ברויך עסן בכלל האבן א השגחה אין פארגעשריטענע לענדער?

וויאזוי פירט זיך דער עולם דא אין אלגעמיין? (אפשר דארף א באזונדערע טאפיק וואס איך קען דערווייל נישט עפענען אליינס).

האלט מען אלע כשרות?
אדער עסט מען סיי וואו ס'איז דא עפעס א הכשר פון ווייס איך וועם?
איז דא איינער וואס האט געדראפט כשרות אינגאנצן?

איז דא דא איינער וואס האלט זיך אפ פון עסן סטראבעריס?
איך עס כמעט נישט קיין פרישע סטראבעריס. לעצטנס האב איך דעסיידעד יא צו עסן...

(איך ווייס פון א גרופ יונגעלייט וואס זענען אמאל געגאנגען פרעסן אין א גוישע רעסטעראנט...)
 
איז דא דא איינער וואס האלט זיך אפ פון עסן סטראבעריס?
איך עס כמעט נישט קיין פרישע סטראבעריס. לעצטנס האב איך דעסיידעד יא צו עסן...
לויט הרב איתם הנקין הי"ד מעג מען עסן סטראבעריס, די שאלה איז וויפיל ווערים הייסט א מיעוט המצוי וואס איז מחוייב בדיקה, און אויב מען וואשט עס אפ ווערט עס זיכער א מיעוט שאינט מצוי און איז נישט מחוייב בדיקה לויט אים, אפי' עס איז קודם געווען א מיעוט המצוי
 
לעצט רעדאגירט:
האלט מען אלע כשרות?
אדער עסט מען סיי וואו ס'איז דא עפעס א הכשר פון ווייס איך וועם?
איז דא איינער וואס האט געדראפט כשרות אינגאנצן?
האסט דורכגעליינט דעם וועבזייטל וואס איך האב געלינקט? ס'כדאי דורך צו ליינען
kashrut.org | Practicing Judaism without all the pain
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top