער פארוואס האסטו עס געברענט אין אנגעשמעקט אונזער שול?
טראג עס אריבער אין פיש סטאר, זאל דארט שמעקן..
דו זאגסט א גוטע פאוינט אבער ס'איז נישט ריכטיג, ווייל אייוועלט שפיגעלט אפ די סיסטעם, ווען דו ווילסט וויסן ווי די סיסטעם האלט קוק אריין אין אייוועלט... וועגן דעם ליינט מען אין אייוועלט און מען שימפט דא ווי די סיסטעם האלט נאך ליידער 🤣
 
אגב איז דא א זון פון א רבי וואס מ'זאגט אז ער איז נישט מיט אלעמען, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן הרב הצדיק און אים נאכלויפן...
איז דא עפעס וואס איך מיס דא?
אגב איז דא נישט א זון פין א רבי נאר א רבי אליין (נישט איינס נאר מערער רביס)וואס מזאגט אז זיי זענען נישט מיט אלעמען און מען לויפט זיי נאך אין מען רופט זיי כ״ק מרן אדמור שליטא
 
איינער קען ביטע ברענגען די ווידיאו פין די פייט ווען מען האט קודם נישט צוגעזלאזט אז מען זאל עם באערדיגען אינעם טאטעס אוהל
 
איך גיי נאך טרייען נאך איינמאל און דאן געב איך אויף

קרעמל באשטייט מער ווייניגער פון דן זיין צו אידישקייט איז אמת אדער נישט?

מ'קען נישט דן זיין איבער אנדערע נושאים? טאמער איינעם אינטערסירט חסידישע פאליטיק זאל ער זיך טרעפן אנדערע אוטלעטס? ווילסט נישט מ'זאל רעדן דערפון דא?

ווי זאל מען דן זיין איבער אינטערסאנטע פיגורן אויב נישט דא? אויף אייוועלט לאזט מען נישט דורך קיין שום ווארט קריטיק אויף קיינעם, ווילסטו מיר זאגן אז דא איז נישט די פלאץ פון קריטיק ווייל די רבי האט געמאכט א או טי די פילן גוט?

אויב אידישקייט ווענדט זיך נישט אין קרעטשניפע לאקשן קוגל איז די קאנווערסעישאן נישט אינטערסאנט צו געשמועסט ווערן?

ביי די שחלות סיטואציע האבן אסאך געזאגט אז ס'איז זייער א גוטע זאך אז מ'רעדט דערפון ווייל אזוי וועט עס בלייבן לדורות הבאים, די זעלבע האט מען געזאגט ווען מ'האט גערעדט פון ר' שאול אלתר אין די וועקער, און נאך.

די סארט שמועסן פון פובליק חסידישע פיגורן איז דא נאר דא און אויף קאווע שטיבל ז"ל.

איך טריי צו כאפן וואס דו ווילסט דא.
סא בעצם האלטסטו אז ס'דא רבי'ס וואס ס'קומט זיך די טיטילן אבער נישט פאר זיידל קרעטשניפער,

יעדע חסיד מעג האלטן פון זיין רבי וויפיל ער וויל פונקט ווי די פון דיין רבי,

נישט זיין סעקעספול מיט אסאך חסידים, געלט , אדער מאכט, מאכט נישט איינעם מער א צדיק אדער ווייניגער.
ספעציעל איינער וואס איז געווען א מיטגעמאכטע מענטש,

איך האב פאר דיר נייעס אז אסאך גרויסע צדיקים פון די פעסט האבן אין זייער לעבן נישט אויסגעקוקט בעסער ווי זיידל קרעטשניפער,
 
סך? כמעט אלע צדיקים לויט וואס דו חסידים שרייבען אויף זיי קענען זיך פארשטעקען פאר דער קרעטשניפער פין רב ברוך מעזביזער צו דער קארלינער ביז צים צאנזער רב
 
סא בעצם האלטסטו אז ס'דא רבי'ס וואס ס'קומט זיך די טיטילן אבער נישט פאר זיידל קרעטשניפער,
הרה"ק רבי מילך טראק זצוק"ל, ניין איך האלט נישט אזוי, פון מיין זייט קענסטו שרייבן וואס דו ווילסט, פון מיין זייט קענסטו אים רופן די הייליגע בתולה מקרעטשניף נשמתה עדן...

וואט דא איי קעיר?... שרייב וואס דו ווילסט...

איך בין נאר נייגעריג ווען ס'גייט זיין נאך חיימאו'ס הונדערט און צוואנציג און ס'גייט זיין לאנגע אשכולות ווי מ'גייט מסביר זיין וואסערע ל"ו צדיק ער איז געווען און ס'גייט זיך שטעלן מניינים אויף זיין ציון, צו דאן וועסטו זאגן פאר דיינע קינדער, האלוי האלוי האלוי, דרייטס נישט קיין קאפ, איך געדענק נאך די ווידיאוס...

איין תמימותדיגע זוהן וועט דיר זאגן, דו פארגינסט נישט, אויף קרעמל שרייבט איינער קלאר אז ער איז געווארן מחוזק פון אים און לכבודו אנגעהויבן צו ארבעטן אויף זיין שלום בית...
 
זייער ריכטיג @תרמב , און די זעלבע וועט זיין מיט'ן שפעטיווקער בלי ספק, די ווידיאו ווי ער שרייט אלול!!! וועט זיין אזוי פארהייליגט ווי דער מנחת אלעזר שרייט שבת

און די זעלבע מיט באניא רבי ועוד

פארצייכן מיינע ווערטער, לאחר מאה ועשרים וועט מען זיי באטיטלען צדיקים וקדושים, שר וגדול נפל, גלה כבוד מישראל, די הימלען זענען שווארץ, וכו'

איך פארגין זיי עס מיטן גאנצן הארץ, אבער דאס דערציילט אז אלעס איז שטותים. ס'ווארפט אריין ספיקות אין אלע מעשיות און טיטלען וואס מיר האבן געהערט אויף צדיקים פון משה רבינו ביז היינט.
 
ווי האב איך דאס געזאגט? רעד וואס דו ווילסט, ווען די ווילסט, ווי אזוי די ווילסט,

אבער איך בעט דיר איין זאך, ווילסט באשמיצן א טויטן? מסכים, טוה אבער נישט אן דיין פרומע קאפעליטש:
"איי איי איי.. איך וויל פשוט די דורות הבאים זאלן נישט פאלן פארן שקר, איך האב א פליכט צי שרייבן דעם אמת פאר מיינע קינדער אין אייניקלעך'ס וועגן"

דעטס בולשיט,

איך האב אים נישט געקענט בחייו, איך האב געהערט פון אים, אבער נישט געוויסט איבער אים גארנישט, די ערשטע מעשה וואס איך האב געהערט פון אים איז לאחר מותו פון @צורבא דרבנן וואס איז געווארן אויפגעלעבט פון אים, נאפגעפאלגט ביי @כלבין דחציפין וואס איז געווארן נחזק פון אים.

יעצט ווייל אייוועלט האט באשלאסן אים צי מאכן ווי די בעש"ט, דארף מען אים באשמיצן דא אין קרעמל.......????

וואס האט ער דיר געטאן?

ווילסט נפחא'נען אויף אים? קיין פראבלעם, מאך עס אבער נישט פאר א הייליגע מיסיע!!
עס איז הייליג צו ליצנות מאכן פון עם ווייל ער איז א ראזענבוים....
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
זייער ריכטיג @תרמב , און די זעלבע וועט זיין מיט'ן שפעטיווקער בלי ספק, די ווידיאו ווי ער שרייט אלול!!! וועט זיין אזוי פארהייליגט ווי דער מנחת אלעזר שרייט שבת

און די זעלבע מיט באניא רבי ועוד

פארצייכן מיינע ווערטער, לאחר מאה ועשרים וועט מען זיי באטיטלען צדיקים וקדושים, שר וגדול נפל, גלה כבוד מישראל, די הימלען זענען שווארץ, וכו'

איך פארגין זיי עס מיטן גאנצן הארץ, אבער דאס דערציילט אז אלעס איז שטותים. ס'ווארפט אריין ספיקות אין אלע מעשיות און טיטלען וואס מיר האבן געהערט אויף צדיקים פון משה רבינו ביז היינט.
דאס באדערט ענק , אז מ'וועט טראכטן אז באניא רבי איז געווען אויף איין לעוועל מיט מיין רבי , קיינער וועט נישט וויסן אז מיין רבי האט געהאט א גאנצע קבוצה פון די נייסטע קאדילעקן יעדעס מאל ווי ער איז געפארן, בשעת באניא רבי פלעגט אנקומען מיט א רויטע טאווער קאר סערוויס...

מיש נישט אריין חיימא יעצט, מ'קען האבן א עקסטערע שמועס,
זיידל איז אראפגעקומען אויף דער וועלט צו זיין א רבי, און אויף א רבי שרייבט מען הרב הקדוש,
סך הכל שטימט עס נישט מיט די גיידליינס וואס די האסט געמאכט אז מ'דארף האבן צו זיין הרב הקדוש.

יעדע חסיד איז בארעכטיגט צו שרייבן אויף זיין רבי הרב הקדוש פונקט ווי דיר
 
נע
א נייע מעשה שרייבן הרה״ק אויף יעדע רבי
געב נאר א זוך אין אלטע דאקעמענטן
מהאט אויף יעדעם געשריבן הה״צ

און חוץ פון דעם נישט יעדע רבי איז הרה״ק קאם אן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top