איבעראל אין אלע היימישע סאושעל-מידעא טשענעלס רעדט מען איבער עפעס א שרעקליכע ראדיקאלע סאציאליסט, נאכדערצו עפעס א האלבע אראבער. ס׳איז ממש עק וועלט!
די “אויפגעקלערטע רעפובליקאנער חסידים” וואס רוב פון זיי לעבן אויף מעדיקעיט, סעקשאן 8, טעקס ריטורן, פודסטעמפס, וויק, וואטשערס וכו׳ האבן מורא פון עפעס א סאציאליסט…!!! זיי האבן נישט קיין מורא פון די פארטיי וואס וויל זיי צונעמען אלע זייערע גאווערמענט פראגראמען און פון מענטשען וואס האלטן אז יעזוס האט געשענקט אמעריקע
נאר פאר ריינע ווייסע מענטשען און יעדער איינער וואס איז נישט ווייס דארף מען דעפּאטירן און ארווסווארפן פון דא, ספעציעל אונז אידן דארפן זיכער גיין וואוינען קיין ישראל לויט זייער פאלשע רעליגע. זיי האבן נישט קיין מורא פון די אומציוויליזירטע נעא-נאציס וואס מארשירן ווי למשל אין די קליפ אין טענעסי ווי זיי רופן פאר “מאסען-דעפּאָרטאַציעס” און פאר א ריינע “ווייסע קריסטליכע לאנד” און “פארמאכטע באורדערס”
View: https://www.instagram.com/reel/DK5jSNGMTWz/?igsh=cWNubWc5Y3Q1OHI4
נאר פון א דעמאקראטישע- סאציאליסט האבן זיי מורא!!! א קאנדידאט וואס לויט זיינע פאליסיס וואלט ער גערופן געווארן א מעסיגער, א מאַדערעט אין רובא דרובא פון די נארמאלע פרייע מערב לענדער אויף די וועלט! ממש אזא עקסטרעמיסט אז ער וויל אז רייכע מענטשען זאלן באצאלן טעקס און אז די גאווערמענט זאל העלפן די ארימע און די מיטעל קלאס בירגער…!!! ממש אזא עקסטרעמיסט אז ער וויל מאכן אמעריקע פאר דענמארק, שווייץ, שוועדען, פינלאנד, היינטיגע דייטשלאנד, בעלגיע וכו׳
יא יא!!! פארמאכטע באורדערס וועט מאכן אמעריקע גרעיט עגעין!!! אוואדי!
די פראבלעם איז נאר אז די פאקט איז אז יעדער לאנד אין די היסטאריע פון די לעצטע צוויי טויזענט יאהר וואס האט פארמאכט זייערע באורדערס איז געווארן א “דריטע וועלט לאנד” ביז אפאר יאהר און פארלוירן זייער עקאנאמישע און מיליטערישע מאכט, און ווידער פארקערט, וועלכע לאנד וואס האט
יא אריינגענומען יעדע ראסע האט דאמינירט די וועלט, א שטייגער ווי שפאניע וואס האט פארלוירן זייערע אימפעריע און זייער מאכט נאך גירוש שפאניע, און ענגלאנד און פראנקרייך וואס האבן געהאט די מערסטע טאלערענץ צו אנדערע אין יענע צייטן און זענען געוועהן די מערסטע ליבעראל, זיי האבן געהאט די בעסטע עקאנאמיע און געוועלטיגט אויף א האלבע וועלט!!!
קיין איין סייענטיסט, קיין איין גרויסע דאקטער, ספעציעליסט וכו׳ קומט נישט צופארן צו א לאנד ווי מ׳פייניגט מענטשען באזירט אויף ראסע אדער רעליגיע. אויב אמעריקע וועט זיך טאקע אויפפירן ווי די יעצטיגע רעפובליקאנער ווילן, לויט זייער פאליסיס וועט אמעריקע פארלירן זייער עקאנאמיע און זייער גאנצער גלאנץ, זיי גייען מעהר נישט זיין די גרעסטע אין סייענס, טעכנאלאגיע און מעדעצין, און זיי גייען פארלירן גאנצע אינדאסטרי׳ס. און דערנאך א גאנצע chain reaction וואס וועט פירן אמעריקע צו א קאטאסטראפע.
כהאב נישט קיין ספק אויב מ׳וועט טאקע איבערגעבן די לייצעס אין אמעריקע צו די קאנסערוועטיווע רעפובליקאנער מאגאיסטן, אז אמעריקע גייט אויסקוקן ווי רוסלאנד אין 4-5 יאהר.
ס׳איז שוין אויפן וועג… ליידער ליידער!!!
אמעריקע קוקט שוין אויס אביסל רוסלאנד, נאך אפאר יאהר פון טראמפ, איז גאנץ מעגליך אז מאסן אמעריקאנער בירגער וועלן זיך פרובירן אריינצושווערצן קיין קאנאדא… ווער ווייסט?