- זיך איינגעשריבן
- יולי 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 173
- רעאקציע ראטע
- 671
- פונקטן
- 123
????ווער געוואויר וויאזוי די מענטשן אונטער די ביידן אדמיניסטראציע זענען זיך באגאנגען מיט די יאנואר זעקס ארעסטירטע...... נאכדעם וועט מען ווייטער דיסקוסירן
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
????ווער געוואויר וויאזוי די מענטשן אונטער די ביידן אדמיניסטראציע זענען זיך באגאנגען מיט די יאנואר זעקס ארעסטירטע...... נאכדעם וועט מען ווייטער דיסקוסירן
1. די ביידען אדמינסטארציע איז בכלל נישט געוועהן אריינגעמישט אין די די פראעס פון יאנאווער 6. משא”כ טראמפ וואס געט דירעקט ארדערס, אריינצושיקן ICE דוקא אין גרויסע דעמאקראטישע סיטי׳ס און א גרויסע חלק פון זיין קאמפיין איז דוקא געוועהן ארויסצוווארפן די ספאנישע פון דא.
כ'ווייס נישט צי די ביסט באהאווענט מיט טשעט דזי פי טי אבער די וועג וויאזוי ער ענפערט איז בעיסד אויף פאראדיקצעצו די אלע וואס האבן געשריבן אז איך טרייב איבער ווען איך רוף די טראמפ אדמינסטראציע א טיראנישע, פאשיסט גאווערמענט. אדער ווען איך שרייב אז ווילן דא מאכן רוסלאנד.
איך האב געליינט אז די פאמילעס פון די ICE ארעסטירטע באקומען נישט קיין שום אינפאראמאציע פאר חדשים לאנג, וואו אדער וואס איז געשעהן מיט זייער מאמע/טאטע/קינד, קיין ברעקעל אינפארמאציע נישט פאר חדשים לאנג!!!
אפילו אויב א די חלק פון די משפחה וואס זענען נישט ארעסטירט געווארן זענען אמעריקאנע בירגער!!!
געוויסע משפחות וואס האבן גערעדט צו די מידיעא, האבן פארציילט אז דאס איז געוועהן זייער גרעסטע שטראף אז זיי האבן נישט באקומען קיין שום אינפארמאציע וועגן זייער באליבטע. איינער שרייבט דארט אז ווען מ׳האט ארעסטירט איר פאטער האט זי פרובירט צוגיין צו אלע גאווערמענט אפיס׳ס אלע government agencies, זי איז געגעאנגען צו איר קאנגרעסמאן, און איר סענעטאר פון די סטעיט, די גאווערנער׳ס אפיס און גארנישט…!!!
פאר חדשים לאנג!!!
דאס איז אמעריקע? וועלכע נארמאלע לאנד פירט זיך אזוי אויף??? די נאציס האבן זיך אזוי אויפגעפירט!!! ניטאמאל די היינטיגע רוסלאנד פירט זיך אזוי אויף!
וואס איז די סיבה? וואס איז די רשעות? אלעס וועגן אפאר מענטשען האבן פארברענט פלעגס? בקיצור ענק זענען אליינס מודה אז טראמפ האט דא געמאכט נארט קארעא, ווייל אזוי פירט זיך אויף נארט קארעא, קיין שום מערב וועלט לאנד פירט זיך אזוי אויף !!!
דאס האט געמיינט מעיק אמעריקע גרעיט עגעין?
די רעפובליקאנער טוהן שוין רשעות צו מינארעטיס פאר די לעצטע 75 יאהר! ווער ס׳זעהט עס נישט איז בלינד!!!
די לענד אָף די פרי? קינדער פון אימגראנטן פייניגען אנדערע אימגראנטען וואס זענען ערליכע מענטשען, געטרייע בירגער, שטערן נישט קיינעם… דאס איז פשוטע רציחה און ראסיזים!!!
דאס האט מען געטוהן צו אונזערע עלטערן און אור עלטערן אין אייראפע!
איך טרייב שוין גארנישט איבער!!!
View attachment 5904View attachment 5905View attachment 5906View attachment 5907
איך האב געשריבן טויזענטער תגובות אין קאווע שטיבעל במשך פון לאנגע יאהרן, איך האב קיינמאל נישט געשריבן גארנישט כמעט וועגן דיר, אדרבה אויב יא ווייז מיר וואו און ווען. אדרבה לאמיר זעהן! נאר וואס יא? עפעס איז יא געוועהן… און ב”ה איך בין נאכנישט אינגאנצען פארקאלעכט, איך געדענק זייער גוט, דו פלעגסט אסאך מאל קאמפלעינען אז איך און אנדערע שרייבן מיט באלד אותיות, אדער מיט צי גרויסע אותיות, יעדע קליינע גרעמער מיסטעיק האט דיך געבאדערט, און די זעלבע זאך האסטו געטוהן דא, הייבסט אָן דיין תגובה מיט בערך די ווערטער:איך האב יעצט אדורכגעליינט די לעצטע 5 בלעטער, איך זעה אז שבת'ל, ווען אימער ער האט עפעס א ווייטאג שרייעט ער עפעס שמעקי אדער שמעקעדיג, און מיט דעם בארואיגט ער זיך, כאטש איך האב נישט קיין השגה פון וועלכע ראסיזם ער רעדט דא. איך בין גראדע אויסגעשפראכן אקעגן ראסיזם, כאטש נישט אויף די מדריגה פון שבת אחים... עכ"פ ווייסעך נישט וואס ער וויל פון מיר, אבער טאמער דאס מאכט אים בעסער פילן, אדרבה, מיי פלעזשור!
לענינינו, מוז איך געבן א גרויסע חלק גערעכט פאר שבת אחים. אויב דער עולם געדענקט נאך פון ק"ש האב איך געהאמערט און געשפיגן בלוט אויף די רשעות'דיגע יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקע, אונטער דעם שלייער פון "Law & Order", וואס איז סתם א אויסרייד פאר די געמיינע שלעכטע אפיצירן אויסצופירן רשעות, נישט קיין נפק"מ וואס איינער האט געטון, בפרט אויב איז ער נישט קיין מערדער, איז אקעגן מענטשליכקייט און אקעגן די קאנסטיטוציע צו פייניגן.
לו יהא אז טראמפ איז 100% גערעכט אז די אימיגראנטן טארן דא נישט פארבלייבן, איז אויך פאראן א מענטשליכע וועג דאס צו טון, בפרט ווען אמעריקע וואס איז (סאפאוזעטלי) אן אור לגויים פאר די איבריגע וועלט, דאס וויגעלע פון דעמאקראטיע, אמעריקע איז נישט קיין דריטע וועלט לאנד ווי מ'פירט זיך אויף מיט פארברעכער (בפרט בעפאר א פראצעס) ערגער ווי בהמות. אפטיילן עלטערן פון קינדער איז רשעות! פארוואס קען מען נישט דעפארטירן די אימיגראנטן אויף א מער מענטשליכע וועג? דאס הארץ ווערט צוריסן פון ליינען די באריכטן!!
איך מיין אויך אז מען מישט דא צוזאם איבער די "פארברעכער". שבת אחים רעדט בעיקר פון די ספאנישע אימיגראנטן מיט וועמען מיר זענען זיך אלע מחי', רוב פון זיי העלפן אונז ארויס אין די פרנסות גאנץ געטריי, כאטש אנדערע טוען רשעות, איינער געדענקט נאך אז מ'האט אונטערגעצינדן א פרוי אויף די סאבוועי אין ניו יארק רח"ל?
ווידער אנדערע ניקס רעדן פון די פראטעסטירער וואגאבונדן וועלכע ווילדעווען אין די גאסן, צינדן אונטער קארס, אינאיינעם מיט פענער. געווענליך זענען דאס נישט די אימיגראנטן זעלבסט, נאר צעווילדעוועטע ליבעראלע אנארכיסטן, וואס זיי קומט זיך יא גוטע פעטש (נאך אלץ, נאר מענטשליך). עכ"פ ווען מ'רעדט פון די נייעס דארף מען זיין קלאר צי רעדט מען פון די ICE אגענטן אקעגן די אימיגראנטן, אדער די לאקאלע פאליציי און נעשאנעל גארד זעלנער אקעגן די פראטעסטירער און וואנדאליסטישע ראיאטירער. ויחי ההבדל.