עטץ זאלסט מיר מוחל זיין, אבער עטץ רעדטץ פון טראמפ כאילו עס האנדלט זיך פון נאך א פאלאטישן מיט זיינע פאליסיס און טוויסטס. רבותי מען רעדט פון א מטורף, די וועג וויאזוי ער כאפט מענטשן מיט זיין אייס, מאסקעס און אומאידענטיפיצירט, ווי וואלד רויבערס, פשוט די אנבליק און די מעסעדזש וואס עס גיט טויג נישט, דאס כאפן מענטשן אינדרויסן פון קארט, זאג, זענט עטץ נארמאל? דאס שאפט אן אומגיזונטע אטמאספערע אין א דעמאקראטיע, און לויט אן עי איי אנפרעג קומט אויס אז נאנט צו 50 פראצענט פארכאפטע זענען נישט אומלעגאל, אדרבה מאך דו אליינס אן עי איי אנפרעג. מען קען נישט סתם אזוי מתיר זיין די רצועה און שאפן אן אנדרולומוסיא מיטן ניצן א ווארט ״אומלעגאל״, וואס א מין געשעפט איז דאס;
און די מיליטער וואס ער שיקט ווילד ארום אין שטעט; זיין אומ׳אחריות׳דיגע רעטאריק; וויאזוי ער ווארפט זאמד אין די אויגן און א פחד אויף זיינע קעגנערס; זיין אומ׳אחריות׳דיגע געפירעכטץ און פירערשאפט וואס איז אינגאנצן ארויס פון די ליניע פון טראדיציאנאלע פרעזידענטשאפט, ווי א צעלאזענע פיילעט, די טראדיציאנאלע דיפלאמאטישע וועג פון הנהגה איז איינגעפירט געווארן נישט ווייל ס׳איז אינטרעסאנט נאר ווייל אזוי ארבעט א הנהגה פון א ריזיגער פארקערפערונג; זיין מוגזם׳דיגע פארדרייען פאקטן שמש בצהריים זאגן אויף יום לילה און לילה יום; מוגזם׳דיגע אפענע האס; זיינע קולטישע טענדענצן און זיך מאכן א כל יכול; ועל כולם, אוי ואבוי, די גאנץ קלארע צייכנס אז ער פלאסטערט אויס א וועג צו unchecked power וואס לדעתי איז דאס איבעריג מסביר צו זיין, מען דארף נישט קיין גאנצעטע הסברים דאס צו זעהן