בילדער פון דער נייער גאלדענער עפּאכע אין אמעריקע

עטץ זאלסט מיר מוחל זיין, אבער עטץ רעדטץ פון טראמפ כאילו עס האנדלט זיך פון נאך א פאלאטישן
געווין ניוסאם האט היינט געזאגט אז דאס איז עקזעקטלי די פוינט ער איז נישט קיין פאליטישען. ער ארבעט ווי א סיטיזען וואס וויל אויפטוהן פאר די לאנד אין וואס ער וואוינט, און ווי זיינע קינדער און אייניקלעך וואוינען.
 
ווי וואלד רויבערס, פשוט די אנבליק און די מעסעדזש וואס עס גיט טויג נישט, דאס כאפן מענטשן אינדרויסן פון קארט, זאג, זענט עטץ נארמאל? דאס שאפט אן אומגיזונטע אטמאספערע אין א דעמאקראטיע
קיין לעגאלער סיטיזען איז נישט אזוי פארכאפט געווארן נישט קיין נפק"מ וואספארא עוולה דער אמעריקאנער סיטיזען האט געטוהן.
און לויט אן עי איי אנפרעג קומט אויס אז נאנט צו 50 פראצענט פארכאפטע זענען נישט אומלעגאל
פרעיג איהם פון ווי ער נעמט זיין אינפארמאציע ווייל עס איז נישט אמת. ווייז מיר איין קראנטע מקור דעראויף אויסער עי איי.
על כולם, אוי ואבוי, די גאנץ קלארע צייכנס אז ער פלאסטערט אויס א וועג צו unchecked power וואס לדעתי איז דאס איבעריג מסביר צו זיין, מען דארף נישט קיין גאנצעטע הסברים דאס צו זעהן
מען דארף יא ווייל ווען א פרעזידענט פירט זיך אזוי, רופט עס פאר אימפיטשמענט נאו קוועשטאנס עסקד. NO questions asked
 
לעצט רעדאגירט:
געווין ניוסאם האט היינט געזאגט אז דאס איז עקזעקטלי די פוינט ער איז נישט קיין פאליטישען. ער ארבעט ווי א סיטיזען וואס וויל אויפטוהן פאר די לאנד אין וואס ער וואוינט, און ווי זיינע קינדער און אייניקלעך וואוינען.
זייטדזשע מיר מוחל מיין ליבער איד, נאר פארדריי מיר נישט מיינע ווערטער
 
קיין לעגאלער סיטיזען איז נישט אזוי פארכאפט געווארן נישט קיין נפק"מ וואספארא עוולה דער אמעריקאנער סיטיזען האט געטוהן.

פרעיג איהם פון ווי ער נעמט זיין אינפארמאציע ווייל עס איז נישט אמת. ווייז מיר איין קראנטע מקור דעראויף אויסער עי איי.

מען דארף יא ווייל ווען א פרעזידענט אזוי רופט עס פאר אימפיטשמענט נאו קוועשטאנס עסקד. NO questions asked
די ערשטע הערה איז סתם טענה בחיטים והודה לו בשעורים, די איבעריגע טענה׳ן מיר זיך דא אויף לופט. כאילו דו ווייסט עפעס וואס איך ווייס נישט. במחילת כבודך הרמה, דו ווייסט נישט גארנישט נישט מער ווי איך ווייס
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איז דא איין זאך וואס איך וויל נישט מסביר זיין איז וויאזוי איך זעה אז ער פלאסטערט אויס זיין וועג צו unchecked power, טאמער זעהט איינער נישט וואס איך זעה, קען מען זאגן אהין און אהער אן א סוף, איך זעה עפעס און דאס געפעלט מיר נישט, זעהט איר אויך וואס איך זעה, you’re welcome to join my concern, אז נישט, נאט אייך אן עפאלע און זאל זיין מיט ברכה, איך גיי מיך נישט טענה׳ן דערויף, ווייל יעדער פרואוו מיר ״אויפצוקלערן״ אנדערש גייט זיין מיט די שיטה פון ווארפן זאמד אין די אויגן, ליצנה אחת, און ברענגען ראיות וואס זענען נישט קיין ראיות. בלי נדר איך גיי נישט ענטפערן מער איבער דער נושא.
 
לעצט רעדאגירט:
דו מישט דא צוזאם נאציס געסטאפא, און די אונגארישע קרעקדאון וואס איך האב צוגעגליכן... אבער ביסט גערעכט מיט דעם אז ס'איז קיינמאל נישט גוט צו צוגלייכן.
איך האב געלייענט פון ר' ברוכל מונקאטשער אז ער האט מיטגעהאלטן ווי טויזנטער פוילישע בירגער זענען אויסגעהרגעט געווארן ביים גרעניץ צווישן אונגארן און פוילין, אפיציעל האבן די אונגארישע זיי נאר פארטריבן צו די גרעניץ ווייל זיי באלאנגען נישט אין אונגארן אבער מ'האט זיי דארט פשוט אויסגעשאסן.

יעצט דארט איז געווען 2 זאכן גאר אנדערש פון יעצט.

איינס אז אין מעקסיקאו שיסט מען נישט אויס קיין אימיגראנטן וואס מ'שיקט צוריק

צווייטנס דעמאלטס האט מען פארטריבן מענטשן וואס האבן געהאט וויזאס אין אונגארן, מ'האט געכאפט אלע אויסלענדישע אידן און ארויסגעטראסקעט.

יעצט גייסטו מיר זאגן אז דו האסט טאקע געזאגט אז ס'איז נישט עפלס צו עפלס

איך זאג דיר אז דיין משל איז געווען גאר גאר א שוואכע משל, ס'קומט נישט אריין דא, ס'איז בכלל נישט דומה.

באלד וועל איך דיר זאגן אז ווען א מנהל ווארפט ארויס א בחור פון ישיבה איז עס אזוי ווי טראמפ ווארפט ארויס אומלעגאלע פון אמעריקא, אדער גאר אזוי ווי די אונגארישע פון אונגארן, ס'איז נישט ממש עפלס צו עפלס, אבער די נקודה שבו וכו'
 
תרמב האסט געלייקט די הודעה פון טעלעפאן וואו ער שרייבט אז טראמפ
געפעלט מיר ווי דו קומסט מיט טענות צו מיר אויף א תגובה וואס טעלעפאון האט געשריבן נאר איך האב עס געלייקט...

איך דארף נאכקוקן וואס און וועם דו לייקסט אלס...

Never again מיינט ביי מיר אז מ׳גייט עס קיינמאל מעהר נישט צולאזן!!! נישט קיין חילוק צי סאיז אידן אדער גוים, מ׳גייט קיינמאל נישט צולאזן אז מ׳זאל דאס טוהן צו מענטשען!!!!

קיינמאל נישט! איך גיי אייביג ארויסרעדן קעגן יעדעם איינעם וואס שטיצט רציחה און רשעות קעגן עני מיעראטי!!! דו קענסט טוהן וואס דו פארשטייסט! גערעכט אבער ביסטו נישט!!!
איך מוז דיר זאגן אז דו גייסט פארשריבן ווערן ווי די ר' מיכאל בער ווייסמאנדל פון די דריטע וועלט קריג...

דער וואס איז געשטאנען און געוויינט צום עולם אז מ'שחט אידן און קיינער האט נישט געוואלט גלייבן וואס די נאציס טוען אלס...

קיפ איט אפ צו ווארענען אלע נאצי שטיצערס, טוסט א גוטע ארבעט, סיי דא אין פובליק סיי אין אישי...

איך הייב שוין אן צו ווערן קאנוויסד אז איך בין טאקע א נאצי...

שרייב עס נאך עטליכע מאל מיט גרויסע רויטע ווערטער און איך קויף מיר א טעסלא...
 
דו ווייסט נישט גארנישט נישט מער ווי איך ווייס
סאו אויב האסטו די זעלבע אינפארמאציע פארוואס זאלסטו האבן די טענה? וואס דו האסט דאס האט מיר געמאכט טראכטן, אפשר בין איך עפעס מוסיף.

זייט וויסן איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין. איך גלייך נישט זיין וועג פון רעדן. איך גלייך אסאך מאל נישט זיינע רעטאריק. אבער, איך פונאנדערשייד, די מציאות הדברים. דהיינו, די זאכן וואס ער טוהט וואס איז פאשיסטיש (אויב ער טוהט אזא זאך) וועל איך נישט בלינדערהייט זאגן אז ער איז גערעכט. אבער אויפדערווייל זעה איך נישט קיין פאשיסטישע אקציע'ס אפי' אייס פירט זיך אויף ווי אזוי זיי פירן זיך אויף.

איך האב נאך נישט געזעהן קיין איין שרעקליכער עולה. קיין איין ערענסטע סקאנדאל. איי ער האט געזאגט און עס איז נישט געשעהן, אדער האט ער געזאגט רויט און עס איז עכט גרין נא שוין נישט געפערליך, איך טראסט איהם נישט אויף וואס ער זאגט איך טראסט איהם אויף וואס ער טוהט. און ווען ער וועט טוהן עפעס וואס וועט זיין א בריטש אין זיין פרעזידענטשאפט וועל איך אויך שרייבן גרויסע רויטע קידוש לבנה אותיות און שרייען געוואלד. דערווייל זעה איך עס נאך נישט. שוין געשעהן פלענער זיך נישט אויסארבעטן וויאזוי מען וויל.

אבער די אנדערע אדמיניסטראציעס אין די לעצטע 8 יאר און פאר די 16 יאר צוריק איז געווען מלא וגדיש מיט ערענסטע סקאנדאלן. איינס גרעסער פונעם צווייטן. געזאגט ליגענט פארן פאלק אויף זאכן וואס זענען עמפטליך נוגע פאר די טעקס פעיארס. ברוטאלישע מיסטעיקס אדער בכלל נישט געקערט אויף רעזאלטאטן אום-דורכגטראכטע אקציעס. וכו' וכו'
 
לעצט רעדאגירט:
רבותי מען רעדט פון א מטורף, די וועג וויאזוי ער כאפט מענטשן מיט זיין אייס, מאסקעס און אומאידענטיפיצירט, ווי וואלד רויבערס, פשוט די אנבליק און די מעסעדזש וואס עס גיט טויג נישט, דאס כאפן מענטשן אינדרויסן פון קארט, זאג, זענט עטץ נארמאל? דאס שאפט אן אומגיזונטע אטמאספערע אין א דעמאקראטיע,
יעדע אקציע האט א רעאקציע.

די נישט נארמאלקייט האט זיך אנגעהויבן ווען געוויסע סיטיס האבן געמאלדן זיי גייען נישט מיטארבעטן מיט די פעדעראלער רעגירונג.

די נישט נארמאלקייט האט זיך אנגעהויבן ווען ערוועלטע פאליטישאנס האבן אנגערופן אייס מיטגלידער אלס נאציס נאך בעפאר זייערע מאסן ארעסטן מיט די מאסקעס.

ביזט גערעכט אז אין נארמאלע אומשטענדן וואלטן זיי זיך נישט געדארפט אזוי אויפפירן, ליידער אבער זענען מיר היינט אין נישט נארמאלע אומשטענדן.
 
, און לויט אן עי איי אנפרעג קומט אויס אז נאנט צו 50 פראצענט פארכאפטע זענען נישט אומלעגאל, אדרבה מאך דו אליינס אן עי איי אנפרעג. מען קען נישט סתם אזוי מתיר זיין די רצועה און שאפן אן אנדרולומוסיא מיטן ניצן א ווארט ״אומלעגאל״, וואס א מין געשעפט איז דאס;
דו מישט פארשיינדליך אויס צווישן "ווילדע קרימינאלן" און "אומלעגאל".

כ'האב נישט געטראפן קיין שום מקור אז נאנט צו 50 פראצענט אייס ארעסטירטע זענען נישט אומלעגאל. אדרבה, אלע AI'ס וואס כ'האב אנגעפרעגט לייקענען דיינע ווערטער. זיי זאגן אז מער ווי 99% אייס ארעסטירטע זענען אומלעגאלע אימיגראנטן (כאטש אן היפשער פראצענט זענען נישט באשולדיגט געווארן אין זיין "ווילדע" קרימינאלן).
 
Back
Top