- זיך איינגעשריבן
- יולי 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 188
- רעאקציע ראטע
- 712
- פונקטן
- 123
קלימאט טשעינטש האט די שטיצטע פון 65-70 פראצענט פון די מענטשען אין אמעריקע לויט אלע פאולס!!!אז דו וועסט מדייק זיין, וועסטו איך האב נישט געשריבן "קעגן די ווילן פון רוב מענטשן" (כאטש עס איז נישט אויסגעשלאסן) נאר אז רוב מענטשן אינטרעסירט עס נישט. אויך האב איך נישט געשריבן "דעמאקראטישע", נאר "ליבעראלן".
א משל קען זיין די לגב"ט זאכן אדער קליימעט טשעינדזש, וואס זיי דרייען איבער שמים וארץ דערוועגן.
איך וויל שוין גיין שלאפן, אפשר מארגן אי"ה וועל איך שרייבן מער באריכות.
אנשטאט זאלסט בלעימען די רעפובליקאנער פארן יאהרן לאנג לייקענען און פאונדען פאלשע סייענס אז קלימאט טשענטש איז בכלל נישט קיין פראבלעם, וואס די רעפובליקאנער און זייערע שטיצער א שטייגער ווי די קאוק ברודער און אנדערע אין די אויל אינדאסטריע האבן געטוהן - בלעימסטו גאר די דעמאקראטן?
און אנשטאט זאלסט בלעימען די רעפובליקאנער פארן וואוטן יאהרן לאנג אז די גאווערמענט זאל נישט אינוועסטירן אין סייענס פון קיין בעטעריס און solar. אנשטאט זאלסט בלעימען די רעפובליקאנער וואס האבן יאהרן לאנג חוזק געמאכט פון קלימאט טשענטש וואס איז לויט אלע סייענטיסן און עסקפערטן אויף די וועלט די גרעסטע טשאַלענטש פאר הומענטי זינט אונז האלטן חשבון. בלעימסטו די דעמקראטן????
קלימאט טשענטש זייעט אָן חרבנות אין אמעריקע און אין די וועלט לויט אלע עקספערטן, א שטייגער ווי די לעצטיגע שרעקליכע floods אין טעקסעס וכו׳ וכו׳.
יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז אונז דארפן אכטונג געבן אויף אונזער געזונט און אונזער ענווייערמענט און מ׳טאר נישט פארפעסטיגן די לופט. און אזוי איז אויך אויסגעהאלטן לויט די תורה און לויט די הלכה.
וועגן לגב״ט, די דעמאקראטן אויף א פעדעראלע לעוועל האבן כמעט נישט איינגעפירט קיין געזעצן וועגן לגב״ט, נאר ממש אפשר אפאר קלייניקייטן, און בעיקר אז געי מערידזש זאל זיין לעגלאל. דעמאקראטן האבן נישט איינגעפירט קיין געזעצן אז יעדער מוז רופן יענעם ביי זיינע pronouns, דאס איז טאקע עקסטרעים, יעדער מעג רופן יענעם וויאזוי זיי ווילן, העכסטענס קען מען זאגן אז יענער איז א טשעפּעניאַק אבער מ׳קען נישט צווינגען קיינעם וויאזוי יענעם צורופן.
אבער מיט געי מערידזש זענען די דעמאקראטן אויך גערעכט. פארוואס זאלן מיר נישט רעספעקטן אנדערע מענטשען? פארוואס זאלן מיר דיסקרימינירן קעגן אנדערע מענטשען און זייערע פריוואטע לעבענסשטייגער? וועגן רעליגע? דאס קעגן די יסודות פון אמעריקע! רובא דרובא מענטשען אין אמעריקע שטיצן טאקע געי מערידזש היינטיגע צייטן סיי אין אמעריקע און סיי אין די גאנצע פרייע מערב וועלט.
האטסט נאכאלץ נישט געברענגט קיין איין זאך וואס איז קעגן רוב אמריקאנער! קיין איין זאך נישט!
פאר אונז גייען ווייטער דארפן מיר קודם ביידע אויפקוקן די אמת, וואס איך פערזענליך האב שוין געטוהן טויזענט מאל, און איך וועל עס טוהן נאכאמאל אז דו ווילסט, מיר וועלן צוזאמען אויפקוקן צי סאיז טאקע אמת, מסכים?
יעדער מעיזדשאָר פּאליסי פון די דעמאקראטן פאר די לעצטע דרייסיג יאהר בערך האט די שטיצע פון די המון עם אויסער “טויט שטראף” - וואס די לאנד איז צוטיילט בערך 50-50 (הגם מ׳טוט עס מעהר נישט היינטיגע צייטן אין קיין איין נארמאלע ציוויליזירטע לאנד).
איך טענה אז רובא דרובא פאליסיס פון די דעמאקראטישע פארטיי האט די שטיצע פון רוב אמעריקאנער און רוב פאליסיס פון די רעפובליקאנער איז קעגן די ווילן פון רוב אמעריקאנער, דו לייקענסט דאס?
לעצט רעדאגירט: