בלענדעריי

blender

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אקט. 28, 2024
מעסעדזשעס
388
רעאקציע ראטע
1,382
פונקטן
223
ווען איינער שרייט מיך אן "אייביג האלסטו אז דו ביסט גערעכט!" וואס מיינט ער?

אוודאי איז די עפיניען וואס איך האב, אייביג די עפיניען וואס איך האלט אז דאס איז גערעכט. איז דא איינער וואס האט אן עפיניען איבער א נושא און ער האלט אז עס איז נישט גערעכט?... ווען יא וואלט ער קיינמאל נישט געהאלטן די עפיניען...

אויב מיינט ער צו זאגן אז איך וויל קיינמאל נישט אפדעיטן מיין עפיניען אין ליכט פון נייע אינפארמאציע, דאן וואלט ער געדארפט זאגן: "אייביג האלטסטו אז דו ביסט געווען גערעכט!"...

נישט אזוי?
 
לעצט רעדאגירט:
מען קען האבן אן עפיניון אבער נאכדעם הערן פונעם חבר דברי חכמה טוישן דעם עפיניון אבער סאיז דא מענטשן וואס מיזן אלעמאל זיין גערעכט און אפילו נאכדעם וואס מען ווייזט זיי אויף אז זיי זענען ראנג טוישן זיי נישט די עפיניון
 
מ'דארף זיך לערנען פון עי איי ער טענה'ט זיך קיינמאל נישט, אויב עי איי אנערקענט אז די גייסט נישט טשענדזשען דיין מיינד וועט ער עס אפילו נישט דערמאנען! טענה'ן איז אדער אז וועיסט אױף טיים אדער א אינדשזומענט
 
עס זענען פארהאן מענטשן וואס האלטן זייערע קאנוויקשענס מיט א שטערקערע גריפ ווי אנדערע
ווי פרויד האט זיך אפגערעדט אז די טיפשים און פאנאטיקער זענען אזוי זיכער מיט זייער מיינונג, בעת די קלוגערע זענען אלעמאל פול מיט ספיקות.
 
ווי פרויד האט זיך אפגערעדט אז די טיפשים און פאנאטיקער זענען אזוי זיכער מיט זייער מיינונג, בעת די קלוגערע זענען אלעמאל פול מיט ספיקות.
די סקעפטיקס האבן אבער פון די אנדערע זייט א געוואלדיגע זיכערקייט אויף "וואס נישט", און איך גלייב אז ידידינו בלענדער איז פון דעי סארט
 
ווי פרויד האט זיך אפגערעדט אז די טיפשים און פאנאטיקער זענען אזוי זיכער מיט זייער מיינונג, בעת די קלוגערע זענען אלעמאל פול מיט ספיקות.
און די סיבה איז ווייל זיי זענען קליג פארשטייען זיי אז סמיז נישט זיין זיי זענען גערעכט ... משא"כ די טיפשים האבן נישט דעי וויזדאם
 
Back
Top