- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,416
- רעאקציע ראטע
- 10,318
- פונקטן
- 1,943
טוט זיך א טרענד אויף X צו מאכן אנקעטעס איבער רויטע און בלויע קנעפלעך וועלכע הרג'נען מענטשן.
די ארגינעלע פראגע איז (דורך טים אורבאן כמדומה), ווען מ'האט א בלויע און רויטע קנעפל, אויב 50 פערצענט פון מענטשהייט קוועטשט די בלויע בלייבט יעדער לעבן, אויב ווייניגער ווי 50% מענטשן קוועטשן עס - רוב קוועטשן די רויטע - שטארבן די אלע בלויע און די רויטע בלייבן לעבן.
די רעאקציע איז געווען שארף צוטיילט, מאנכע האבן גע'טענה'ט אז מיטן זיין א גוטע און קוועטשן בלוי פארדינט מען אז יעדער בלייבט לעבן, מה עוד, רוב מענטשהייט באשטייט פון קינדער וואס זענען נישט סעלפיש סייווי, ובכן קוועטשן בלוי אינאיינעם מיט רוב הומעניטי פארזיכערט יעדעם.
די רויטע האבן לעומתם געשריגן אז ראציאנאל האט נישט קיין זין צו קוועטשן בלוי און בלייבן בספק אויב הומעניטי איז טאקע מער גוט ווי סעלפיש. קוועטשן רויט ביסטו פארזיכערט און דאס איז וואס מאכט אויס. פינטל.
דערפרישנד געווען צו זען אז אינעם פאול זעלבסט האט טאקע בלוי געווינען, וועלכע באדייט אז מענטשהייט האט נאך קאלעקטיווע גוטס צו זיך.
הגם ארגועבלי אין א ריעל לייף סיטואציע וואלטן מסתמא יא מער מענטשן געקוועטשט רויט - אפי' די וועלכע שווערן זיך אז זיי וואלטן געריקט דעם לעווער פונעם טראלי צו די איין מענטש אוועק פון די פינף..
יעצט איז דא א פרישע דורך Massimo:
דאס מאל, אויב 50% קוועטשן בלוי שטארבט יעדער, און אויב ווייניגער ווי 50% קוועטשט בלוי שטארבט נאר די רויטע. (נישטא קיין אפציע נישט צו קוועטשן בכלל)
דאס מאל איז עס א פראגע פון תמות נפשי עם פלשתים אביסל.
אויב קוועטשט יעדער בלוי שטארבט דאך יעדער, אבער פונקט אזוי ווען זיי אלע קוועטשן רויט (וויבאלד ווייניגער ווי 50% האבן געקוועטשט בלוי..). די פראגע איז צו מ'זאל קוועטשן בלוי אלס ספק צו זיין אין די מינאריטעט, אדער וועט יעדער סייווי גיין פאר דעם אפציע און דערפאר שטארבן, ממילא פארוואס נישט זיין א גוטע און כאטש ראטעווען האלב הומעניטי ביים זיך מקריב זיין מיט רויט?!
נאכן טראכטן אביסל בין איך ביי די החלטה אז איך גיי פאר בלוי. אפי' אינסטינקטיוו וואלט איך געגאנגען פאר רויט כאטש צו ראטעווען אנדערע (על הצד), למעשה וועט דאך אבער אויסקומען אז א סאסייעטי פון בלויע קוועטשער וואס האבן איבערגעלעבט וועלן זיין א באנדע סעלפיש עגאיסטישע חברה - די וועלכע האבן זיך נישט גערעכנט מיט אנדערע. טא, וואס איז גוט אזא סאסייעטי?! פאר דעם פרייז זאלן זיי אלע שטארבן..
דאך, סורווייוועל אוו די פיטטעסט באדייט דאך בכל אופן אז די מער עגאיסטישע געווינען, ניין? ווער זאגט אז א סעלפלעס סאסייעטי איז טאקע בעסער?
שוין, ווייס איך נישט. וואס זאגט איר?