- זיך איינגעשריבן
- יולי 3, 2024
- מעסעדזשעס
- 237
- רעאקציע ראטע
- 829
- פונקטן
- 123
פון דיין רעדן קען מען זעהן אז דו הייבסט אים נישט אָן צוקענען בכלל… דו פרעגסט מיר פארוואס טראמפ האט עס געזאגט???איך בין מסכים אז ער עקט ווי איינער וואס איז גילטי. מיין שאלה איז אויב איז ער גילטי ווייסט ער דען נישט? פארוואס טאקע האט ער געהעצט דערוועגן אלע יארן?
טראמפ זאגט אייביג צו פאר יעדען די זון און די לבנה, ווייל ער האט נישט קיין פראבלעם צוזאגן גראבע ליגענט כדאי אריינצונערן מענטשען ווי דו אז זיי זאלן וואוטן פאר אים!!!
דו פרעגסט נאך מיר פארוואס ער האט עס געזאגט???
איך וועל דער זאגן פארוואס:
ווייל ער איז א ליגענער און א שווינדלער - און דו ביסט א נער אז דו האסט אים געגעלייבט!
ער גייט מאכן שלום אויף די וועלט די ערשטע טאג ווען ער ווערט פרעזידענט…!!!
ער גייט אהיימברענגען אלע משכונות און רוסלאנד גייט איינרוהען!!!!
ער גייט געבן פאר יעדעם העלטקעיר און יעדער גייט אלעס האבן, ס׳קומט גאלדענע צייטן…!!!
ער גייט ארויסגעבן די קענעדי פיילס, די עפשטיין פיילס!!!!
טוה מיר א טובה… א נעכטיגן יום!!!!
די זעלבע סיבה פארוואס ער האט געזאגט ער גייט קיינמאל נישט שניידן קיין מעדיקעיד…
די זעלבע סיבה פארוואס ער האט געזאגט אז ער גייט דעפאטירן און ארויסווארפן אלע קרימינאלן פון אמעריקע, און למעשה האט ער דעפּאטירט ״ערליכע מענטשען״ וואס אמעריקע דארף זיי האבן, זיי העלפן פאר אונזער עקאנאמיע און שטערן נישט קיינעם. און האבן בכלל נישט קיין קרימינאלע רעקארד!!!
און מילא ווען ער פארשיקט זיי סתם אזוי… וואס פשט פון די לאנגע אפטיילונגען פון זייער פאמילעס? וואס איז די רשעות?
האסט אריינגעקוקט מיט וואספארא רשעות זיי פירן זיך אויף צו אומשולדיגע ארימע מענטשען??? זינט ווען פירט זיך אמעריקע אויף ווי עפעס דריטע וועלט לאנד וואס פייניגט אומשולדיגע מענטשען? זינט ווען זענען אונז געווארן נארט קארעא??? כהאב געמיינט אונז זענען ״די לענד אָף די פרי״?
איך וועל דיר זאגן זינט ווען! זינט מאגא און טראמפ זענען געקומען צו די מאכט!!!
Ice אגענטס האבן אויפגעפיקט מיין סעקרעטערי, וואס האט געארבעט פאר מיר, זי קומט פון ווענעזוועלע, זי האט געהאט א לעגאלע סאושעל סעקיורטי און לויט די ביידען אדמינסטראציע האט זי געמעגט זיין אין אמעריקע לעגאל.
מ׳האט איר אויפגעפּיקט 06/12, היינט איז July 25
43 טעג שפעטער קיינער אין איר פאמילע וואס וואוינען אין הוסטאן טעקסעס ווייסט נישט וואו זי איז, נישטא קיין שום אינפארמאציע! גארנישט!!!
איר מאמע רופט מיך יעדן טאג כמעט, וויינט אויפן טעלפאון!!!
וואס איז די רשעות??? וואס האט זי געטוהן? א איידלע ערליכע פרוי, קיינמאל קיין הויך ווארט נישט געזאגט…
געטוהן איר ארבעט נארמאל, קיינעם נישט געטשעפט??
דו שטיצט דעס? אויב יא ביסטו א פארשטינקע נאצי!!!!
פארוואס קומט זיך איר דעס? וואס האט זי געטוהן?
די מענטשען וואס האבן געוואלט באגאנבנען אונזער עלעקשאונס, באפאלן אונזער קעפיטעל, געהארגעט און פארוואונדערט בערך 70 מענטשען זענען ארויס אויף די פריי???
איך בעט דיך ברחמים!!!
כאפסט זיך נעבעך אָן אין די לעצטע שטריק, שטאָטס מודה זיין אז ער האט ענק אלע אפּגענערט!!!