בלוי אדער רויט

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
1,415
רעאקציע ראטע
10,318
פונקטן
1,943
טוט זיך א טרענד אויף X צו מאכן אנקעטעס איבער רויטע און בלויע קנעפלעך וועלכע הרג'נען מענטשן.

די ארגינעלע פראגע איז (דורך טים אורבאן כמדומה), ווען מ'האט א בלויע און רויטע קנעפל, אויב 50 פערצענט פון מענטשהייט קוועטשט די בלויע בלייבט יעדער לעבן, אויב ווייניגער ווי 50% מענטשן קוועטשן עס - רוב קוועטשן די רויטע - שטארבן די אלע בלויע און די רויטע בלייבן לעבן.

די רעאקציע איז געווען שארף צוטיילט, מאנכע האבן גע'טענה'ט אז מיטן זיין א גוטע און קוועטשן בלוי פארדינט מען אז יעדער בלייבט לעבן, מה עוד, רוב מענטשהייט באשטייט פון קינדער וואס זענען נישט סעלפיש סייווי, ובכן קוועטשן בלוי אינאיינעם מיט רוב הומעניטי פארזיכערט יעדעם.
די רויטע האבן לעומתם געשריגן אז ראציאנאל האט נישט קיין זין צו קוועטשן בלוי און בלייבן בספק אויב הומעניטי איז טאקע מער גוט ווי סעלפיש. קוועטשן רויט ביסטו פארזיכערט און דאס איז וואס מאכט אויס. פינטל.

דערפרישנד געווען צו זען אז אינעם פאול זעלבסט האט טאקע בלוי געווינען, וועלכע באדייט אז מענטשהייט האט נאך קאלעקטיווע גוטס צו זיך.
הגם ארגועבלי אין א ריעל לייף סיטואציע וואלטן מסתמא יא מער מענטשן געקוועטשט רויט - אפי' די וועלכע שווערן זיך אז זיי וואלטן געריקט דעם לעווער פונעם טראלי צו די איין מענטש אוועק פון די פינף..


יעצט איז דא א פרישע דורך Massimo:

דאס מאל, אויב 50% קוועטשן בלוי שטארבט יעדער, און אויב ווייניגער ווי 50% קוועטשט בלוי שטארבט נאר די רויטע. (נישטא קיין אפציע נישט צו קוועטשן בכלל)

דאס מאל איז עס א פראגע פון תמות נפשי עם פלשתים אביסל.

אויב קוועטשט יעדער בלוי שטארבט דאך יעדער, אבער פונקט אזוי ווען זיי אלע קוועטשן רויט (וויבאלד ווייניגער ווי 50% האבן געקוועטשט בלוי..). די פראגע איז צו מ'זאל קוועטשן בלוי אלס ספק צו זיין אין די מינאריטעט, אדער וועט יעדער סייווי גיין פאר דעם אפציע און דערפאר שטארבן, ממילא פארוואס נישט זיין א גוטע און כאטש ראטעווען האלב הומעניטי ביים זיך מקריב זיין מיט רויט?!

נאכן טראכטן אביסל בין איך ביי די החלטה אז איך גיי פאר בלוי. אפי' אינסטינקטיוו וואלט איך געגאנגען פאר רויט כאטש צו ראטעווען אנדערע (על הצד), למעשה וועט דאך אבער אויסקומען אז א סאסייעטי פון בלויע קוועטשער וואס האבן איבערגעלעבט וועלן זיין א באנדע סעלפיש עגאיסטישע חברה - די וועלכע האבן זיך נישט גערעכנט מיט אנדערע. טא, וואס איז גוט אזא סאסייעטי?! פאר דעם פרייז זאלן זיי אלע שטארבן..

דאך, סורווייוועל אוו די פיטטעסט באדייט דאך בכל אופן אז די מער עגאיסטישע געווינען, ניין? ווער זאגט אז א סעלפלעס סאסייעטי איז טאקע בעסער?

שוין, ווייס איך נישט. וואס זאגט איר?
 
די ארגינעלע פראגע איז (דורך טים אורבאן כמדומה), ווען מ'האט א בלויע און רויטע קנעפל, אויב 50 פערצענט פון מענטשהייט קוועטשט די בלויע בלייבט יעדער לעבן, אויב ווייניגער ווי 50% מענטשן קוועטשן עס - רוב קוועטשן די רויטע - שטארבן די אלע בלויע און די רויטע בלייבן לעבן.
פארוואס זאל איינער דרוקן די בלויע? דער וואס גייט מיט בלוי איז זיך אליינס שולדיג אויב ער שטארבט.

זאל יעדער דרוקן רויט און דער וואס דרוקט בלוי האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן און ס'איז נישט מיין פראבלעם.
 
די שאלה איז נישט דן דיין אייגענע מאראליטי, עס איז דן וויאזוי דו קוקסט אן די כלל'ס מאראליטי
 
די שאלה איז נישט דן דיין אייגענע מאראליטי, עס איז דן וויאזוי דו קוקסט אן די כלל'ס מאראליטי
מ'קען אבער נוצן דעם כלל פון: כל הנגעים אדם רואה חוץ - איז מנגעי עצמו.

א מענטש פראדזשעקט זיין אייגענע מאראליטעט אויפן כלל.

איך וואלט יא געדרוקט די בלויע (ווי געזאגט, אין ריעל לייף קען זיין אנדערש..) ווייל מיין אייגענע בליק אויף מענטשהייט איז דעספערעט צו גלייבן אז זיי זענען מער גוט ווי עגאאיסטיש.. און פון די אנקעטע זעט אויס אז איך בין מיר נישט טועה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פארוואס זאל איינער דרוקן די בלויע? דער וואס גייט מיט בלוי איז זיך אליינס שולדיג אויב ער שטארבט.

זאל יעדער דרוקן רויט און דער וואס דרוקט בלוי האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן און ס'איז נישט מיין פראבלעם.
רחמנות איז אויך אן אינסטינקט, נישט נאר סורווייוועל.

דאס הייסט, ס'העלפט נישט זאגן אז יעדער 'זאל' דרוקן רויט. מענטשן וועלן דרוקן בלוי ווייל זיי ווילן יא ראטעווען מער ווי זיך זעלבסט. און אויב אזוי איז עס א פראגע פון נומבערס, איינמאל דו שאצט מיט קאנפידענס אז עס איז מער ווי 50% ביסטו נישט בלויז פארזיכערט נאר אויך Virtues
 
טוט זיך א טרענד אויף X צו מאכן אנקעטעס איבער רויטע און בלויע קנעפלעך וועלכע הרג'נען מענטשן.

מר. ביעסט האט נארוואס ארויסגעלייגט די זעלבע אנקעטע. און אודך ארום 58% פערצענט (בשעתן שרייבן) האבן געשטומט בלוי, בשעת די רויט'יסטן שרייען ווי משוגע זיי אלע זענען.

ס'איז אינטרעסאנט צו אבזערווירן א מיעם (meme) אין די מעיקינג..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
@אלפא מאך אן אנקעטע פאר ביידע, עס גייט זיין דערפרישענד קעגן די לעצטיגע אנשיקעניש פון אנקעטעס.
 
פאר די צווייטע פראגע וואלט איך נישט צו שטארק אריינגעטראכט פארן מאכן אן החלטה, ווייל יעדער גייט במילא שטארבן, ווייל ס׳זיכער נישט דא מער ווי 50 פארצענט פון די באפעלקערונג וואס איז גרייט מקריב צו זיין זייער לעבען.
אפילו אויב די וועסט זאגען אז אלע עלטערן וועלען דרוקען רויט, קומסט נאך אלץ נישט אן צי 50 פארצענט, און דאס אז אלע עלטערן וועלן דרוקען רויט איז אויך נישט די מציאות.

אגב דאס איז אלעס אפילו נאכען גלייבען באמונה שלימה אז דאס וואס איך דרוק קען אויסמאכען, און ס׳זאל ווערען דיסיידעד ביי איין מענטש.
 
נאכן טראכטן אביסל בין איך ביי די החלטה אז איך גיי פאר בלוי. אפי' אינסטינקטיוו וואלט איך געגאנגען פאר רויט כאטש צו ראטעווען אנדערע (על הצד), למעשה וועט דאך אבער אויסקומען אז א סאסייעטי פון בלויע קוועטשער וואס האבן איבערגעלעבט וועלן זיין א באנדע סעלפיש עגאיסטישע חברה - די וועלכע האבן זיך נישט גערעכנט מיט אנדערע. טא, וואס איז גוט אזא סאסייעטי?! פאר דעם פרייז זאלן זיי אלע שטארבן..
ווער קוועשט פאר די בעביס? און קינדער וואס קווטשען אליין אסאך פון דעי גייען נאך אויפוואקסען און זיך נאך טוישן, חוץ אז די וועסט מיר זאגען אז אויב אלע ערוואקסענע מענטשן און א סאסייאידי זענען סעלפיש האבן די קינדער א שוואכע שאנס אויפציוואקסען אנדערש.
 
אינטרעסאנט אז סיי ביי טים אורבאן און סיים ביי מר ביעסט זענען די רעזולטאטן איינגעטיילט כמעט גלייך, 58/42.

כ'גלייב נישט זיי האבן פונקט די זעלבע אודיענץ.
 
אינטרעסאנט אז סיי ביי טים אורבאן און סיים ביי מר ביעסט זענען די רעזולטאטן איינגעטיילט כמעט גלייך, 58/42.

כ'גלייב נישט זיי האבן פונקט די זעלבע אודיענץ.
זיי האבן די זעלבע קאהארט, מענטשן וואס נוצן טוויטער
 
Back
Top