בילדער פון דער נייער גאלדענער עפּאכע אין אמעריקע

איך בין מסכים אז ער עקט ווי איינער וואס איז גילטי. מיין שאלה איז אויב איז ער גילטי ווייסט ער דען נישט? פארוואס טאקע האט ער געהעצט דערוועגן אלע יארן?
פון דיין רעדן קען מען זעהן אז דו הייבסט אים נישט אָן צוקענען בכלל… דו פרעגסט מיר פארוואס טראמפ האט עס געזאגט???
טראמפ זאגט אייביג צו פאר יעדען די זון און די לבנה, ווייל ער האט נישט קיין פראבלעם צוזאגן גראבע ליגענט כדאי אריינצונערן מענטשען ווי דו אז זיי זאלן וואוטן פאר אים!!!

דו פרעגסט נאך מיר פארוואס ער האט עס געזאגט???

איך וועל דער זאגן פארוואס:
ווייל ער איז א ליגענער און א שווינדלער - און דו ביסט א נער אז דו האסט אים געגעלייבט!

ער גייט מאכן שלום אויף די וועלט די ערשטע טאג ווען ער ווערט פרעזידענט…!!!

ער גייט אהיימברענגען אלע משכונות און רוסלאנד גייט איינרוהען!!!!

ער גייט געבן פאר יעדעם העלטקעיר און יעדער גייט אלעס האבן, ס׳קומט גאלדענע צייטן…!!!

ער גייט ארויסגעבן די קענעדי פיילס, די עפשטיין פיילס!!!!

טוה מיר א טובה… א נעכטיגן יום!!!!

די זעלבע סיבה פארוואס ער האט געזאגט ער גייט קיינמאל נישט שניידן קיין מעדיקעיד…

די זעלבע סיבה פארוואס ער האט געזאגט אז ער גייט דעפאטירן און ארויסווארפן אלע קרימינאלן פון אמעריקע, און למעשה האט ער דעפּאטירט ״ערליכע מענטשען״ וואס אמעריקע דארף זיי האבן, זיי העלפן פאר אונזער עקאנאמיע און שטערן נישט קיינעם. און האבן בכלל נישט קיין קרימינאלע רעקארד!!!

און מילא ווען ער פארשיקט זיי סתם אזוי… וואס פשט פון די לאנגע אפטיילונגען פון זייער פאמילעס? וואס איז די רשעות?
האסט אריינגעקוקט מיט וואספארא רשעות זיי פירן זיך אויף צו אומשולדיגע ארימע מענטשען??? זינט ווען פירט זיך אמעריקע אויף ווי עפעס דריטע וועלט לאנד וואס פייניגט אומשולדיגע מענטשען? זינט ווען זענען אונז געווארן נארט קארעא??? כהאב געמיינט אונז זענען ״די לענד אָף די פרי״?

איך וועל דיר זאגן זינט ווען! זינט מאגא און טראמפ זענען געקומען צו די מאכט!!!

Ice אגענטס האבן אויפגעפיקט מיין סעקרעטערי, וואס האט געארבעט פאר מיר, זי קומט פון ווענעזוועלע, זי האט געהאט א לעגאלע סאושעל סעקיורטי און לויט די ביידען אדמינסטראציע האט זי געמעגט זיין אין אמעריקע לעגאל.
מ׳האט איר אויפגעפּיקט 06/12, היינט איז July 25
43 טעג שפעטער קיינער אין איר פאמילע וואס וואוינען אין הוסטאן טעקסעס ווייסט נישט וואו זי איז, נישטא קיין שום אינפארמאציע! גארנישט!!!

איר מאמע רופט מיך יעדן טאג כמעט, וויינט אויפן טעלפאון!!!
וואס איז די רשעות??? וואס האט זי געטוהן? א איידלע ערליכע פרוי, קיינמאל קיין הויך ווארט נישט געזאגט…
געטוהן איר ארבעט נארמאל, קיינעם נישט געטשעפט??

דו שטיצט דעס? אויב יא ביסטו א פארשטינקע נאצי!!!!

פארוואס קומט זיך איר דעס? וואס האט זי געטוהן?

די מענטשען וואס האבן געוואלט באגאנבנען אונזער עלעקשאונס, באפאלן אונזער קעפיטעל, געהארגעט און פארוואונדערט בערך 70 מענטשען זענען ארויס אויף די פריי???

איך בעט דיך ברחמים!!!

כאפסט זיך נעבעך אָן אין די לעצטע שטריק, שטאָטס מודה זיין אז ער האט ענק אלע אפּגענערט!!!
 
איך ווייס נישט וואס ס'שטייט אין די פיילס. און איך האלט אויך אז דאס איז דערווייל טראמפס ערשטע און איינציגסטע עכטע ביטרעיל. אבער איך בין גאנץ קלאר אז ווען טראמפ וואלט געווען אימפּליקירט אין די פיילס אזויווי שבת אחים דמיונ'ט און קאנספירירט וואלט עס שוין לאנג ארויסגעקומען. ס'דא מער דעמאקראטן און שונאי טראמפ אין באזיס פון די פיילס ווי טראמפיסטן.

ס'איז אבער אזוי פאני וויאזוי פון איין מינוט אויף די אנדערע האבן זיך די צדדים געביטן. ביז יעצט האבן אלע לינקע געשריגן אז די עפשטיין סטארי איז א קאנספיראציע. און רעפאבליקאנער זענען געווען די גרויסע קאנספירירער און פלוצלינג איז אלעס פארקערט. און מ'פארגעסט וואס מ'האט נעכטן געשריגן. שבת טייערע, איך וואלט זיך געראכטן אויף א טראפקעלע אויפריכטיגקייט ציווישן דיר אליינס. מ'דארף נישט נאכטאנצן יעדע טאלקינג פוינט וואס די סטעיט פרעסע סערווירט. קענסט אמאל אויך נוצן דיין אייגענע מחשבה. מאך דיר נישט צונאַר.
 
וויאזוי קען מען שטיצן אזא מענטש??????
וויאזוי???
איך קען עס נישט פארשטיין!!!! בשום אופן נישט!!!
אדער קעירן ענק נישט פאר אמעריקע, אדער קעירן נישט ענק פאר אנדערע מענטשען, וויאזוי קענען ענק זעהן וויאזוי ער רעדט און נישט ברעכן אויפן פלאץ???

פון הונדערעטער מיליאנען מענטשען אין אמעריקע האבן ענק נישט געטראפן קיין בעסערע קאנדידאט???

דער מענטש האט גארנישט אין זיך!!! קיין איין איינציגע מעלה נישט!!! זעראו!!!! א שווינדלער! א חזיר! א גנב! א רודף! א קרימינאל! א נארסיסיט! א מענטש וואס איז דא זיך רייך צומאכן און ענק ארים צומאכן!!!!

א בושה פאר אמעריקע!!! א פלעק פאר אונזער לאנד!!!

איך האב מורא איך וועל מוזן קומען צו די מסקנא אז אינעווענדיג זענען ענק נישט קיין סאך בעסער פון אים!

כ׳האלט נאכנישט ביים אָננעמען די פאזיציע, דערווייל…

איך האלט ענק זענען אריינגענערט געווארן, און דערווייל פּאַסט ענק נאכנישט מודה צוזיין אין ענקער מיסטעיק!

וועקטס ענק אויף!!! ענק האבן געבעט אויף די ראָנג האָרס!!!!

נישט ער און נישט קיינער פון די רעפובליקאנער מיינען ענקער גוטס!!! קיינמאל אין לעבן נישט! זיי רעפּרעזענטירן, די רייכע, די פּאוערפול, ביג ביזנעס, קריסטליכע רעליגע, און די ריינע ווייסע ראסע!!!

זיי האבן ענק אלע פארפּאקט! זיי האבן קיינמאל נישט געוואוט לטובת ענק! זעראו! זיי זענען דא צו צונעמען ענקער לעצטע דאללער און עס געבן פאר די רייכע און עליטע, זיי געבן נישט קיין שיט פאר ענק! זיי האבן קיינמאל נישט געוואוט אין ענקער פעיווער, קוקטס עס אויף!

זיי האבן ענק נעבעך איינגערעדט אז די דעמאקראטן זענען מאונסטערס!!!! טוטס מיר אלע טובה!!! די דעמאקראטן האבן אייביג רעפרעזענטירט די מיטעל קלאס און די ארימע! די דעמקראטן האבן אריינגעלאזט אונזערע עלטערן דא אין די לאנד אפילו אלע פון זיי זענען געוועהן גרינע מענטשען און נישט גערעדט קיין ווארט ענגליש. די רעפובליקאנער האבן עס פרובירט אפצוהאלטן, נאך פאר די מלחמה אפילו, קוקטס עס אויף!!! זייטס נישט קיין נערנים!!! זייטס נישט קיין בהמות!!! סאיז דא א סיבה פארוואס אלע אידן, און היימישע אידן האבן אייביג געוואוט פאר דעמאקראטן ביז אפאר יאהר צוריק.
 
לעצט רעדאגירט:
@שבת אחים דו האלטסט טאקע אז די חרדישע אידן האבן עפעס אויס געמאכט אין די וואוטס?
ווען די אלע אידן וואס ליינען קרעמל וואלטן געוואוט פאר העריס וואלט זי געווינען?

וואס מאכסטיך נאריש? פארוואס פראבירסטו צו רעדן צו אונז כאילו אונז האבן בכלל א ווארט, כאילו אונזער וואוט דא אין נוא יארק מאכט אפי' עפעס אויס....

(אין די לאקאלע וואוטס האט מען דאך נאך אלץ מער ווייניגער געשטיצט די דעמס, חוץ אין ראקלענד ווי די רעפאבליקאנער קאנגרעס מאן האט מער צוגעשטעלט האט די עולם אין אויסגעקליבן)

יעצט די קומסט מיט אן הנחה אז אלע וואס האבן געוואוט פאר טראמפ זענען קענסער שטיצערס,
נו אויב ס'איז אזוי? למעשה האט מען זיי געגעבן די רעכט צו שטומען, און זיי האבן אויסדערוועלט דעם פארשוין, וואס זאל מען טוהן?

די אמעריקאנע אלעקשענס וועג האבן נישט די רעפאבליקאנער אויפגעמאכט, און אויך ווער ס'מעג שטומען, און אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע קומט אויס אז טראמפ דארף זיין די פרעזידענט, דאן דארף ער זיין,
איים ווערי סארי...
 
איך האב פריער געשריבן אין דזשענעראל. איך גיי יעצט גיין פערזענליך.
@אינטעליגענט @שבת אחים מיט וויפיל טראמפ וואוטערס האט איר פערזענליך גערעדט? נישט געלעקטשורד, מסביר געווען, געלעיבעלד, נעים קאלד וכו' נאר אויסגעהערט? פארשטאנען וואס זייער געדאנקען גאנג איז?
איך בין געווען אין פענסילוועניע פאראיאר. איך האב געטראפן אן אלטער ווייסער גוי. איך האב געכאפט א שמועס מיט אים. דער האט זיבן קינדער און פיר אייניקלעך. דערציילט ער מיך אז זיין אייניקל, א 14 יעריגע מיידל, האט זיך אריינגעלייגט אין ספארטס. זי איז געווען די סקול טשעמפיאן בין א אינגל האט זיך דערקלערט אלס א מיידל און אפגעווישט אלע אירע סוקסעסן! זיין טאכטער, די מאמע פון דאס מיידל האט גערופן די סקול. אנשטאט ענפערן, האט זי באקומען א גאנצע דרשה אז זי איז האומאופאוביק! דער חברה מאן, א יוניאן מעמבער זיין גאנצע לעבן א הייסע דעמאקראט, האט געזאגט אז ער מיינט ער גייט וואוטן פאר טראמפ!
צוריק צום נושא. עס איז זייער גרינג צו זיצן אין אקאדעמיע, הערן לעקטשורס, און באקענסער'ן און אפשטעמפלען גרויסע חלקים פון אמעריקע. אבער, אפשר פרעג טראמפ וואוטערס פארוואס? הער דיך צו צו זיי אן באמוסר'ן און באלעיבלען? אפשר איז דא זאכן וואס דו, יא דו, דער הויכגעשפריצטער קאלעדזש שטודירטער ווייסט נישט? איך האב אריינגעלייגט הונדערטער שעות פיעלדווארק פאר איך האב באקומען מיין לייסענס. פארוואס איז שטודירן נישט גענוג?
איך גיי עפענען אן אשכול איבער פארוואס איך האב געוואוט פאר טראמפ. איך טשאלענדזש די לינקע דא עס אפצוליינען און פארשטיין אנשטאט מוסר'ן דעם עולם.
אין פלארטיים זאגט מען. The three w's, wait, watch, and wonder!
העלא נאכאמאל, שוין גערעדט און אויסגעהערט וואס זיי האלטן, ליטערלי מיין גאנץ לעבן אין ברוקלין, אפסטעיט, לעיקוואד אא"וו. און אויך די אקעיזשענל טשעק אין פון פאקס, און ראוגן, פארוואס דארף מען ענק ווייזן סארסעס? וויפיל מ'וועט ווייזן וועט עטס נאר פרובירן no true Scotsman אז דער רעפרעזענטירט נישט גוט אדער יענער האט אן אגענדע, אן ווייזן ענקערע סאורסעס.

איך האב אביסל געהערט דזשארדאן קלעפער און די יונג טורקס טים וואס האט געטוהן פונקט ווי דיר און אינטערוויוט מענטשן ביי טראמפ ראליס. פאר דעם פלעג איך הערן א אינדעפענדענט יוטובער (פארגעסן זיין נאמען) דער פון די באקאנטע קליפ פון די נתורי קרתא וואס קעקעצט ארום און קען נישט רעדן קיין ענגליש ווארט, יענער גייט ארום פון פרויען מארטשעס ביז טראמפ ראליס און פרעגט אויס רענדאם באטייליגטע, וואס זאגסטו, וואס זאגסטו, און איך האב זיינע זאכן גענוג אויסגעהערט.

דארפסט דיך נישט דערשרעקן פון מיין בייעס, דו קוק נאר אפאר קליפעלעך וואס ליגט ביי אלע מיינע ענטפערס אין פול... לאמיר דיר פרעגן וויפיל Jubilee האסטו אויסגעהערט לעצטנס? באקען דיר אביסל מיט די אקעדעמיע פאליטישע סקול אפ טאהט וואס דו האלסט דו האסט שוין אזוי גוט ארויס. סארי האסט גיבעטן פערזענליך... :ROFLMAO::cool:

גייסט מיך באלד זאגן טשיל און מאכן אויסקוקן ווי די נאר... זאג איך דיר איך בין גאנץ טשילד אויפן באקוועמע סאפע שרייבנדיג דאס....

יענער זיידע איז אזוי קאנסערוואטיוו ווי די וואס האבן זיך געטויפט צו קאנסערוואטיזם ביי דזשארדש פלויד, ווייל זייער קאנפירמעישן בייעס, פון זיין ארום אזויפיל ראסיזם מאכט זיי קוקן אויף טאקע דאס, וויאזוי קען איך דיסקרעדיטן די גאנצע בלעק לייווס מעטער באוועגונג, אה אין יענע זייט איסט קאוסט האבן אפאר כוליגאנעס, וואס האבן גארנישט מיט פלויד אויסגענוצט די צייט און געפלינדערט א טארגעט, מזל טוב, איך בין יעצט א קאנסערוואטיוו!

דאס איז ווי די זיידע קומט מיר פאר, דאס איז זיין פראטעסט, אנשטאטס זאגן וואס ער האלט פון זיין פארטיי און בלייבן דערמיט אויף אלע אנדערע זאכן, איז ער נעבעך געפאלן פאר די חסידישע ביינערי בלעק ענד ווייט טינקינג. ווייל דאס גייט אים אסאך העלפן. וועם טוט ער אפ אויסער זיך אליין?

איך בין מודה צו דיר אז ווערן ג'געסלייט איז דיסטראקטיוו און קיינער האט עס נישט ליב, איך בין נישט קיין דזשענעדער ריעסיינמעט סורדזשאן איך קען נישט אין דעם אריינרעדן מיט גרויס קאנפידענץ, knowing אלעס וואס דו רעכטע זאגן נאך מיט א קינדערישע תמימות נעבעך, און וויסנד'דיג די Reuters study פון ווי ווייניג טרענס מיינאר'ס מ'רעדט איז דאס אויך מעגליך א אישאו וואס איז פשוט amplified ווייטער ווייל דארט זיצט איינער מיט קאנפירמעישן בייעס אויף די גאנצע געדאנק וואס עקזיסטירט שוין איבער 1500 יאר, מ'האט פשוט נישט געקענט מאכן קיין טראנסזישנס... אויב אזוי איז דאס טאקע טראנספאוביק, און נישט קיין נייע זאך.

איז עס א אישאו, נאו פראבלעם! עס איז דא א justice system ער קען גיין אין קאורט, זיך אויסשלאגן, אזוי ווי די ליבעראלן (וואס גלייבן באמת אין וואס זיי האלטן טוען) זיי פייטן! פייט צוריק, האלט ער דאך נישט דערביי...

אבער וואס איז טראמפ? א סקעם. קענסט נישט טרעפן נאך אזא קאן מען אין אונזער 250 יעריגע היסטאריע! א שטיק שקר! ער איז די ישועה? מ'דארף זיין בלינד, איגנארנט, און א משומר קאסטומער צו גלייבן אין אים! יא ס'איז שווער איינצוזעהן די אמת, אבער אמת איז עס. ער גייט דיר נישט העלפן, איך געב דיר אוועק מיין גאנצע פארמעגן פאר דעם, אזוי זיכער בין איך דעם, ליין מער פליז!! עפן א יוטוב און פעקט טשעק שיט.

ביזט געווען אין פענסילוועניע, חשובע זאך.

@שבת אחים איז שוין געווען אין אלע 50 סטעיטס!!! און גערעדט מיט מענטשן, דו הערסט אים נישט אויס בכלל...

דו מיינסט מסתם אונזער ציל איז צו קלעימען democrat exclusivity אדער supremacy

מיר זאגן דא נישט, מיר זאגן בלויז אז די פארטיי און איר קעניג נעמט דיך אויף א רייד, אוי ס'טריגערט דיך אז איך האב אים גערופן קעניג? און היתכן ס'איז א נעים קאל? סא שריי אויף אים, נישט מיין פראבלעם אז איך קען מער היסטערי ווי דיר... לאל

Happens to be די מאגא קולט איז דיקטאטוריש, וואס קענען מיר טוהן? דו דארפסט שנעל מתפלל זיין מיט thoughts and prayers
 
לעצט רעדאגירט:
@דאקטאר-ראבינער וויפיל פון דעי עפיסאודס האט איר אמאל דורכשטודירט?

הייב אן איינס א חודש. ס'איז זייער אינפארמאטיוו!
לאמיר זעהן ווער דא איז ביייסד,

דיסקלעימער: איך רעפרעזענטיר נישט זיינע מיינונגען און אנאליזן



 
קיין איין פרעזידענט האט נישט געזאגט ברבים אז סאיז מעגליך אז ער גייט איר פארדאנען!!!

טראמפ איז געוועהן זיין נאנטסטע חבר, טראמפ האט 40 פרויען בערך וואס באשולדיגן אים אין רעיפּ!!!

טראמפ איז זיכער אין די פיילס, פארוואס שרייט ער ביידען און אבאמא???? וואס? וואס אבאמא??? וואס ביידען???

טראמפ האט געשריגן יאהרן לאנג ער גייט אויפדעקן דא א קריים פון אלע דעמאקראטן!!! ער גייט ארויסגעבען די פאפירן !!! ער גייט ארויסגעבן די עפשטיין פיילס!!!

א נעכטיגן טאג!

טאמער שטעלט זיך ארויס אז איינער פון די דעמאקראטן זענען אויף די ליסט, וועל איך זיין די ערשטער זיי צו פארדאמען, אבער ס׳קוקט נישט אויס ווי ס׳באדערט דיך בכלל אז ער איז א רעיפּיסט און א מאלעסטער!!!

ער פרובירט קלארערהייט צו דערשטיקן די גאנצע מעשה???

פארוואס???
Screenshot_20250726-154455.png


איינער פון די עבירות. טענה'ן טענה'ט דער שקרן אז ער הייבט נישט אן צו וויסן ווער די פרוי איז, wow אזויפיל געלט צו באצאלן אנגעבליך "סעטלען" פאר א פאלשע בלבול? שלאג זיך פאר דיין גוטן נאמען? וואס האסטו צו פארלירן? רעדן פון די קעיסעס ווען די ריכטער האט אים געזאגט ער זאל נישט רעדן האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם, און מ'האט אים גארנישט געטוהן, נארמאל שפארט מען איין אזא מענטש מיט א שטרענגע שטראף פארן שטערן די פראצעדור.

און דא באצאלט ער געלט ווי אן איידל שעפעלע? פארוואס ווייל ער האט גענוג? עה בכלל נישט זיין טייפ.

זעהסט דא קען יעדער וואס די מענטש איז באמת, און די דיסקאנעקט פון זיין דיבור ביז זיין מעשה, רעדן רעדט ער ווי די עמפייער סטעיט בילדונג, און טוהן, יא ווי סיין איך די טשעק?

די גאנצע מייקל כאהן קראס עקזעמינעישן ווי ער האט זיך עטליכע מאל סותר געווען... פשוט א בארג עווערעסט פון שקרים!

יא נעבעך נעבעך טאקע א רחמנות... פוי לאמיר נישט גלייבן, איך קוק נישט אויף וואס מ'טאר נישט און איך שטאפ צו ביידע אויערן בלא בלא בלא בלא... רעדסט נאך אלס??
בלאאאא בלאאאאא בלאאא בלאאא

בלא
בלא

לעלא
לעלא
אי אי אי.... ליאו ליאו.... 🚨🚨🚨
 
לעצט רעדאגירט:
@שבת אחים דו האלטסט טאקע אז די חרדישע אידן האבן עפעס אויס געמאכט אין די וואוטס?
ווען די אלע אידן וואס ליינען קרעמל וואלטן געוואוט פאר העריס וואלט זי געווינען?

וואס מאכסטיך נאריש? פארוואס פראבירסטו צו רעדן צו אונז כאילו אונז האבן בכלל א ווארט, כאילו אונזער וואוט דא אין נוא יארק מאכט אפי' עפעס אויס....

(אין די לאקאלע וואוטס האט מען דאך נאך אלץ מער ווייניגער געשטיצט די דעמס, חוץ אין ראקלענד ווי די רעפאבליקאנער קאנגרעס מאן האט מער צוגעשטעלט האט די עולם אין אויסגעקליבן)
עד דעי אפשר אויך? ווייסט וויפיל אידן באוויינען זייער שטימע פאר אים?
יעצט די קומסט מיט אן הנחה אז אלע וואס האבן געוואוט פאר טראמפ זענען קענסער שטיצערס,
נו אויב ס'איז אזוי? למעשה האט מען זיי געגעבן די רעכט צו שטומען, און זיי האבן אויסדערוועלט דעם פארשוין, וואס זאל מען טוהן?

די אמעריקאנע אלעקשענס וועג האבן נישט די רעפאבליקאנער אויפגעמאכט, און אויך ווער ס'מעג שטומען, און אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע קומט אויס אז טראמפ דארף זיין די פרעזידענט, דאן דארף ער זיין,
איים ווערי סארי...
אנטשולדיגט מיר ר' איד... איסט ראמאפאו, האט געשטימט 100% פאר דאנאלד טראמפ ימח שמו, און אפשר אין 1970 האט קיינער נישט מיטגעהאלטן, זאג איך דיר, איך וואוין צווישן די ארטיסטן אין בושוויק/ווילי און אפילו זיי ווייסן פון דעם פליפ און פרעגן וואס גייט דא פאר? זאל איך זיי זאגן וואס די פורים איז? אדער דעמאלטס גייען מענטשן וואס טראכטן ווי דיר אויפשטיין תחיית המתים אז איך בין א "סעלף העיטער" וואס?

איך פרעג דיר א שאלה: ווי אין די וועלט קען זיין אז א געגנט וואס האט נארוואס געשטימט פאר א היבשע דעמעקראט אין א מערהייט פאר גאווערנער, זאל גיין אזוי ווילד רעכטס 100% און נישט קיין איינער זאל שטימען פאר קאמאלא? אפילו סטעטן איילענד די רעכסטע קאונטי האט געהאט א שיינע צאל, רעלאטיוו צו יענע געגנט. קיין איינס??
מ'רעדט דאך נישט דא פון קיין דערפל אין יוטא פיל מיט קריסטן, מ'רעדט דאך דא ווען זיי וואוטן פאר קריסטין גיליברענד, און פאר האוקל, און פאר בנציון ווידער ווען זיי ווילן. קיין איינס?

דו ווייסט גוט די ענטפער, איך ווייס גוט די ענטפער, יעדער וואס לייגט צו קאפ צו וויאזוי חרדי'שע פאליטיקס ארבעט אינערליך ווייסט די ענטפער, אבער לאמיר "פריטענדן" ווי איינער האט דא א רעכט, און איינער זיצט דא מיט ריסורטש אדער א טיווי און ווייסט וואס ער/זי האלט באמת און קען זיך שיין אויסדריקן וויאזוי ביידע זייטן טראכטן און מאכט א דורכגעטראכטע החלטה.

האקסט אין קאפ. דאס הייסט קיין דעמאקריסי!
 
לעצט רעדאגירט:
עמרם ס'האט נישט מיט האבן א ווארט, ווייטער black and white thinking

נישט אלעס אין לעבן דרייט זיך ארום "געווינען" אדער "פארלירן"

דאס איז נישט קיין שנירל איבער א קאמפיין צו גיין שטימען, דא רעדט מען ווי פאדרייט און ברעינוואשד כלל ישראל איז היינט אדאנק אים. גארנישט מיט קאנסערוואטיזם, מ'רעדט פארוואס די באוועגונג איז א בלינדע קולט. געווינען? איך האב עס שוין געזאגט, קענסט פארגעסן פון א מאדערעט קלינטאן סטייל דעמקראט אדער בוש אויף די רעכטע זייט עניטיים סון, האסט געוואלט טראמפ? אוי גייט זיין צייטן איינמאל ער איז דערנאך, וועסט האבן א סאושליסט וואס דו וועסט באוויינען פארן ארויסשטויסן קאמאלא! באוויינען!
א גוטן.
 
א מינוט צוריק האט ער נישט געוויסט וואספארא איגאמאניאק און פאוני טראמפ איז, יעצט וויל ער שוין געווינען אויך.

ס'גייט נישט אזוי, געווינען קומט מיט צייט, פון גרעסרוטס און עדזושקעישן, און קלאפן אויף טירן, און אינוועסטירן די צייט צו שרייבן ארטיקלען, און האבן די דיאלאג.

וויאזוי איז מאמדאני געווארן ערוועלט? פרעג דיר נאך, ווייל זיינע געטרייע DSA פופציג טויזנט וואלונטירן (מיט אסאך ווייניגער געלט) האבן געטוהן אלעס אין זייער קאלעקטיוו פאוער ארויסצושלעפן זייער בעיס צו די וואלן, זיי האבן אים געבויט, דאס הייסט דעמאקריסי! זיי האבן ערוועלט ער זאל זיי פירן באזירט אויף טויזנטע שעה'ן פון מיטונגען און הערן יעדעם איינעם'ס ווייטאג, און געמאכט פון דעם זיין פלאטפארמע!!

אזוי געווינט מען, נישט מיט זיצן אין מקוה און זאגן "פאק די עסקנים" און נישט שטימען אדער דוקא גיין אקעגן...
 
איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אז איך בין ווייט פון אן טראמפ פעם. אבער קוק אן וויאזוי דו האלסט אריין אינעם טרעפ פון איך ווייס און איך דער דטודירטער גייט דיך לעקטשורן און מסביר'ן ווי סטופיד דו ביזט.
האסט באמת קאננעקטעד צו טראמפיסטן? איך רעד נישט פון וואטשן יום טוב קליפס. איך רעד אויף א יומעומלעוועל. אפשר טוט איינעם ווייל אז די אלע אומלעגעלע אימיגראנטן, אפילו די וואוילע, קאמפיין מיט אים פאר זיין דזשאב און האוזינג. יעצט, ווען איך האב ארויסגעברענט דו נקודה פאר מיינע ליבעראלע חברים זענען זיי ווילד געווארן מיט שטודיעס וועלכע ווייסן אז עס איז א נעט פאזיטיוו פאר די עקנאמיע. זיי נעמען נישט און באטראכט, בשוגג צו במזיד, אז דאס איז אויפ'ן מעקראו לעוועל. אויפ'ן מייקראו לעוועל שאדט דאס זיכער יא! א דטעטל ווי עס איז געווען א סטאבילע דזשאב און האוזינג מארקעט. פלוצלינג קומען אן עטליכע הונדערט אומלעגאלע אימיגראנטן, איז א ספק זיי וועלן אלעס צושאקלען? דאס איז זייער ריאליטי! און אנשטאט זיי באווארפן מיט סטאטיסטיקס, אפשר זיי מודה אז אפענע גרעניצן שאדט פאר'ן יחיד! אלע jubilee עפיסאודס וואס איך האב געוואטשט זענען זיי ביזי מיט די סטאטיסטיקס. זיי איגנארירן אבער מענטשן'ס ריאליטי!
וועגן דזשארדזש פלויד. עס איז זייער גרינג אפצופסל'ן יענעם מיט א פראדזשעקטעד אקאדעמיע סיבה פאר'ן פליפן פארטייען און דערנאך פסל'ן מיט א צווייטע אקאדעמיע סיבה. האסט גערעדט צו אזא איינעם? האסט פארשטאנען וואס עס טריגערט אים? איך אויך נישט. אבער טראמפ יא!
יעצט. קענסט שרייען אז טראמפ איז א געמיינער אינג, איך בין מסכים. אבער פארוואס איגנארירסטו Tara Read? זי האט באשולדיגט ביידען, דו געדענגסט נאך וויאזוי אינטעליגענט מיט שבת'ן זענען געווען ביזי אראפרייסן ביידען דערפאר? איך אויך נישט!
וועגן דזשארדזש פלויד. איך ווייס נישט אויב דו ביזט באהאוונט. וויפיל מענטשן האבן פארלירן זייערע פרנסות, בעיקר סמאלל ביזנעסער, וועגן קאוויד ריסטריקשאנס. וויאזוי ביזטו מסביר פאר אזא איינעם פארוואס וועגן דזשארדזש פלויד מעג מען יא? און יא. פארוואס האט פאליציי גארנישט געטון דערוועגן?
מעכדי חאסאן איז ביזי אראפרייסן טראמפ וועגן דזשעי סיקס. איך וויל פארשטיין עטליכע חדשים פארדעם האט טראמפ געדארפט אראפלויפן אין בונקער און צענדליגער פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן. אויב האט מען נאר אנגעקלאגט דזשעי סקס און נישט יענע, איז דאס איקוועל אפליקעישאן אוו לאו? פארוואס האט מעכדי נישט קיין טענות אז ביידען האט זיי געלאזט גיין?
צוריק צו מאמדאני דו ביזט גערעכט! ער האט געהאט פולע וואלאנטירן וועלכע האבן געמאכט דעם קעיס פאר אים! זיי האבן קאננעקטעד צו אים! און לייק איטס אר נאט טראמפ איז א דזשיניעס אין דעם! ריכטיג ער איז א שקרן, אבער ער קען גוט קאננעקטען! אפשר, אנשטאט אים אראפרייסן, קאננעקט אויך! לעקטשור נישט, מוסר נישט, באקענסער נישט, הער אויס!
ווילאנג דעמאקראטן וועלן גייט מיט דעמאגאגיע, און רעפובליקאנע מיט קאננעקטען צום המון עם וועלן דעמאקראטן פארלירן!
געוויזן ניוסאם איז א גאון אין דעם. פארוואס האבן אים די דעמאקראטן נישט ארויפגישטעלט אויפ'ן בעלאט? לעט טראמפ מיט היז מעטש!
 
מ'האט אייך געווארנט, יעצט בלעים נישט קיין ניוסאם מיט קיין ריינאו, דו האסט פארשטאנען בעסער, האסטו דיין רעזולטאט...
 
Back
Top