bshow_up

אפשר קען זיין אז עס איז דא 20% מער פרויען טיקעטס? ווער זאגט דיך אז עס איז געווען 50-50?
I'm in the field of Shiduchim myself and the way the field works is that the women are more hesitant than men to go to such a gathering. It's therefore very difficult to believe that they should Lekatchila set it up with a plan in mind to bring more women.
 
I'm in the field of Shiduchim myself and the way the field works is that the women are more hesitant than men to go to such a gathering. It's therefore very difficult to believe that they should Lekatchila set it up with a plan in mind to bring more women.
Why can’t it be possible
that this was actually the strategy
to address the fear of women
and to help them feel assured
that this isn’t a place to be exploited
harassed and deeply disappointed
?
 
I hear what you say, but what would be the reason they should bring more females than males. Even if they put a focus on making the females feel comfortable, that's still not a reason to bring more females than males.

In other words, why should we use unlikely explanations to justify an unlikely claim which has no source?
 
לעצט רעדאגירט:

This event is sold out​

You can register to be the first to know about our next event, and to be on our list of people we should know about.
 
אויב יא איז גוט
אבער איך קלער אז לכאורה איז נישט אזוי ווייל אויב יא פארוואס איז פאר די מענער טייערער ווי פאר די פרויען?
 
יעצט קען מען זיך אויפסיינען און זיי וועלן לאזן וויסן ווען עס וועט זיין א קומענדיגע איווענט
לכאורה ברויך מען זעען וויאזוי עס וועט זיך אויסארבעטן
איין זאך וואס איך גלייך נישט איז עס איז מוצאי שבת אין א פליישיגע רעסטאראנט....
אויך האלט איך פונקט ווי ר וויגי אז די עדס ברויכן זיין אין אידיש
 
  • לייק
רעאקציעס: 1yes
מיין פעוואריט אשכול.

אוי איך האב דארט ארומגעקאכט, כ'מיין ס'איז געווען מיין ערשטע מאל ווי איך בין אריינגעקומען לייק, איך נעם יעצט די מייק... געשאטן פעך און שוועבל אויף אלעם!

לאמיר עס דא איבערלייגען:

@שמן למאור
יעדער זאל נעמען זיין זכרון און צוריקגיין צו זיינע ישיבה יארן, פון אלע בחורים וואס האבן געלערט און זיין סביבה, איז געווען בערך צען בחורים מיט וואס ער האט מיט זיי קוים געהאט א שייכות, נאך צוואנציג וואס ער איז געווען גוט מיט, און פון צייט צו צייט אויסגעטוישט אפאר ווערטער מיט זיי, דערנאך איז געווען נאך בערך צען, וואס זיי זענען געווען פון זיין נאנטע רינגל חברים, און פון זיינע צען נאנטסטע, איז געווענליך דא איין אדער צוויי וואס מיט זיי איז מען מורא'דיג נאנט.

יעצט שטעל זיך פאר אז זיי זענען אלע נקיבות און עס קומט די צייט צו ווערן א חתן, וועמען וואלסטו אויסגעקליבן?? וואס איז די שאלה? אודאי וואלסטו גענומען דעם וועם דו קומסט זיך די בעסטע אויס מיט אים, מיט וועם דו האסט די מערסטע ליב צו פארברענגען, און פארשטייען זיך די בעסטע צוזאמען, נישט קיין נפק''מ אויב די טאטע'ס שטימען, נישט קיין נפק''מ אויב זיין טאטע האט געלט אדער נישט, און אויך נישט קיין חילוק ווי פלייסיג ער לערנט שובבי''ם, דו וועסט לעבן מיט וועמען דו פארשטייסט זיך די מערסטע, און מיט וועמען דו האסט די מערסטע א משיכת הלב צו אים.

יעצט וועל איך ענק אויסזאגן די סוד: עס איז טאקע דא אזא ישיבה! עס הייסט בית חינוך לבנות, און דארט איז דא אלע מיני סארטן מיידלעך!! די פראבלעם איז אז דו קענסט קיין איינעם נישט, און די שדכן קען נאר קוקן אויף די נארישסטע זאכן ווי געלט, לערנען, וכו', און אלע אנדערע משוגעת'ן, מען גיבט נישט די בחור קיין שום אויסוואל, מען נעמט א בחור פון אכצן יאר וואס האט קוים געזען א צורת אשה, און מען זעצט אים קעגנאיבער א נקבה פאר א שעה צוויי, זיי רעדן אביסל, ער מאכט זיכער אז עס רינט איר נישט קיין שפייעכטס פון די מויל און אז זי קען אביסל שמועסן, און.... מזל טוב!! א נייע שידוך!! פארוואס נישט?
@אינטעליגענט:

איך בין איינשטימיג מיט יעדע ווארט! איך האלט דו האסט עס געגעבן אביסל מחשבה און דאס איז די ערשטע פראבלעם ביי אונז; טראכטן איז נישט ערמוטיגט. מ'קען אסאך שרייבן וועגן דעם, איך וואלט געוואלט זעהן אן ערנסטע אפהאנדלונג פון אונזערע אלטגעזעסענע פעדער-מייסטערס א שטייגער ווי ערעב @קטלא קניא ווייל לדעתי ליגט אין דעם אישו אסאך ניואנס אז ער קען געהעריג מאכן נאך א ותינוק ללמדו ספר, מ'קען עס אפשר א נאמען געבן צער גידול בנים.. דא טעמע: א בעשוי מיטן שטריימל האב איך ארויסגעברענגט א פוינט וועגן די אויסדריק "אריינגעפאלן" אבער בעצם איז דא נאך אסאך צו רעדן.

איך האלט אז דאס איז פון די אייגנארטיגע פראבלעמען וואס איז לינקד צו אסאך קליינע פאקטארן וואס אלעס צוזאמען ברענגט אזעלכע צופראסקעטע רעזולטאטן פאר אזויפיל אחבנ"י.

איך וועל דא אדרעסירן אפאר בולעט פוינטס וואס דארף ווען זיין די צענטער פונעם שמועס:

1) די פאקט אז מ'וואקסט אויף סעגרעגעטעידעד אין די בתי חינוך, און נאך בר מצוה עפ"י רוב - פון די ברעקל וואס מ'האט ביז יעצט געהאט - האקט מען אפ יעדע סאציאלע שייכות מיט די פארקערטע מין, אויף אן אופן וואס איז לדעתי זייער נישט געזונט. און דאס איז אן ערנסטע קאנטריביושן צו וואו סאושעלי אקווערד ס'שפירט זיך צו זיין אינאיינעם אין אזא נאנטן געגנווארט איינער אליינס, דאס קען זיך שוין ווענדן אין וועלכע קרייז, אבער דאס איז א גרויסע פאקטאר.

2) ווען ס'קומט צו סארטן personalities, איז ווייטער חורבן, מ'וועט נעמען די most random commonalities און זאגן ס'איז א מעטש אפי' די commonality האט אפט נישט די מינדעסטע שייכות צום רילעשענשיפ. למשל א יתום און א יתומה, א פעשע מיידל מיט א פעשע בחור, נידריג מיט נידריגער, אה! לחיים, וואס קען זיין בעסער? פריי דיך אז זי וויל דיך... ס'קען אמאל זיין די מינדעסטע שטות, אדער דאס אויך נישט! וויפיל מאל שטעלט מען צאם אן עקסטרעמע אינטראווערט מיט א לעבעדיגער סחורה ווי מ'רופט עס א "סאושל באטערפליי" צוויי מענטשן מיט פארקערטע נאטורן וואס וואלטן אין ווילדסטן חלום נישט פארטוישט קיין ווארט אין א באר, צו אויפן פליגער אויב די אומשטענדן ברענגן זיי צאם פנים אל פנים, אבער דא ווייל עפעס א שדכן האט געהאט עפעס אן אפיפעני טרעפן זיך די צוויי אין איין שטוב ווי אריינגעפאלן פון די סקיילייט, אזוי ווי איך זאל מיך מארגן מיעטן מיט איינעם פון מארס, און פון איין רגע אויפן צווייטן דארפן מאכן קאנווערסעישן וויאזוי דאס לעבן גייט דארט צו, און טאמער דאס איז נישט גענוג, א טאג דערויף דארף איך שוין געבן די אקעי אז איך בין טאקע גרייט זיך אריבערצוציען אהין

?like what in the world

3) די עקסטרעמע אבסעסיע מיט קאמפעטביליטי פון די משפחות אבער זייער ווייניג פאקוס אויף די פאטענציאלע חתן און כלה. דאס איז דא ביי די אינדיאנער פונקט אזוי,

4) די אומלאגישקייט און רעקלעסנעסס פון נעמען הויכע ריסקס מיט די ארענדזשד מערידזש, נאר צו פראטעקטן דעם הייליגן טראדיציע, אבער ווען די שפיל געלונגט נישט שיקט מען דעם יעניגן דעיטן מיט איין התלהבות אדרבה ואדרבה! גיי ארויס פאר ראונד 2 און 3, ביזט דאך שוין סייווי סיי א געליטענער, נישט דיך מיינט די מסורה...

5) די דיספראפארציע פון חינוך און קאמפעטענס צו זיין א נארמאלע מענטש נאך די שבע ברכות צווישן די צוויי גרופעס, איז ממש הימל און ערד! א מיידל אין יעדע חסידישע מוסד איז ערמוטיגט אויסצונוצן אירע פעאיגקייטן, שרייבן עסעיס, שטודירן היסטאריע, געאגראפיע, נייען, באקן, טייפן, און זינגען וכו' בעת וואס דער בחור'ס קאריערע אויסוואלן זענען לימיטעד צו ווערן די נעקסטע ראש הכולל, שואל ומשיב, און ר"ם. (זיינע טאלאנטן און האביס איז דאך נישט נוגע ווייל ער גייט דאך זיצן על התורה ועל העבודה ביז די פינף און ניינציג און פארענטפערן ר' עקיבא אייגר'ס) ער ווייסט קוים וואס טוט זיך מיט זיך, זאל ער נאך וויסן וואס ער וויל אין א מיידל וואס איז אין אזויפיל יעדן טאגיגע הינזיכטן אינטעלעקטשועלי סופיריער פון אים? למשל אויב זי קען אים אויסרעכענען צען פרעזידענטס אויסעווענדיג וועט ער קענען איר אויסרעכענען ווען מ'צאלט כפל פאר א אקס און ווען מ'צאלט חצי נזק? און אז ער קען דאס נישט קען ער פאר א נויט די 10 בעסטע חתונה שפילערס? וואס ווייסט ער שוין? מענטשן כאפן נישט, בחורים היינט זענען ליידיגע קעפ! קיין תורה סקאלערס זענען זיי נישט, וועלטליכע זאכן קענען זיי אויך נישט, וואס יא? אביסל רבני'שע פאליטיק און מוזיקאנטן, פשש... מיט דעם גייט ער צו די חתונה. ס'איז א הייזעריגע וויי געשריי! און אז זיי ביידע ווייסן נישט קיין סך, איז טאקע די סאלושן מ'זאל לויפן שטעלן חופה?

6) דאס דארף ווען זיין נומער איינס: a lack of logic פשוט מענטשן זענען בלינדע אידיאטן וואס לעבן פאר יענעם, אן טראכטן פאר זיך. פארוואס דארף איך טראכטן? יענער טראכט דאך שוין? איך דארף נאר נאכטוהן וואס די גאס טוט. אמאל קען אויך זיין ווייל זיי פארשטייען טאקע נישט די פראבלעם, צו ווייל ס'גייט זיי אינגאנצן נישט אן, צו ווייל מה יאמרו הבריות, אדער איז דא די דינייעל תירוץ: קוק אהער איך האלט אז בעצם ביזטו טאקע גערעכט, אבער למעשה האלטן די מסורה איז וויכטיגער ווייל די מינוט וואס מ'טוישט די נעקסטע זאך איז חזיר פלייש תוך כדי דיבור אמאל.. און געבויט אויף די און ענליכע פאלאסיס, שעכט מען אויס דורי דורות און מ'פארברענט מיליאנען דאלערס.

7) א מער אביוויעס עלעפאנט אין די רום: codependency מיר האבן אויפגעצויגן אונזערע קינדער אויף אזא סארט וועג אז זיי זענען נישט גענוג מעטשור זיך אליינס צו נעמען, צו ביי דיזיין, צו ווייל זיי זענען טאקע codependent אבער דאס איז די פאקט. א טינעידזשער האט נישט קיין שום אוטאנימי! און ווען יא, ווער זאגט זיי וואלטן עפעס גענומען בכלל?

8) מ'וואקסט אויף אן צוזעהן קיין שום ראמאנטישע gestures פון די עלטערן און יא.. אפילו פון א נארישע מאווי, און אזוי גייט מען צו די שיעורים וואו מ'קען הערן די שענסטע משוגים און טיפס, אבער אז מ'האט נישט אין מוח מיט וואס עס צו פארגלייכן וויאזוי ערווארטסטו מען זאל וויסן וואס דאס איז?


איך ווייס נישט צו די עולם כאפט ווי פארריקט דאס איז! האסטו אים אראפגעזעצט מיט די מיידלס חבר'טעס? ווייז אים אפשר א קלאס פיקטשער? אפשר איז די מיידל טאקע פיין לכשעצמה און די בחור אויך פיין לכשעצמו, אבער ווען זיי וואלטן געלערנט אויסגעמישט ווי און פאבליק סקול, וואלט דאס געווען זיין זיבעטע אדער אכטע אויסוואל, פשוט ווייל זיי קליקן נישט עכט, און הגם מען וועט זיך אפשר מסדר זיין מיטן לעבן, אבער פארוואס מיז מען צורויבן פון אונזערע קינדער דאס וואס וואלט געקענט זיין פאר זיי דאס בעסטע? מען מוז האבן א שטארקע מזל אז די שדכן זאל פונקט צוטרעפן דיין ''בעסטע'' חבר אויפן צווייטע זייט מחיצה.
פאריקט איז נישט דאס ווארט. ס'איז דא אזויפיל וועגן צו טרעפן דעם ליבשאפט, וואס מענטשן ווייסן ניטאמאל עקזיסטירט אין די גאס high school sweethearts איז איין זאך, opposite attract איז נאך א קאנצעפט, ס'איז דא צוויי מענטשן וואס האבן ביידע ליב ארט און טרעפן זיך ביי עפעס א מאלעריי און ס'מאכט זיך א שמועס, אדער אין א בוך געשעפט, פארשידנס. ס'איז דא coworkers אין די זעלבע סורקל וואס מאכן זיך די חשבון: אז מיר ביידע זענען אטורני'ס אונז קענען זיך שוין 4 יאר, פארוואס זאלן מיר נישט לעבן אינאיינעם א חיים טובים און עווענטועל אנהייבן א משפחה, ווייל אונז טוה מיר דאך ביידע אין דעם זעלבן פעלד, און מיר פארשטייען זיך גוט איינער דעם אנדערן? אבער פאר אזא זאך ברויך זיין פולע אויטאנימי און קאנסענט צווישן צוויי ערוואקסענע מענטשן - נישט זייערע לעגאלע גאורדיענס. נאר זיי אליין!

@שמן למאור אלזא, פלעגן די שרייבערס שרייבן, וואס איז מיין לעזונג? וואס קען מען טון דערצו? דער תירוץ איז גאנץ א פשוטע, און איז גאנץ ענליך צו וואס די משנה זאגט אין תענית 'לא היה ימים טובים וכו' שבהם בנות ישראל וכו'...מען דארף נעמען א גרויסע זאל, און אלע בחורים פון אכצן יאר און ארויף און אויכעט אלע מיידלעך פון די יארגאנג און ארויף זאלן זיך צוזאמקומען, יא!!! אהן קיין מחיצה!! לשם זיך טרעפן און באקענען לצורך שידוכין!! מען זאל אנגרייטן גוטע עסן מיט טרינקען, (נישט קיין יין המשכר, עס זאל נישט ארויסגיין פון די גבולים) און אויסשטעלן אסאך טישן וכדומה מען זאל שיין פארברענגען איינער מיטן צווייטן, זיך טרעפן דיין בעסטע אפציע, זען מיט וועמען דיינע אויגן מאכן א גוטע קאנטאקט, מען זאל זיך אויפטוישן טעלעפאן נומערן און מען זאל טרעפן דער וואס איז די בעסטע צוגעפאסט פאר דיר! מען זאל דאס טון איינמאל א חודש, און פארשטייט זיך אז די פאר וועלכע זעהן אויס די מערסטע צוגעפאסט, וועסטו אנהאלטן קשר אויפן טעלעפאן און אויך זיך טרעפן אין אנדערע צייטן און אנדערע פלעצער..
נא ווער האט טאקע אפדעיטס פון די RSVP אפגעפארענע חסידישע דעטינג אווענט? וויפיל מעטשעס/דעיט'ס איז דערפון ארויסגעקומען?

און... לדעתי וועט ביז דריי חדשים נישט זיין קיין אלטע בחורים אדער אלטע מיידלעך, עס וועלן ווערן אמת'ע פיינע צוגעפאסטע שידוכים, בעסער ווי די בעסטע שדכנים וועלן אמאל קענען צושטעלן, און שלום על ישראל! יא, עס הערט זיך קאטערווערסיאל, אבער... האסט א בעסערע עצה??

די ווארט איז נישט אוועקרוקן די מחיצות, אין אינדיע קומט מען זיך אויך צאם אין איין שטוב אן א מחיצה, אבער דער עולם קען זיך נאך אלס נישט בחייכון.. ווייל די מענטשן ווילן נישט זיין דארט! די עלטערן האבן זיי אהינגעשלעפט! מ'דארף ברעכן די מחיצה אין מוח וואס שטערט אז מ'זאל זיך קענען און פארשטיין אויף א געזונטע וועג, פונקט וויאזוי מיר האבן שלעכטע preconceptions פון אנדערע ראסע'ס און עטנישע גרופע'ס (ווי אימיגראנטן, שווארצע, וכו') ווייל מיר דרייען זיך נישט מיט זיי, פארשטייען מיר זיי נישט... ס'איז ביי מיר די זעלבע זאך.

אוודאי וואלט עס געווען א מורא'דיגע געדאנק, באט איך ווייס נישט אויב איז דאס איז the end all be all אבער זיכער א סטעפ אין די רייט דיירעקשן. די שאלה איז וויפיל זענען אפילו פאר דעם רעדי, פאר אן עוורידזש אן אכצן יעריגע בחור וועט דאס נישט צופיל העלפן, ס'וועט העלפן אויף די חלק פון אטרעקשן, און סאשולייזן, אבער די עכטע עצה איז נישט מאכן נאך אן ארגענעזעישן מיט נאך א רחמנות קעיס וואס מ'דארף זיך ווייטער איינער דעם צווייטן לעבן אין יענעמס שמוצוועש נאר פשוט, שיקן דעם עולם ארבעטן, אדער גיין פאר א GED און איינמאל מ'האט שוין געלעבט אויף די וועלט, מ'האט שוין געצאלט בילס, מ'האט שוין געבויט קרעדיט, מ'ווייסט שוין עפעס וועגן אוועקלייגן געלט, יעצט קען מען רופן א שדכן מאכן א רעזומעי און פשוט טוישן דעם לאוקעישן פון פערלאוויטש'ס דיינינג רום, צו א שיינע האטעל, באר, רעסטוראנט און זיך טרעפן ווי צוויי נארמאלע מענטשן מיט א רוהיגע קאפ, אן קיין פאפעראציע אן קיין באדי גאורדס אין די נעקסטע רום, נאר די צוויי מענטשן אליינס - ווייל סוכ"ס איז עס דאך עס זייער לעבן'ס דיסידזשאן, און שוין.

וועט איינער זאגן טעלי, איך קען מיין זוהן און איך זאג דיר ער איז נאכנישט גרייט אויף אזא מהלך. גערן! זאל ער ארויסגיין און אהיימקומען און זיך פארצייכענען ווי ער קען זיך פארבעסערן, אדער מאכן א נאוט אז מיט די סארט מיידל וויל איך פאר די 5 סיבות נישט ממשיך זיין! כאטשיג ווייסט ער וואס ער וויל נישט!

ווייל לאמיר דיר פרעגן א סימפל זאך: אז דו ווייסט אז ער איז נישט רעדי צו דעיטן ווי א נארמאלע מענטש, פארוואס אין די וועלט מאכסטו אים חתונה??
 
דער עולם מישט דא אויס ליעבע מיט compatibility. פשוט׳ע ליעבע ווערט דעוועלאפט נאטורליך מיט סיי וועלכע מענטש מיט וועם מ׳לעבט א בשותפות׳דיגע לעבן, דאס גיבט אבער נישט אזויפיל סיפוק ווי לעבן מיט א compatible בן/בת זוג מיט וועם מ׳קען שטייגן און עקספלארירן צוזאמען, ס׳איז כרחוק מזרח ממערב. כ׳האב א חבר א גוי (נישט א גוי גמור, א מהודר׳דיגער גוי וואס איז כשר צו זיין א שבת גוי און קויפן חמץ אויף פסח :P ) וואס האט מיר פארציילט אז ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין עפעס א סארט קליינע קיבוץ/קולט ערגעץ אין די שטאטן in the middle of nowhere, רוב חברה דארט זענען געווען פארהייראט מיט קינדער, ער מיט נאך א צוויי מיידלעך זענען געווען די איינציגסטע סינגלס דארט אין זיין יארגאנג. פארציילט ער מיר אז איינע פון די מיידלעך דארט איז געשלאפן מיט איהם אין א ציממער און ער האט איר נישט נארמאל געליעבט, אויף אזוי ווייט אז ווען ער האט זיך געזעגנט מיט איר פאר׳ן גיין ווייטער אין לעבן האט ער ממש געכליפעט ווי א קליין קינד. ס׳נישט כאילו ער האט געהאלטן ביים חתונה האבן מיט איר, פארקערט, ער האט איר נישט געקענט דערליידן, פשוט נאך א לאנגע צייט עסן, שלאפן, פארברענגען, און ארבעטן צוזאמען טאג איין טאג אויס, און זייענדיג כמעט די איינציגסטע סינגל זיין עידש וואס ער האט געזעהן פאר די אויגן חדשים לאנג האט זיך שוין עפעס דעוועלאפד. ער פארציילט מיר אויך אז אפאר מענטשן, אריינגערעכנט דאס מיידל אליין, האבן איהם געפרעגט פארוואס ער האלט נישט ביים איר הייראטן, ״דו האסט איר ליעב, נישט אזוי?״ - האבן זיי איהם געזאגט. ווי האט ער זיך אויסגעדרוקט, ״I loved her, but I didn't like her, she just wasn't for me". דאס איז מער ווייניגער וואס מ׳טוט ביי חרדים, מ׳פאקט אריין צוויי רענדאם נשמות וואס ווייסן נישט פון עפעס בעסערס אין איין שטוב, מ׳צווינגט זיי מיט הלכה׳דיגע אויסריידן צו האבן א קינד, און אז מ׳קערט צוזאמען פאר א קינד ווערט נאטורליך געשאפן עפעס א קאננעקשאן, ביי איינעם מער ביי איינעם ווייניגער, און שוין, דאס קאפל לעבט זיך אפ דאס גאנץ לעבן נישט וואוסענדיג וואס זיי פארפאסן, א רילעשנשיפ מיט א צוגעפאסטע מענטש קען אזויפיל מער געבן פאר א מענטש ווי א רעלעשנשיפ מיט סתם א רענדאם stranger, חבל.

אזוי ליינענדיג האב איך באמערקט א תגובה פון מיין באליבטע רבינו הקדוש.

ס'איז אזא טיפע פוינט, איך האב עס געמוזט ציטירן. ס'האט מיך דערמאנט פון א פערזענליכע קיבוץ מעשה וואס איך האב געהאט, געטראפן א מיידל אויף איינע פון די סאציאלע עפס (נישט די בעסטע וועג פארשטייט זיך) מיר האבן אנגעהויבן שמועסן, אין קאמאן האב מיר געהאט נול די קאמפעטעביליטי איז נישט געווען דארט. אבער כ'האב מיך געפרייט כ'האב איינעם און מיינע געפילן האבן עס דזשאסטיפייט, למעשה סי האט געוואוינט אין א קיבוץ אבער מער פון דעם, ס'האט זיך געהערט ווי א אלט. רעכטע קולט ווי אלעס איז זייער קאנטראלירט און מ'דארף ארבעטן שווער און אליינס פלאנצן עסן... זי איז עפעס אריינגעפאלן דארט פון א שווערע שטוב אין יעהופעץ פון פאריז, עפעס... אפשר האט די געזוכט צו ווערן פרום, איך געדענק שוין נישט פונקטליך אבער וואס כ'געדענק לא איש, ס'איז געווען אזוי awkward זי האט נישט גערעדט איך בין מער א שמועסער, אבער זי האט געשמייכלט אזוי שעמעדיג פון יעדע זאך... אבער איך ווייס נאך היינט נישט צו זי האט נישט גערעדט פון נאטור צו זי איז סתם געווען פארשקלאפט אין א קולט און פארקריעפט געווארן... נעבעך.

נאך א וואך אדער 2 האב איך געמוזט אפהאקן מיט איר, כ'האב געפילט אזוי סטופיד... איך רעד דא א מעשה פון 6-7 יאר צוריק. כ'האב אויך נישט געוויסט וויאזוי מ'רעדט.
 
Back
Top